פּערזענלעכקײטן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד."

דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן.

האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז ברוך לומעט, סידני לומעטס פֿאָטער, האָט אַמאָל אָנגעשריבן אַ שטיקעלע באַשרײַבונג, ווי שווער ס׳איז אים אָנגעקומען צוצוקומען צו אַ רעכטער ראָלע אין ייִדישן טעאַטער. ער איז געבוירן געוואָרן לעבן וואַרשע אין 1889 און געקומען קיין אַמעריקע אָנהייב 1920ער יאָרן. דאָ האָט ער געאַרבעט אין אַ מוזיק־געשעפֿט און צו ביסלעך גענומען פֿאַרלירן דעם קוראַזש צו פֿאַרווירקלעכן זײַן חלום און צוקומען צום טראָן פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק.

אין יענע צײַטן האָט מען געמאַכט אויספֿלוגן מיט אויטאָבוסן פֿון פֿילאַדעלפֿיע קיין ניו־יאָרק. איז ווי כאַפּט מען זיך אַרײַן אין די טעמפּלען פֿון סעקאָנד עוועניו? און אַזוי שפּאַצירנדיק אין גאַס האָט ער באַגעגנט דעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר זאַסלאַווסקי. יענער האָט אים אַרומגעכאַפּט ווי אַ נאַשבראַט. ס׳הייסט, ער האָט נאָך געקענט ברוך לומעטן אין וואַרשע, אים פֿאַרטרויט אַז ער האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט שרײַבן די מוזיק פֿאַר אַ שיינער אָפּערעטע וועלכע מ׳האַלט בײַם אויפֿפֿירן אין פֿילאַדעלפֿיער אָפּערע־הויז. געדונגען האָט די לוקסוס־בינע באָריס טאָמאַשעווסקי, וועלכער וועט סײַ פּראָדוצירן דאָס שטיק, רעזשיסירן און זײַן דער שטערן פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע.

זאַסלאַווסקי לייגט פֿאָר ברוכן אַ פּרעכטיקע ראָלע פֿון אַ ישיבֿה־בחור וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ שיקסע. איז ברוך געוואָרן אַנטציקט. איצט וועט ער קענען באַווײַזן וואָס ער קען. איין קלייניקייט, פֿאַרליבן זיך אין אַ פּויליש מיידל. די ראָלע פֿונעם פּוילישן מיידל איז צוגעטיילט געוואָרן צו באָריס טאָמאַשעווסקיס פֿרוי, וועלכע איז דעמאָלט געווען צוויי מאָל אַזוי אַלט ווי ברוך. זי האָט נאָך אין יענע יאָרן נישט אָנגעוווירן איר שיינקייט און חן. וואָס אַן אמת, האָט די עלטער נישט געשפּילט קיין ראָלע אין ייִדישן טעאַטער. מאָריס שוואַרץ האָט געקענט שפּילן אַן אַכצן־יאָריקן ליובאָווניק און פּאָל מוני אַ זיבעציק־יאָריקן זקן. בען באָנוס האָט געקענט שפּילן אַ בחורל פֿון צוואַנציק און אַבֿרהמל האָפֿמאַן, צו זײַנע אַכצן, האָט געשפּילט אַ זיבעציק־יאָריקן אַלטיטשקן. זיי האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס פּובליקום וועט זיך נישט כאַפּן.

ברוך האָט אָנגעהויבן מאַכן פּראָבעס. ער האָט זיך ממש נישט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון דעם וואָס טאָמאַשעווסקי האָט אָנגעשטעלט אַן ערך זעכציק יונגע כאָריסטקעס און אויך די זעלבע צאָל כאָריסטן. ער האָט פֿאַרזאָרגט יעדן איינעם מיט נײַע קאָסטיומען, נײַע פּאַרוקן, נײַע גרימיר־פֿאַרבן און זאַלבן. אַלץ נײַ פֿון דער נאָדל אַרויס. דאָס אַלץ האָט טאָמאַשעווסקי באַזאָרגט כּדי דער ישיבֿה־בחור זאָל זיך קענען פֿאַרליבן אין אַ שיין פּויליש מיידל. און לויטן סוזשעט, ווי אין אַלע מעשׂה־ביכלעך, קומט צו דער באַגעגעניש מיט אירע עלטערן און זײַנע עלטערן. האָבן ביידע צדדים נישט אײַנגעשטימט צום שידוך ביז דאָס מיידל האָט זיך נישט מגייר געווען און אַלץ ווערט כּשר־וישר. די אָפּערעטע האָט געהאַט בדעה צו פֿאַרכּישופֿן דעם עולם מיט גוטער מוזיק און אַ גוטן סוף. ווײַזט זיך אַרויס אַז ברוך לומעט האָט אינעם זעלבן ספּעקטאַקל געהאַט אַ צווייטן ליבהאָבער, וואָס אַלע האָבן אים גערופֿן רשע. ער האָט געהייסן הערי און ביידע האָבן קאָנקורירט צו געווינען דאָס מיידלשע האַרץ.

האָט זיך דווקא אַזוי געמאַכט אַז ביידע, ברוך און הערי, זײַנען געווען גוטע ברידער. הערי איז געווען אַן אַמעריקאַנער און געלערנט ברוכן ענגליש. בײַ די פּראָבעס איז אַלץ צוגעגאַנגען ערשטקלאַסיק. באָריס טאָמאַשעווסקי האָט ברוכן צוגעוואָרפֿן נאָך פּראָזע און נאָך סצענקעס און ברוך האָט געפֿילט ווי ער וואָלט געווען אין זיבעטן הימל. איין קלייניקייט. די אַפּלאָדיסמענטן, די אָנערקענונג, ניו־יאָרק. אַלע זײַנען געווען זיכער, אַז דער גרינהאָרן וועט נאָך דער פּרעמיערע ווערן אַ "סטאַר," אַ שטערן אינעם ייִדישן טעאַטער. נישט אַנדערש ווי מ׳וועט אים טראָגן אויף די הענט.

אָבער דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די אינטריגע. די קינאה, די אייפֿערזוכט. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ביידע חבֿרים האָבן צווישן זיך געלעבט בשלום, האָט הערי פֿאָרט געליטן אויפֿן מיאוסן כאַראַקטער־שטריך פֿון אייפֿערזוכט. לאָמיר זיך נישט נאַרן. אַקטיאָרן בלײַבן אַקטיאָרן.

ס׳איז פֿופֿצן מינוט פֿאַר דעם ווי דער פֿאָרהאַנג דאַרף זיך הייבן. ברוך זיצט אין זײַן גאַרדעראָב־צימער וואָס איז דעקאָרירט פֿון אויבן ביז אַראָפּ מיט ריזיקע שפּיגלען ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אָפּערע־הויז. מיט אַ מאָל עפֿנט זיך די טיר און ס׳שאַרט זיך אַרײַן הערי מיט אַ פֿאַרכמורעט פּנים, די אויגן פֿײַכט, די הענט ציטערן, אָט־אָט און ער מאַכט אַ חלש.

"ברוך!", זאָגט ער, "כ׳בין אויף געברענטע צרות, ממש אונטערצוגיין, איז אפֿשר קענסטו מיר העלפֿן?"

"נאַ! לייען!" און ער האָט דערלאַנגט ברוכן אַ ראָזע בריוועלע.

ברוך האָט נאָך נישט געקענט לייענען קיין ענגליש, האָט ער געבעטן הערין ער זאָל אים לייענען דאָס בריוועלע. לייענט ער אים דאָס ראָזע בריוועלע:

"טײַערער הערי! איך האָב דיך ליב געהאַט ס׳לעבן. איצט טראָג איך דײַן קינד. האָסט שוין פֿאַרגעסן, אַז דו האָסט מיר צוגעזאָגט צו געבן געלט אויף אָפּצוטרײַבן דאָס צוטשעפּעניש, און נישט געהאַלטן וואָרט. איך גיי אַראָפּ פֿון זינען. קוים מײַנע עלטערן דערוויסן זיך פֿון דעם אומגליק, אַזוי וועלן זיי זיך ס׳לעבן נעמען. איך ווייס נישט וווּ דיך צו געפֿינען, האָב איך זיך דערוווּסט אַז דו שפּילסט הײַנט בײַ נאַכט אין אָפּערע־הויז. ווען דו וועסט אַרויף אויף דער בינע וועל איך זיצן אין דער ערשטער ריי. זײַ וויסן, אַז איך טראָג בײַ זיך אַ רעוואָלווער. ווי נאָר דו באַווײַזט זיך אויף דער בינע, אַזוי וועל איך דיך דערשיסן ווי אַ פּאַרשיווען הונט. אונטערגעשריבן, דאָס מיידל וואָס גייט אויס נאָך דײַנע טריט. זלאַטע־אַננאַ."

בײַ ברוכן האָבן זיך די קני געבראָכן פֿון שרעק. ער האָט זיך אײַנגעבעטן בײַ הערין ער זאָל די מינוט אַרויס אין זאַל און זי פֿאַרטרײַבן פֿון טעאַטער. אָבער הערי האָט זיך געקווענקלט, ער האָט נאָר באַוויזן אַרויסצושעפּטשען:

"ווי אַזוי קען איך זי כאַפּן בײַ דער פּרעמיערע? דאָס הויז איז געפּאַקט און ס׳איז פֿינף מינוט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג."

ברוך האָט געפֿאָדערט פֿון אים ער זאָל גלײַך צו וויסן טאָן טאָמאַשעווסקין מען זאָל פֿאַרהאַלטן דעם פֿאָרהאַנג ווײַל אַ שיסערײַ אין טעאַטער וועט אָנמאַכן אַ גראַטשקע. עס וועלן געהרגעט ווערן אומשולדיקע מענטשן, ס׳וועט ווערן אַ ריזיקע בהלה. אָבער הערי האָט שוין געהאַט אַ צוגעגרייטן פּלאַן. אַזוי ווי ער איז דאָ אויף דער בינע נישט מער ווי אין ערשטן אַקט, וועט ער זיך באַהאַלטן אונטער ברוכן.

"אונטער מיר!", האָט ברוך אויסגעשריגן, נישט טויט נישט לעבעדיק, "נישט שוין זשע ביסטו אַראָפּ פֿון זינען? דו ווילסט, אַז איך זאָל געהרגעט ווערן אַנשטאָט דיר? איך האָב אַ ווײַב און אַ קינד, און דאָס איז דאָך מײַן ערשטער אויפֿטריט אין אַמעריקע."

און נאָך איידער ברוך האָט באַוויזן צו קומען צו זיך, האָבן זיי שוין דערהערט דעם בינע־פֿאַרוואַלטער רופֿן:

"אַלע אויף דער בינע! דער פֿאָרהאַנג גייט אַרויף! אַקטיאָרן פֿאַרנעמט די פּלעצער!"

אין דעם מאָמענט איז ברוך געבליבן הילפֿלאָז. ער איז אַרויף אויף דער בינע, פֿאַרגעסן די ברילן אין גאַרדעראָב־צימער, און נישט געוווּסט אין וועלכער ריכטונג זיך צו ווענדן. די אָווערטורע שפּילט, דער כאָר זינגט, די אַפּלאָדיסמענטן פֿאַרגלאָשען דעם זאַל, און אין אַ געוויסן מוזיקאַלישן מאָמענט האָט ער געדאַרפֿט מאַכן זײַן אויפֿטריט, איז ער אַרויף אויף דער בינע, אָבער נישט אין דער ריכטונג וווּ ער האָט געדאַרפֿט זיך באַווײַזן.

די פּרימאַדאָנע, רעגינאַ צוקערבערג, איז פּלוצעם צוגעקומען צו אים מיט אַ טענה:

"ברוך! וואָס טוט זיך מיט דיר? ביסט, חלילה, דערשראָקן אָדער צעטומלט?"

"ווייס איך וואָס!" — האָט ער געענטפֿערט. אָבער אין דעם מאָמענט האָט ער אָנגעוווירן דעם מוזיקאַלישן סיגנאַל אָנצוהייבן צו זינגען. מיט אַ מאָל האָט ער דערזען הערין. יענער האָט זיך באַהאַלטן אונטער אַ בוים, און וווּ נאָר ער האָט זיך געוואָנדן איז הערי געווען אונטער אים. אַזוי דערשראָקן ווי ער איז געווען, האָבן זיי ביידע אָנגעהויבן צו זינגען. די פּויקן האָבן געפּויקט, ברוך הערט נישט קיין פּויקן. אַלץ וואָס ער הערט איז דאָס שיסן. ווי דערשראָקן ער איז נישט געווען האָט ער זיך אַרומגעקוקט צו זען צי הערי לעבט נאָך. נאַכער האָט ער זיך אַליין באַטאַפּט צו זען צי ער איז נישט טויט און צו זיך האָט ער געמורמלט:

"רבונו־של־עולם! אַז איך וועל אַרויס פֿון דעם ספּעקטאַקל אַ לעבעדיקער, וועל איך אויסלעבן מײַנע יאָרן, אויף וויפֿל ס׳איז מיר פֿאַרבליבן צו לעבן. מײַן מאַמע איז דאָך אַוועק פֿון דער וועלט צו הונדערט און זיבן."

סוף־כּל־סוף איז דער פֿאָרהאַנג אַראָפּ און ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַן גאַרדעראָב־צימער נישט טויט, נישט לעבעדיק. דער בינע־פֿאַרוואַלטער איז אַרײַן נאָך אים און געוואָלט וויסן:

"ברוך! וואָס האָט מיט דיר פּאַסירט אויף דער בינע? טאָמאַשעווסקי וויל דיך זען!"

קוים אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם איז ברוך אַרײַן צו טאָמאַשעווסקין. יענער האָט אים אָנגעקוקט רויִק און געמיטלעך געוואָלט וויסן:

"מיסטער לומעט! איך האָב אײַך געגעבן אַזאַ געלעגנהייט. וואָס האָט פּאַסירט מיט אײַך אויף דער בינע?"

ברוך איז פֿאַרגאַנגען אין אַ ביטער געוויין און אים אויסדערציילט די גאַנצע מעשׂה מיט אַלע פּיטשעווקעס. טאָמאַשעווסקי האָט פּלוצעם אַרויסגעפּלאַצט מיט אַ הילכיקן געלעכטער:

"דו אידיאָט איינער!" — האָט ער אים געטאַדלט מיטן פֿינגער — "דו קענסט נישט הערין? הערי איז דאָך אַ גרויסער בלאָפֿער, און דערצו האָט ער ליב אָפּצוטאָן שפּיצלעך. אין דײַן פֿאַל איז דאָס געווען פּראָפֿעסיאָנעלע קינאה נישט מער. גיי טו זיך איבער, און זײַ גרייט צום צווייטן אַקט."

גיי ווייס, האָט ברוך געטראַכט, אַז אַן אַקטיאָר, אַ גוטער פֿרײַנד נאָך דערצו, זאָל אָפּשפּילן אַזעלכע מיאוסע שפּיצלעך? דער צווייטער אַקט איז אַדורך ווי געשמירט, ווײַל הערי האָט נישט אָנטייל גענומען. אַלץ וואָס ברוך האָט געוואָלט בײַם סוף פֿון דעם ספּעקטאַקל איז אונטערצוכאַפּן הערין אונטער די קוליסן און אים הרגענען.

אַזוי אַז ברוכס זון, סידני לומעט, איז אויסגעוואַקסן צווישן ייִדישע אַקטיאָרן, און גערעדט ייִדיש. ווי קומט עס וואָס איך ווייס! איז די מעשׂה אַזאַ. אַמאָל בין איך געווען אין קעמפּ "בויבעריק," אַ ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, וווּ עס האָבן פֿאַרברענגט כּמעט אַלע ייִדישע קונסט־טרעגער: אַקטיאָרן, שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער און סתּם פֿאַרווײַלער. איז ברוך לומעט דאָרט אויך אַמאָל געווען. און אויב איך מאַך נישט קיין טעות, האָב איך אים דאָרט באַגעגנט. ער איז געווען אונדזערס אַ מענטש, עמך, און אונדז אָפּגעטאָן גרויס כּבֿוד מיט זײַן ריזיקן טאַלאַנט. אַ שאָד נאָר וואָס ער איז איבערגעוואַקסן אונדזער ייִדישע קינסטלערישע פּעריפֿעריע. מיט דער צײַט איז ער איבערגעוואַקסן אויך די האָליוווּדער פּעריפֿעריע און ביזן סוף געבליבן געטרײַ זײַן דראַנג צו אמתער קונסט.

ברוך דיין אמת, ברוך לוטעט.

thanks

thanks