Mary-Kay Wilmers.
The Eitingons:
A Twentieth-century Story.
London: Faber and Faber, 2010.
אַז מען ציט אונטער די היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען בפֿירוש, ווי טיף ס׳זײַנען די פֿעדעם פֿון יחידישע גורלות געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם לײַוונט פֿון דער וועלט־געשיכטע. אין דער טיפֿעניש פֿון אַלט־שטייגערישע שטעטלעך איז אויף דער שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור פֿון ייִדישער יוגנט, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט. און איצט, נאָך אַלעמען, האַלטן זייערע אייניקלעך אין איין צונויפֿשטוקעווען פֿראַגמענטן פֿון די משפּחה־זכרונות, אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטונגען און אַרכיוואַלע דאָקומענטן. פֿון דעם אַלעמען ווערט בהדרגה געשאַפֿן אַ בילד פֿון אַן עבֿר, פֿולגעפּאַקט מיט אומגלויבלעכע אַוואַנטורעס, עליות און ירידות.
דער נאָמען אייטינגאָן קומט ניט זעלטן אויף אין די היסטאָרישע באַריכטן וועגן די מעשׂים פֿון דער סאָוועטישער געהיים־דינסט. עס גייט דערבײַ די רייד וועגן אַ מענטש, וואָס האָט געהייסן לעאָניד אַלעקסאַנדראָוויטש אייטינגאָן (כאָטש זײַן אמתער נאָמען איז געווען נאַום (נחום) איסאַקאָוויטש). ער איז געווען איינער פֿון די בעסטע סאָוועטישע אַגענטן, און זיין אויפֿגאַבע איז געווען צו אָרגאַניזירן ספּעציעלע אָפּעראַציעס קעגן פּראָמינענטע קעגנער פֿונעם סאָוועטישן רעזשים אין אויסלאַנד.
לעאָנידס קאַריערע האָט זיך אָנגעהויּבן בעתן בירגער־קריג אין האָמלע, וווּ ער איז געשטאַנען בראָש פֿונעם "ספּעציעלן אָפּטייל" פֿון דעם אָרטיקן "טשע־קאַ" (דער ערשטער נאָמען פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי). נאָך דער מלחמה האָט ער באַקומען אַ נײַעם שליחות אויפֿצובויען אַן אונטערערדישע קאָמוניסטישע נעץ אין כינע. דערנאָך האָט ער אָרגאַניזירט די קידנעפּינג פֿון אַ וויכטיקן צאַרישן גענעראַל, דעם אָנפֿירער פֿונעם ווײַס־אַרמיייִשן מיליטערישן פֿאַרבאַנד אין פֿראַנקרײַך. און בעתן שפּאַנישן בירגער־קריג האָט ער פֿאַרזיכערט דעם סאָוועטישן קאָנטראָל איבער דער רעפּובליקאַנער אַרמיי, וואָס האָט געהייסן אומברענגען אַלע רעאַלע און אויסגעטראַכטע אָפּאָנענטן.
אָבער דער שפּיצפּונקט פֿון זײַן קאַריערע איז פֿאַרבונדן מיטן הרגענען לעוו טראָצקין אין מעקסיקאָ, אין 1940. דאָס צוגרייטן די דאָזיקע אָפּעראַציע האָט געדויערט עטלעכע יאָר און געקאָסט בערך דרײַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט לעאָניד אייטינגאָן אָרגאַניזירט אַטענטאַטן קעגן הויך־געשטעלטע דײַטשישע מיליטערישע אָפֿיצערן אויף די אָקופּירטע שטחים פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סאָוועטישע מלוכה האָט אים באַצאָלט פֿאַר זײַן געטרײַער דינסט מיט צוועלף יאָר תּפֿיסה. ער איז אַרעסטירט געוואָרן, ווען זײַן שעף, דער אַלמעכטיקער מיניסטער פֿון מלוכישער זיכערקייט לאַוורענטי בעריאַ, איז באַזײַטיקט געוואָרן דורך זײַנע "חבֿרים" גלײַך נאָך סטאַלינס טויט אין 1953. אייטינגאָן האָט קיין מאָל ניט באַקומען קיין רעהאַביליטאַציע פֿון דער סאָוועטישער מאַכט.
אין דער פּאָסט–סאָוועטישער תּקופֿה האָבן זיך באַוויזן עטלעכע נוסחאָות פֿון אייטינגאָנס ביאָגראַפֿיע, אָבער זיי זײַנען אַלע באַזירט אויף סבֿרות, ווײַל די אַרכיוון פֿון דער סאָוועטישער געהיים־דינסט בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט. דאָס נײַע בוך פֿון דער ענגלישער זשורנאַליסטקע מערי־קיי ווילמערס פֿאַרמאָגט ניט קיין גרויסע פֿאַקטישע חידושים. די מחברין איז זייער אָפּגעהיט ווען עס קומט צו מאַכן אויספֿירן.
לעאָניד אייטינגאָן אינטערעסירט זי, דער עיקר, ווי אַ רעטעניש פֿון איר אייגענער משפּחה־געשיכטע. אַליין שטאַמט זי פֿונעם אַנדערן, מער אָנשטענדיקן צווײַג פֿון דער משפּחה אייטינגאָן. איין פֿעטער אירער, מאָטי אייטינגאָן, איז געווען אַ חשובֿער אַמעריקאַנער פֿוטערוואַרג־סוחר. ער האָט אויפֿגעבויט זײַן געשעפֿט אין די 1920ער יאָרן אַ דאַנק זײַנע קאָנטאַקטן אין די סאַמע חויכע פֿענצטער פֿון סאָוועט־רוסלאַנד און איז געוואָרן דער גרעסטער אימפּאָרטירער פֿון רוסישן פֿוטערוואַרג אין דער וועלט.
דער צווייטער פֿעטער, מאַקס אייטינגאָן, איז געווען איינער פֿון זיגמונד פֿרוידס אַנשי־שלומנו. אַליין אַ פּסיכיאַטער, האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט און כּוחות אין דער פּסיכאָ־אַנאַליטישער באַוועגונג. אין די 1930ער יאָרן האָט ער אויפֿגעבויט אויף זײַן חשבון אַ גאַנצן פּסיכאָ־אַנאַליטישן אינסטיטוט אין ירושלים, וואָס טראָגט עד־היום זײַן נאָמען.
ווען מען לייענט די לעבנס־געשיכטעס פֿון אָט די דרײַ אייטינגאָנס, דרייט זיך כּסדר אין קאָפּ אַ פּשוטע פֿראַגע׃ ווי נאָענט זײַנען זיי געווען פֿאַרבונדן? עס ווילט זיך גלײַך פֿאָרשטעלן אַ פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂה מיט דעם סאָוועטישן אַגענט לעאָניד, וואָס העלפֿט זײַן שוועסטער־קינד מאָטי צו קריגן האַנדל־קאָנטראַקטן אין מאָסקווע און פֿאַר דעם באַקומט ער צוטריט צו דעם זעמל־מעל פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט. און דערצו נאָך לאָזט זיך אויס, אַז די פּסיכאָ־אַנאַליטישע באַוועגונג איז אומדירעקט פֿינאַנצירט געוואָרן פֿון דעם סאָוועטישן פֿוטערוואַרג־האַנדל.
אַזעלכע ווײַט־גייענדיקע סבֿרות טרעפֿן זיך טאַקע יאָ אין אייניקע נײַע רוסישע ביכער, וואָס זײַנען אויסן צו אַנטפּלעקן די "סודות" פֿון דער סאָוועטישער געהיים־דינסט. אָבער מערי־קיי ווילמערס איז פֿול מיט ספֿקות. זי באַטראַכט כּלערליי גבֿית־עדותן, אָבער, סוף־כּל־סוף, בלײַבט זי ניט איבערצײַגט; זי איז אפֿילו ניט אין גאַנצן זיכער, צי לעאָניד איז טאַקע געווען אַ קרובֿ פֿון אירע פֿעטערס, און צי זיי זײַנען בכלל געווען באַקאַנט צווישן זיך. אָבער די צווייפֿלונגען פֿונעם מחבר מאַכן דאָס בוך ניט ווייניקער אינטערעסאַנט און שפּאַנענדיק.
דער סוד פֿון אַזעלכע האַלב־דאָקומענטאַלע, האַלב־מעמואַריסטישע משפּחה־געשיכטעס באַשטייט אין דעם מחברס אייגענעם קוקווינקל. מען דאַרף האָבן אַ פֿײַנעם ליטעראַרישן חוש, כּדי אונטערצוהאַלטן דעם דעליקאַטן באַלאַנס צווישן אייגענע שטימונגען און דאָקומענטאַלע ראַיות; צווישן דעם פּריוואַטן לעבן און דעם ברייטערן היסטאָרישן הינטערגרונט. אַזאַ מין באַלאַנס, אין איינעם מיט אַ קלאָרן, וואַרעמען און דערבײַ איראָנישן סטיל, זײַנען די הויפּט־מעלות פֿון דעם דאָזיקן בוך. די דרײַ אייטינגאָן־מענער האָבן געהערט צו גאָר פֿאַרשידענע וועלטן׃ געשעפֿט, וויסנשאַפֿט, אויסשפּירונג און פּאָליטישע טויט־אַטענטאַטן. און דאָך, געהערן זיי אַלע צו איין דור און שטאַמען אַלע פֿון איין משפּחה מיט די וואָרצלען אין מיזרח–ווײַסרוסלאַנד.