טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נילי ראָגעל — וויאָלאַ־סעזאַריאָ און אַריאל וואָלף — פֿירשט אָרסינאָ
נילי ראָגעל — וויאָלאַ־סעזאַריאָ און אַריאל וואָלף — פֿירשט אָרסינאָ

שעקספּיר (1564—1661) איז איצט בײַ אונדז דער אַמערסטן פֿאָרגעשטעלטער דראַמאַטורג. פֿאַר וואָס? אָן אַ באַזונדערער סיבה, סתּם אַזוי! אמת, בלויז זײַנע קאָמעדיעס: "אַ סך רעש איבער גאָרנישט" — אין באר־שבֿע; "די 12טע נאַכט" — אין "חאן"־טעאַטער, ירושלים; "ראָמעאָ און יוליאַ" אין "קאַמרי". אָט די לעצטע, כאָטש אַ טראַגעדיע, קאָן מען זי אויך אַרײַנרעכענען, ווי אַ באַזונדערער פֿאַל, ווי אַ קאָמעדיע; צוליב די אומוויליקע קאָמיש־לעכערלעכע אויסגליטשן, מיט וועלכע אָט די ווערסיע האָט זיך אויסגעצייכנט. אויסער דעם, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ גאַנץ בכּבֿודיקער זאַמלונג פֿון טעאַטער־ווערק, וואָס ס׳האָט אונדז איבערגעלאָזט, פֿאַר אַלע דורות, וויליאַם שעקספּיר — אויך באַקאַנט ווי דער "באַרד פֿון עיוואָן".

יאָרן־לאַנג האָבן די טעאַטערס, ווי אויך דאָס פּובליקום זיך געהאַלטן אַ ביסל אָפּגעטיילט פֿון שעקספּירן, וואָס במשך די יאָרהונדערטער איז פֿאַרבליבן ווי "אַ האַרט ניסל". דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן רעספּעקט מיט אַ געמיש פֿון מורא, טאָמער וועט מען, חלילה, נישט פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר. נאָר די יעניקע וואָס האָבן זיך דאָך יאָ דערנענטערט צו אים, האָבן קיין חרטה נישט געהאַט; פֿאַרקערט, דאָס וואָס זיי האָבן געווינען, האָט זיי באַרײַכערט מיט אַ וועלט־וויסן, קולטור און שיינקייט.

די ערשטע, וואָס האָבן פֿאַרלוירן בײַ אונדז די שרעק פֿאַר שעקספּירן זײַנען עס געווען די יונגע נײַע רעזשיסאָרן, וועלכע האָבן געפֿונען אין שעקספּירס ווערק אַ ברייט פֿעלד אַרויסצוּווײַזן זייערע כּסדרדיקע אײַנפֿאַלערישע רעזשיסור־אינאָוואַציעס. נישט ווייניק האָט אויף דעם אויך געווירקט דאָס בוך "שעקספּיר, אונדזער מיטצײַטלער", פֿון פּוילישן טעאַטער־קריטיקער און שעקספּיראָלאָג יאַן קאָט. זײַן צוגאַנג בײַם אַנאַליזירן שעקספּירס ווערק איז געווען אַזוי לאָגיש און קלוג, אַז די קאָלעגעס־פֿאָרשער האָבן געשטוינט: ווי אַזוי האָבן זיי דאָס נישט געזען פֿריִער? פֿאַרוואָס האָבן זיי נישט געזען, אַז די שפּילעוודיקע לײַכזיניקייט אין "אַ זומערנאַכט־חלום", למשל., איז גאָרנישט אַזוי אומשולדיק, ווי זיי האָבן געקלערט; עס פֿאַרדעקט דאָך די טונקעלע חייִשע אינסטינקטן בײַם מענטש, און די באַהאַלטענע לײַדנשאַפֿטן בײַ נאַכט אין די טיפֿענישן פֿון וואַלד — זײַנען דאָך סימבאָלן פֿון מענטשלעכן אונטערבאַוווּסטזײַן. קאָטס צוגאַנג איז איינהייטלעך אָנגענומען געוואָרן. קיינער האָט זיך מער נישט אומגעקערט צו די אַמאָליקע, איצט שוין פֿאַרגעסענע, אינטערפּרעטאַציעס פֿון שעקספּירס טעאַטער־ווערק.

אָבער אין דעם אַרטיקל וויל איך זיך גענויער אָפּשטעלן אויף דער פֿאָרשטעלונג "די 12טע נאַכט"; און נישט דווקא ווײַל די דאָזיקע קאָמעדיע געהערט צו אַן אַנדער סאָרט טעאַטער, צי זי איז אַנדערש געבויט, אָדער פֿאַרוואַרפֿט אונדז מיט אומצאָליקע אינאָוואַציעס.

"די 12טע נאַכט" (דער טיטל קומט פֿון דער קאַטוילישער טראַדיציע) איז אַ קאָמעדיע וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ליבע. נו, דאָס אין גאַנצן? כּמעט אַלע קאָמעדיעס פֿאַרנעמען זיך מיט ליבע. ריכטיק, דאָ איז עס אָבער דער סאַמע תּוכן. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין איליריאַ, אַן אויסגעטראַכטע וווּנדערשטאָט, וווּ ס׳באַקומט שוץ די יונגע וויאָלאַ, אַן אָפּגעראַטעוועטע פֿון דער שיף, וואָס איז אונטערגעגאַנגען בײַ די ברעגן פֿון דער שטאָט און וווּ ס׳איז אומגעקומען — אַזוי מיינט זי — איר צווילינג־ברודער סעבאַסטיאַן. וויאָלאַ פֿאַרשטייט, אַז כּדי בלײַבן בײַם לעבן אין דער פֿרעמד, מוז זי ענדערן איר אויסזען; דאָס מיינט, זיך פֿאַרשטעלן ווי אַ מאַן, ענדערן דעם נאָמען אויף סעזאַריאָ, און ווערן אַ באַדינער בײַם פֿירשט אָרסינאָ, דעם אָנפֿירער פֿון דער שטאָט. וויאָלאַ־סעזאַריאָ נעמט אַזוי ווײַט אויס בײַ איר אַרבעט־געבער, אַז ער שיקט זי אויספֿירן די שווערע מיסיע, וואָס באַשטייט אין איבערצײַגן די שיינע אָליוויאַ אָנצונעמען אָרסינאָס אומענדלעכע ליבעס־דערקלערונגען.

סעזאַריאָ געפֿינט זיך בײַ אַ דילעמע: ווי אַ פֿרוי, האָט זי זיך פֿאַרליבט אין אָרסינאָן, אָבער ווי אַ באַדינער, דאַרף זי טאָן אַלדאָס מעגלעכס צו ענדערן אָליוויאַס עקשנותדיקע קעגנערשאַפֿט אויסצוהערן וואָס עס ליגט אויפֿן האַרצן בײַם פֿאַרליבטן נאָבלמאַן. סעזאַריאָס שליחות ווערט געקרוינט מיט דערפֿאָלג, אָליוויאַ נעמט אים אויף און פֿאַרליבט זיך אין... דעם שליח. דער סוף איז נאַטירלעך אַ גוטער, ס׳איז דאָך אַ קאָמעדיע. ס׳באַווײַזט זיך סעבאַסטיאַן, וועלכער איז צום מזל, נישט אומגעקומען. אָליוויאַ מיינט, אַז ער איז סעזאַריאָ, צוליב דער גרויסער ענלעכקייט, און זי לאָזט אים שוין מער נישט אָפּ פֿון זיך ביז דער חתונה.

אין אַזאַ היעראַרכיע־געזעלשאַפֿט, צעטיילט אויף הערשער און באַהערשטע, וווּ די איינציקע דאגות פֿונעם אייבערשיכט דרייען זיך אַרום ליבעס־געפֿילן, געפֿינט זיך אויך אַן אַנדער קאַטעגאָריע — די באַדינער, צעטיילטע אויף קלאַסן: קרובֿים — אָליוויאַס פֿעטער, סער טאָבי; אײַנגעלאַדענע — סער ענדריו; און די "משרתים"; איבער זיי קאָמאַנדעוועט דער אַמביציעזער הויפּט־באַדינער מאַלוואָליאָ. ער באַהאַנדלט אַלעמען ווי אַ דיקטאַטאָר, בלויז צו פֿאַרשטאַרקן זײַן כּוח; ער באַרעדט זיי און פֿאַרמסרט זיי בײַ דער באַלעבאָסטע. די גערודפֿטע זײַנען זיך אָבער נוקם אין אים און דער סוף זײַנער איז, אַז ער באַצאָלט פֿאַר זײַנע שלעכטע מעשׂים — ער פֿאַלט אַליין אַרײַן אין גרוב וואָס ער האָט אויסגעגראָבן פֿאַר די אַנדערע, און איז דער קרבן, וועמען מ׳שטויסט אַרויס פֿון דער געזעלשאַפֿט.

דער רעזשיסאָר אודי בן־משה שטרײַכט בפֿירוש אונטער אָט די צוויי באַזונדערע טיילן אין דער קאָמעדיע "די 12טע נאַכט"; וואָס זשע קומט אַרויס? די טייל מיט די פֿאַרליבטע ווערט פֿאָרגעשטעלט מיט נישט גענוג לײַדנשאַפֿט, אָן אַ באַגער און אָן עראָטיק, וואָס אויסער דעם פּאָעטישן טעקסט איז נישט פֿאַראַן קיין באַפֿרידנדיקע ליבע־באַווײַזן. להיפּוך, זײַנען די סצענעס מיט די באַדינער פֿול מיט קאָליר, פֿאַנטאַזיע און איינפֿאַלערישקייט. גלײַכצײַטיק אָבער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ באַזונדערן צויבער וואָס באַרעכטיקט דאָס גיין אין טעאַטער. די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן און פֿאַרענדיקט זיך מיט צוויי זעלטן־שיינע מעלאַנכאָלישע ליבע־לידער פֿון יוסף באַרדאַשווילי, רירנדיק געזונגען דורכן אַקטיאָר יהויכין פֿרידלענדער, אין דער ראָלע פֿון פֿעסטע דעם שוטה.