|
דער מדריך אליהו יאָנאַס (אין צענטער), בערלין, 1947—1948 |
Credit: Yad-vashem photo archive |
דעם 3טן יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט אליהו (עלקע) יאָנעס, איינער פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַלגעמיינער און ייִדישער קולטור. אליהו יאָנעס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און ווי אַ קינד איז ער פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן מוטער. ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אָרעמע קרובֿים און צווישן די ווילנער "גאַסן־ייִנגלעך". אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן איז ער, מיט דער צײַט, געוואָרן זייער לערער און האָט פֿאַרפֿאַסט זייערע איבערלעבונגען, לידער און דערציילונגען.
בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון פּעדאַגאָגן אין וואַרשע אין יאָר 1936 האָט אליהו יאָנעס געהאַלטן אַן אײַנדרוקספֿולן רעפֿעראַט וועגן דער דערציִונג פֿון די גאַסן־קינדער און איז פֿאַרבעטן געוואָרן אין "ייִוואָ", וווּ ער האָט געהאַט די מעגלעכקיייט צו לערנען און דערגאַנצן זײַן בילדונג.
בײַם אויסברוך פֿון דער מלחמה איז יאָנעס אַנטלאָפֿן קיין לעמבערג, וווּ ער איז באַלד דעפּאָרטירט געוואָרן אין די לאַגערן פֿון דער דײַטשער מאַכט. עס איז אים אָבער געלונגען צו אַנטלויפֿן און זיך דערנענטערן צו די וועלדער. דאָרט האָט ער זיך אָנגעשלאָסן צו די פּאַרטיזאַנער און מיטגעקעמפֿט מיט זיי קעגן די דײַטשן.
נאָך דער מלחמה איז יאָנעס געווען אַקטיוו אין מערבֿ־דײַטשלאַנד בײַ דער אומלעגאַלער עליה קיין ארץ־ישׂראל און גלײַכצײַטיק האָט ער אָרגאַניזירט די קולטור־ און דערציִונג־טעטיקייטן אין די טראַנזיט־לאַגערן פֿון דער שארית־הפּליטה. ער האָט אָנגעפֿירט מיט ראַדיאָ־אוידיציעס אין דער אָרטיקער ראַידיאָ־סטאַנציע און רעדאַגירט די צײַטונג "אונדזער לעבן". ער איז אויך געווען רעדאַקציע־מיטגליד פֿון דער צײַטונג "דאָס וואָרט" אין מינכען.
אליהו יאָנעס איז עולה געווען קיין ישׂראל אין יאָר 1950, ווען עס האָבן געשטראָמט אין לאַנד מאַסן ייִדן, לעבן־געבליבענע פֿון חורבן און יאָנעס האָט געהאַט די אויפֿגאַבע צו רעדן צו זיי אין זייער לשון, אין ייִדיש. ער איז געווען דער גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדיש־אוידיציע "קול־ישׂראל". שפּעטער זענען פֿאַראייניקט געוואָרן די ייִדיש־אוידיציעס פֿון "קול־ציון לגולה" און "קול־ישׂראל" און יאָנעס איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך און טאָן־געבער פֿון ביידע קערפּערשאַפֿטן.
יאָנעס האָט זײַן עדות־דערקלערונג לגבי זײַנע איבערלעבונגען אין דער צײַט פֿון דער מלחמה אָפּגעגעבן אין "יד־ושם" און די דירעקציע האָט באַשלאָסן די דאָזיקע זכרונות צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין יאָר 1960 אין בוך "על־פּי הבור" (איבערן גרוב).
אין משך פֿון אַ סך יאָרן איז אליהו יאָנעס געווען אַ מיטגליד אין ראַט פֿון "יד־ושם" און אין דער קאָמיסיע פֿאַר די "חסידי־אומות־העולם".
פֿאַקטיש איז אליהו יאָנעס געווען אַן אויטאָדידאַקט; און דאָך, אין עלטער פֿון 80 יאָר האָט יאָנעס באַקומען דעם דאָקטאָר־טיטל פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים פֿאַר זײַן פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע פֿון די לעמבערגער ייִדן, וואָס "יד־ושם" האָט אַרויסגעגעבן אין 2001 מיטן נאָמען "עשן בחולות" (רויך אין די זאַמדן) — די ייִדן פֿון לעמבערג, 1939—1944.
אין זײַן פֿאָרשונג באַציט זיך יאָנעס צו דער באַקאַנטער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין לעמבערג און צו די ענדערונגען און דעם טראַגישן גורל פֿון די ייִדן נאָך דער אָקופּאַציע פֿון די סאָוועטן און פֿון די דײַטשן. בלויז אַ קליינער טייל פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער שטאָט האָט געפּרוּווט אָרגאַניזירן אַן אויפֿשטאַנד, וועלכער איז דורכגעפֿאַלן און די אָנטיילנעמער זענען אַנטלאָפֿן אין די אַרומיקע וועלדער. אין זײַן דיסערטאַציע באַטאָנט יאָנעס אויך דעם אָנטייל פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן.
די אויבן־דערמאָנטע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ביאָגראַפֿיע פֿון אליהו יאָנעס איז דערשינען אויף דער רוקן־הילע פֿון זײַן בוך "עשן בחולות".
כּבֿוד זײַן אָנדענק!