- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער זאָג: ער איז ערגער פֿון אַ משומד, וויל נאָר באַטאָנען, אַז ערגער פֿון שמד קאָן שוין גאָרנישט זײַן. אין דער ייִדישער געשיכטע האָבן די משומדים נישט זעלטן צוגעלייגט אַ האַנט בײַם "דעמאַסקירן" די סודותפֿולע זײַטן פֿון דער ייִדישער אמונה. באַזונדערס פֿלעגט מען אויסניצן זייערע "קענטענישן", בעת די עלילת־דם־פּראָצעסן, ווען מ'האָט געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז ייִדן נוצן טאַקע אויס קריסטלעך בלוט פֿאַר זייערע ריטועלע צוועקן. צווישן די אַקאַדעמישע דעפֿיניציעס איז אַפֿילו פֿאַראַן אַזאַ באַגריף ווי "ייִדישער זעלבסטהאַס". מיר ייִדן האָבן זיך טאַקע זייער ליב — ביז אַ קרענקלעכן מאַזאַכיזם; אָבער אויב פֿון אונדזערע בני־ישׂראל וואַרפֿט איינער אַן אומחן אויף זײַן ייִחוס, איז שוין שווער צו געפֿינען אַ גרעסערן אַנטיסעמיט צווישן אַלע סאַמעראָדנע אַנטיסעמיטן. נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג. דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט. ווי אַ סך אַמעריקאַנער רבנים הײַנטיקע צײַטן, פֿאָרט מאַרווין טאָקייער צו סינאַגאָגעס איבערן לאַנד (און אָפֿט מאָל אַפֿילו איבער דער וועלט), וווּ ער גיט לעקציעס וועגן טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט. זײַן טעמע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. ווי דער געוועזענער רבֿ פֿון יאַפּאַן (אין די 1960ער און 70ער יאָרן), און דער משגיח פֿון אַלע לענדער אין דרום־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח, ווי אויך אַ מחבר פֿון 20 ביכער אין יאַפּאַניש, איז הרבֿ טאָקייער דערשטוינט, וואָס די אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין יענעם ראַיאָן. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" לעצטנס, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען צו אַזאַ ראָלע. אין 1960, ווי אַ סטודענט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאָר האָט ער זיך געראַנגלט מיט אַ צאָל קשיות וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע; האָט עמעצער אים פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ בריוו דעם ליובאַוויטשער רבין, וואַשינגטאָן זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע." נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש. פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע. הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע די שדים און בייזע רוחות האָבן געשפּילט אין דער וועלט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן. אינעם "ספֿר־חסידים", וואָס יהודה און שמואל החסיד האָבן מחבר געווען אינעם 12טן אָדער 13טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד, לייענט מען בפֿירוש ווי די מורא פֿאַר שדים האָט משפּיע געווען אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי אויך אויף די ייִדישע מינהגים, טראַדיציעס, און פֿאָלקלאָר. וווּ מען האָט נאָר זיך אַ ריר געטאָן האָט מען אָנגעטראָפֿן אויף די "נישט־גוטע". אַפֿילו אינעם לעבן פֿון שטעטל, אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זענען געבליבן רעשטלעך פֿונעם פּחד פֿאַר די רוחות. מײַן טאַטע האָט אַלע מאָל געוואָלט האַלטן אַן אויג אויף מיר, ווען איך האָב אַרויסגעטראָגן דאָס מיסט בײַ נאַכט, נישט אַזוי צוליב די "הוליגאַנעס" אויף די בראָנקסער גאַסן, ווי צוליב זײַן מורא פֿאַר רוחות, וואָס ער האָט נאָך געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין סערעט, בײַם אַרויסטראָגן דאָס מיסט אין דער פֿינצטערער נאַכט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם מישכּן. אַלע ייִדן האָבן געזאַמלט פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן, כּדי צו שאַפֿן צוזאַמען אַ ספּעציעל "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. אין דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט איבער דעם מישכּן האָט זיך אויסגעדריקט די אמתע און אייביקע "דירה" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה — דאָס מענטשלעכע אַחדות. הגם הײַנט האָבן מיר נישט קיין פֿיזישן בית־המיקדש, אַנטפּלעקט זיך ג־טלעכקייט תּמיד דורך דער מענטשלעכער ברידערלעכקייט און אייניקייט. ווי עס שרײַבט דער גרויסער מקובל און בעל־מוסר רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, איז די מיצווה פֿון אַהבֿת־רעים — ברידערלעכע באַציִונגען, באַגרינדעט אויף אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט — און דאָס איז דער שליסל צום רוח־הקודש. על־פּי־קבלה, איז אהבֿת־רעים אַן אַלגעמיינע מיצווה, וואָס נעמט אַרום אַלע אָרנטלעכע מענטשן — ייִדן און ניט־ייִדן, נאָענטע און ווײַטע צו גלײַך. איך האָב שוין אַ סך מאָל געטראַכט: ווען איך וואָלט געווען אַ רעזשיסאָר אָדער אַ סצענאַריסט און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו מאַכן פֿילמען אויף ייִדיש, פֿון וואָס פֿאַר אַ מין פֿילם וואָלט איך אָנגעהויבן מײַן קינעמאַטאָגראַפֿישע טעטיקייט? אפֿשר עפּעס נאָך די מאָטיוון פֿונעם "סטאַר־טרעק"? איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אינעם ערשטן אָריגינעלן סעריאַל, לעאָנאַרד נימוי, איז דאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער געהערט צו דעם פֿאָלק פֿונעם פּלאַנעט וווּלקאַן, וווּ די אײַנוווינער זעען אויס אין אַ סך אַספּעקטן ווי די ליטוואַקעס — טיפּישע קאַלט־שׂכלדיקע "צלם־קעפּ", גרויסע ליבהאָבער פֿון לאָגישע פּילפּולים — און דערצו באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן מיט צונויפֿגעלייגטע פֿינגער, אַזוי ווי כּהנים בײַם דוכנען. דער באַגריף "רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור" האָט אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָרן צוגעצויגן אַ געוויסן פֿאָרשערישן אינטערעס סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אַנדערע לענדער. עס גייט דערבײַ וועגן אַ פּאָר טוץ מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן געשריבן אין רוסיש אויף ייִדישע טעמעס, אי פֿאַרן ייִדישן אי פֿאַרן אַלגעמיינעם לייענער. איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דעם דאָזיקן געביט איז געווען פּראָפֿעסאָר שמעון מאַרקיש (1931—2003), דער עלטערער זון פֿונעם דיכטער פּרץ מאַרקיש. צום באַדויערן, איז שמעון מאַרקיש געשטאָרבן, איידער ער האָט באַוויזן צונויפֿצוברענגען די איינצלנע אַרטיקלען וועגן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פֿיגורן אין אַן אַרומנעמיקער מאָנאָגראַפֿיע וועגן דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. דאָס האָט שוין אויסגעפּועלט זײַן אַלמנה זשוזשאַ העטעני, וועלכע האָט אַרויסגעגעבן איר בוך "אין קעסלגרוב" אויף אונגאַריש און ענגליש. אין עטלעכע וואָכן אַרום, דעם 3טן מאַרץ, וועט ווערן 150 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע — ביז אַהער לײַב-אייגענע — פּויערים. אין דער אמתן, האָט מען די פֿאַרשקלאַפֿונג אָפּגעשאַפֿן נאָך פֿריִער אין אַ צאָל מערבֿדיקע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אָבער ס’רובֿ פּויערים זײַנען געוואָרן פֿרײַ נאָר אין 1861, ווען דער אימפּעראַטאָר, אַלעקסאַנדער דער צווייטער, האָט אונטערגעשריבן דעם מאַניפֿעסט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלעמען האָט עס גלײַך געבראַכט מזל. אייניקע זײַנען געוואָרן פֿרײַ, אָבער קיין ערד ניט באַקומען. אַנדערע האָבן באַקומען זייער ווייניק ערד. אָבער עפּעס אַ חלק פֿון די פּויערים האָבן זיך פֿריִער אָדער שפּעטער אַרויפֿגעאַרבעט אין די דערפֿער, וווּ זיי האָבן געוווינט אָדער אין די שטעט וווּהין זיי האָבן מיגרירט. די מיגראַנטן האָבן ניט געמאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווײַל פֿון דערפֿער אין שטעט זײַנען געקומען קאָנקורענטן. זיי, די געוועזענע לײַב-אייגענע פּויערים, האָבן געעפֿנט נײַע געשעפֿטן, אַנדערע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט מלאכה. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿעיִק צו געווינען אין דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די באַפֿרײַונג פֿון פּויערים און די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט געבראַכט נאָר צרות פֿאַר ייִדן. דעם 3טן יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט אליהו (עלקע) יאָנעס, איינער פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַלגעמיינער און ייִדישער קולטור. אליהו יאָנעס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און ווי אַ קינד איז ער פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן מוטער. ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אָרעמע קרובֿים און צווישן די ווילנער "גאַסן־ייִנגלעך". אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן איז ער, מיט דער צײַט, געוואָרן זייער לערער און האָט פֿאַרפֿאַסט זייערע איבערלעבונגען, לידער און דערציילונגען. בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון פּעדאַגאָגן אין וואַרשע אין יאָר 1936 האָט אליהו יאָנעס געהאַלטן אַן אײַנדרוקספֿולן רעפֿעראַט וועגן דער דערציִונג פֿון די גאַסן־קינדער און איז פֿאַרבעטן געוואָרן אין "ייִוואָ", וווּ ער האָט געהאַט די מעגלעכקיייט צו לערנען און דערגאַנצן זײַן בילדונג. כ׳דאַרף אײַך נישט זאָגן, אַז מיר האָבן ערשט איבערגעטראָטן די שוועל פֿונעם יאָר 2011, און וויפֿל הויכשולן מיר זאָלן נישט האָבן אַדורכגעמאַכט, וויפֿל אוניווערסיטעטן און דערציִונגס־אַנשטאַלטן מיר זאָלן נישט האָבן געענדיקט, האָבן מיר זיך אָפּגעלערנט אַ פֿײַג לגבי זיך אַליין און אונדזער בלוטיקער, אוממענטשלעכער און צו מאָל אומציוויליזירטער מענטשלעכער געשיכטע. מיר זײַנען פֿאַרבליבן די זעלבע בלוטדאָרשטיקע, זשעדנע, געלט־גײַציקע, ראַסנהאַסערישע, פֿאַנאַטישע אויסטײַטשער פֿון אונדזערע הייליקע ביכער. מ׳קען ממש דערטרונקען ווערן אין דעם אַלעם וואָס דער מענטש איז גענייגט אָפּצוטאָן — אַמאָל צוליב יענעם, אַמאָל צוליב הונגער, ווײַל דער מאָגן פֿאָדערט ס׳זײַניקע; דאָס בלוט צינד זיך אָן, די אויגן זוכן, די טויט־מכשירים טאַנצן אַ קאָמאַרסקע, און הײַדאַ, דאַווײַ. מ׳באַפֿאַלט יענעם, יענעמס לאַנד, יענעמס האָב־און־גוטס, דער עיקר, מ׳זעטיקט זיך נישט. אויב איר רייכערט, אָדער קענט עמעצן וואָס רייכערט, האָט איר זיכער געהערט גענוג מוסר-רייד פֿון אײַער דאָקטער, אַז איר מוזט אויפֿהערן. ניט וועגן דעם רעדט זיך אין דעם אַרטיקל. יעדער רייכערער (אָדער זײַן קרובֿ) האָט מורא פֿאַר אַ קאָנקרעטער געזונט-פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיטן רייכערן: מע פֿלעג עס רופֿן — "יענע מחלה"; דער ראַק, ובפֿרט לונגען-ראַק. איז דאָ אַן אופֿן נאָכצוזוכן אַזאַ ראַק פֿון פֿריִער, און צו פֿאַרהיטן דערמיט די קרענק נאָך איידער זי אַנטוויקלט זיך? עטלעכע שטודיעס האָט מען שוין געהאַט דורכגעפֿירט וועגן פּשוטע רענטגענס (איקס-שטראַלן), ווי אַ מיטל נאָכצוזוכן לונגען-ראַק, און פֿון דעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם — נעגאַטיווע רעזולטאַטן. אויסגעקוקט האָט מען אָבער אויף דעם זיכערן ענטפֿער וואָס האָט געזאָלט קומען פֿון אַ גרויסער שטודיע פֿון "סי-טי"-באַקוקן ["קאַט־סקאַן"] צווישן רייכערערס. |