הרבֿ טאָקייער (אין מיטן) רעדט וועגן דעם תּלמוד אין סאָול, דרום־קאָרעע, אויגוסט 2010 |
ווי אַ סך אַמעריקאַנער רבנים הײַנטיקע צײַטן, פֿאָרט מאַרווין טאָקייער צו סינאַגאָגעס איבערן לאַנד (און אָפֿט מאָל אַפֿילו איבער דער וועלט), וווּ ער גיט לעקציעס וועגן טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט. זײַן טעמע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. ווי דער געוועזענער רבֿ פֿון יאַפּאַן (אין די 1960ער און 70ער יאָרן), און דער משגיח פֿון אַלע לענדער אין דרום־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח, ווי אויך אַ מחבר פֿון 20 ביכער אין יאַפּאַניש, איז הרבֿ טאָקייער דערשטוינט, וואָס די אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין יענעם ראַיאָן.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" לעצטנס, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען צו אַזאַ ראָלע. אין 1960, ווי אַ סטודענט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאָר האָט ער זיך געראַנגלט מיט אַ צאָל קשיות וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע; האָט עמעצער אים פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ בריוו דעם ליובאַוויטשער רבין, און הגם ער אַליין איז נישט געווען קיין ליובאַוויטשער, האָט ער געפֿאָלגט, און דער רבי האָט אים געענטפֿערט, אַז ער וויל זיך מיט אים טרעפֿן. מער ווי צוויי שעה לאַנג זענען זיי געזעסן אינעם רבינס קאַבינעט און געשמועסט וועגן די ענינים.
נאָכן באַקומען סמיכה אין 1962 האָט הרבֿ טאָקייער זיך פֿאַרשריבן אין די אַמעריקאַנער לופֿט־כּוחות און מע האָט אים געשיקט קיין יאַפּאַן, וווּ ער האָט צוויי יאָר לאַנג געדינט ווי אַ מיליטערישער ראַבינער. הגם ס׳רובֿ פֿון דער צײַט האָט ער געמוזט בלײַבן אויף דער באַזע און במילא זיך ווייניק באַקענט מיטן לעבן אין יאַפּאַן, האָט ער יאָ באַוויזן צו געפֿינען אַ לאַנג־פֿאַרלוירענעם בית־עולם אין נאַגאַסאַקי.
נאָכן אומקערן זיך קיין אַמעריקע, האָט ער באַקומען אַ פּאָזיציע אין אַ שיל אין ניו־יאָרק, און מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז ער פֿאַרקנסט געוואָרן. דער משגיח פֿון דער חתונה האָט אים פֿאָרגעלייגט שיקן אַ פֿאַרבעטונג דעם ליובאַוויטשער רבין, כּדי צו באַקומען פֿון אים אַ ברכה.
ווען דער רבי האָט באַקומען די פֿאַרבעטונג, האָט ער טאָקייערן נאָך אַ מאָל פֿאַרבעטן צו זיך — דאָס מאָל מיט זײַן כּלה. אַ פּנים, האָט דער רבי שוין געהאַט געלייענט וועגן טאָקייערס אַנטדעקונג פֿונעם בית־עולם אין נאַגאַסאַקי, ווײַל ער האָט אים גלײַך געעצהט צוריקצופֿאָרן קיין יאַפּאַן. "גענוג געאַרבעט מיט די מתים, איצט דאַרפֿסטו אַרבעטן מיט די חיים," האָט דער רבי געזאָגט, אויף ייִדיש. "יאַפּאַן וועט באַלד ווערן דער קרייצפּונקט צווישן מיזרח און מערבֿ. אַ סך באַגאַבטע ייִדן פֿאָרן איצט אַהין — געשעפֿטסלײַט, אינדוסטריעלע פֿירער. מע דאַרף דאָרט אַ רבֿ, סײַ פֿאַר זיי, סײַ אויפֿצופּאַסן אויף דער תּלמוד־תּורה."
טאָקייער און זײַן כּלה האָבן געזאָגט ניין. דער רבי האָט זיי אָבער נישט אָפּגעלאָזט. דאָס איז געווען אין די יאָרן איידער דער דער רבי האָט אַרויסגעשיקט זײַנע חב״ד־שליחים איבער דער וועלט. "ער האָט מיך אויסגעקליבן ווײַל דעמאָלט איז נישט געווען ווער עס זאָל קענען פֿאַראייניקן יענע כּמעט־פֿאַרגעסענע קהילות," האָט טאָקייער דערקלערט. סוף־כּל־סוף האָבן ער און זײַן כּלה צוגעשטימט צו פֿאָרן אַהין — אויף צוויי יאָר.
אין 1908 האָט מען געפֿונען די זײַט פֿון די סליחות־תּפֿילות, דאַטירט פֿונעם 8טן אָדער 9טן יאָרהונדערט, לעבן דער גרענעץ מיט טיבעט — דער סאַמע עלטסטער לשון־קודשדיקער כּתבֿ־יד געשריבן אויף פּאַפּיר |
"פֿאַרבליבן זענען מיר אויף גאַנצע צען," האָט טאָקייער געזאָגט. וווינענדיק דאָרט האָט ער געשמועסט מיט ייִדן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין סיביר, און דערצויגן געוואָרן אין מאָנגאָליע און מאַנטשוריע. ווען רוסלאַנד איז געוואָרן קאָמוניסטיש זענען אַ סך פֿון זיי אַנטלאָפֿן קיין מאָנג און מאַנטש, און פֿון דאָרט קיין שאַנכײַ.
טאָקייערס רעזידענץ איז געווען אין טאָקיאָ אָבער זעענדיק, אַז ער איז דער איינציקער רבֿ אינעם ווײַטן מיזרח, האָט ער געגרינדעט די "פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין דרום־מיזרח־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח", וואָס האָט אַרײַנגענומען אַלע לענדער בײַם פּאַציפֿישן אָקעאַן — אינדיע, טײַלאַנד, סינגאַפּור, קאָרעע און די פֿיליפּינען; אַלץ אַחוץ אויסטראַליע. "אין אויסטראַליע האָבן זיי זיך געקענט אַליין באַשטיין," האָט טאָקייער באַמערקט.
דער עיקר, האָט ער צוגעלייגט אַ האַנט, ווען ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ חתונה אָדער גט, אָדער ווען מע האָט זיך געדאַרפֿט גרייטן אויף פּסח. איין מאָל איז בעת די וואָכן פֿאַר פּסח אויסגעבראָכן אַ סטרײַק אינעם פּאָרט, און דאָס כּשר-לפּסחדיקע פֿלייש און מצות זענען נישט אָנגעקומען. האָט הרבֿ טאָקייער זיך גענומען אין די הענט אַרײַן: ער האָט אַראַנזשירט, אַז ישׂראל זאָל תּיכּף איבערשיקן מצות מיט אַן עראָפּלאַן, און ער האָט אַרײַנגעבראַכט אַ שוחט צו שעכטן די אָרטיקע הינער.
הרבֿ טאָקייער זאָגט, אַז עס פֿאַרדריסט אים וואָס, ווען ער פֿרעגט ייִדן אין דער מערבֿ־וועלט וואָס זיי ווייסן וועגן די ייִדן אין כינע, ענטפֿערט מען אים: גאָרנישט. ער האַלט, אַז ס׳איז נישט בלויז, אַז מע ווייסט נישט, נאָר אַז מע וויל נישט וויסן — אַן אַלטע דיסקרימינאַציע קעגן דעם ווײַטן מיזרח וואָס איז פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אין כינע האָבן די ייִדן שוין אַ לאַנגע געשיכטע, בפֿרט אין דער שטאָט קייפֿענג, לעבן דעם געלן טײַך. געוויסע דאָקומענטן ווײַזן אָן, אַז ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין כינע אינעם 7טן אָדער 8טן יאָרהונדערט אָבער אַ טייל זענען אפֿשר אָנגעקומען נאָך פֿריִער, בעת דער "האַן־דינאַסטיע" (פֿון 206 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג ביזן יאָר 220 הײַנטיקע צײַט רעכענונג).
ס׳רובֿ פֿון די ערשטע ייִדן זענען געווען הענדלער, וואָס האָבן געבראַכט סחורה פֿון כינע צוריק קיין אייראָפּע; טאַקע דערפֿאַר האָבן זיי געוווינט בײַם וואַסער, וווּ די שיפֿן קומען און פֿאָרן אָפּ.
זייער ווייניק אַמעריקאַנער ווייסן, למשל, אַז אין כינע, לעבן דער גרענעץ מיט טיבעט, האָט מען געפֿונען דעם עלטסטן לשון־קודשדיקן כּתבֿ־יד געשריבן אויף פּאַפּיר — דאַטירט פֿונעם אַכטן אָדער נײַנטן יאָרהונדערט. וואָס איז עס? "אַ זײַט פֿון די סליחות־תּפֿילות," האָט הרבֿ טאָקייער געענטפֿערט. פּאַפּיר איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן אין כינע.
"און אין אַ צווייטן שטעטל, כאָטאַן, האָט מען געפֿונען, אויך פֿון בערך די זעלבע יאָרן, אַ צווייט שטיקל פּאַפּיר אויף לשון־קודש — אַ דאָקומענט וועגן אַ פֿאַל פֿון שאָף־שווינדל," האָט ער געזאָגט.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די יאַפּאַנער רעגירונג אַרומגערעדט אַ פּלאַן צו גרינדן אַ ייִדישן אויטאָנאָמישן ראַיאָן אין לאַנד, שרײַבן טאָקייער און מערי שוואַרץ אינעם בוך, "דער פֿוגו־פּלאַן" |
ווי אַזוי זענען די ייִדישע כּתבֿ־ידן געקומען אַהין? די ייִדישע סוחרים האָבן געהאַנדלט אויפֿן "זײַדענעם מאַרשרוט", וואָס האָט פֿאַרבונדן אייראָפּע מיט די מיטל־מיזרחדיקע און ווײַט־מיזרחדיקע לענדער, און מיט דער צײַט האָבן זיי זיך דאָרט באַזעצט. "די ייִדן זענען געווען די ערשטע צו ברענגען אַראַבישע ציפֿערן קיין אייראָפּע, און מאַראַנצן פֿון כינע, ווי אויך די ערשטע טרענירטע העלפֿאַנטן און שוואַרצן פֿעפֿער פֿונעם שטעטל Jew Town אין אינדיע," האָט ער צוגעגעבן.
אין 1605 איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה מיט אַ כינעזישן ייִד — אַ קלאַסישע מיספֿאַרשטענדעניש, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט. די ייִדן אין קייפֿענג האָבן געהערט, אַז ס׳איז אָנגעקומען אַ מענטש, וואָס גלייבט, אַז גאָט איז איינער אין דער וועלט, אָבער מע האָט באַטאָנט, אַז ער איז נישט קיין מוסולמענער. "מוז ער זײַן אַ ייִד, און אפֿשר אַפֿילו אַ רבֿ," האָבן זיי געטראַכט, און געשיקט דעם פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אים צו באַגריסן.
דער ייִד קלאַפּט אין דער טיר, און ווען דער פֿרעמדער עפֿנט זי אויף, זאָגט דער ייִד: "זענט איר דער מענטש, וואָס גלייבט, אַז גאָט איז איינער אין דער וועלט?" "יאָ," ענטפֿערט דער פֿרעמדער.
"לערנט איר מענטשן ווי צו פֿירן אַ הייליק לעבן?" "יאָ, מיר לערנען ווי צו פֿירן אַ מאָראַליש לעבן." די קאָמעדיע איז, וואָס דער פֿרעמדער איז געווען אַ גלח, וואָס האָט געמיינט, אַז דער כינעזער איז אַ קריסט, בעת דעם ייִד האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער פֿרעמדער איז אַ ייִד.
"זאָגט מיר, ווער האָט אײַך דערציילט וועגן אונדזער משיח?" פֿרעגט דער גלח.
"כ׳האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ וואָרט," ענטפֿערט דער ייִד. דער גלח ווײַזט אים אַ בילד פֿון דער "לעצטער וועטשערע" מיט יעזוסן אין מיטן. "צי ווייסט איר ווער דער מענטש איז?" פֿרעגט דער גלח. "אָט דאָס איז דער משיח!"
"טאַקע!" ענטפֿערט דער ייִד. "און איך האָב גאָר געמיינט, אַז דאָס איז יעקבֿ אָבינו מיט זײַנע 12 זין!"
הרבֿ טאָקייער דערציילט אַ סך אַזוינע חנעוודיקע מעשׂיות, ווי, למשל, די געשיכטע פֿון מרדכי (מאַרקוס) סעמיועלס, דער זון פֿון אַ ייִדישן פּעדלער אין לאָנדאָן, וואָס איז געקומען אין ווײַטן מיזרח זוכנדיק טשאַטשקעס פֿאַרן טאַטנס געשעפֿט; דאָרט אַנטדעקט נאַפֿט, און געגרינדעט די פֿירמע Shell Oil.
אָבער טאָקייערס גרעסטע אַנטדעקונג איז געווען מער ווי 8,000 זײַטן פֿון קלאַסיפֿיצירטע יאַפּאַנישע דאָקומענטן געשאַפֿן צווישן 1934 און 1940, וואָס האָט באַשריבן דעם אַזוי־גערופֿענעם "פֿוגו־פּלאַן" — ווי אַזוי יאַפּאַן האָט פּלאַנירט צו גרינדן אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין איינעם מיט מערי שוואַרץ, האָט טאָקייער אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם (אויף ענגליש), טענהנדיק, אַז יאַפּאַן האָט, אַ פּנים, געהאָפֿט צו שאַפֿן אַ ייִדישן אויטאָנאָמישן ראַיאָן, כּדי צו אַנטוויקלען פּאָזיטיווע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און גלײַכצײַטיק אויסצוניצן די "אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייטן" פֿון די ייִדן. (די רעגירונג האָט באַקומען גרויס דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן נאָכן לייענען פֿאַרשידענע מקורים, אַרײַנגערעכנט דעם אַנטיסעמיטישן מאַניפֿעסט, "די פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון".)
הגם זײַן בוך האָט אַרויסגערופֿן אַ שטיקל קאָנטראָווערסיע (אַ טייל עקספּערטן האַלטן, אַז יאַפּאַן האָט קיין מאָל נישט ערנסט פּלאַנירט צו גרינדן אַ ייִדישן ראַיאָן אין לאַנד), האָט עס גוט פּרטימדיק באַשריבן די קאָמפּליצירטע שטעלונג פֿון די יאַפּאַנער צו די ייִדן אין יענע יאָרן.
ס׳רובֿ פֿון הרבֿ טאָקייערס ביכער זענען אָבער אויף יאַפּאַניש, אַרײַנגערעכנט איין בוך וואָס הייסט "די חכמה פֿונעם תּלמוד", וואָס דערפֿון האָט מען שוין פֿאַרקויפֿט אַ האַלב־מיליאָן עקזעמפּלאַרן, און אויך איבערגעזעצט אויף כינעזיש און קאָרעאַניש, ווי אויך אַ צווייט בוך וועגן ייִדישן הומאָר, און אַ דריטס — וועגן די ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די יאַפּאַנער.
בעת זײַנע יאָרן אין יאַפּאַן האָבן די טאָקייערס געהאַט פֿיר קינדער, און טאַקע צוליב זיי האָט די משפּחה באַשלאָסן זיך צוריקצוציִען קיין אַמעריקע. די סיבה איז אַ פֿאַרשטענדלעכע. "כ׳האָב געוואָלט שיקן מײַנע קינדער אין אַ ייִדישער שול," האָט ער געזאָגט.