|
פֿון רעכטס: ח.נ. ביאַליק, בן־עמי, שלום־עליכם און מענדעלע מוכר־ספֿרים,
זשענעווע, סעפּטעמבער 1907 |
|
דער באַגריף "רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור" האָט אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָרן צוגעצויגן אַ געוויסן פֿאָרשערישן אינטערעס סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אַנדערע לענדער. עס גייט דערבײַ וועגן אַ פּאָר טוץ מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן געשריבן אין רוסיש אויף ייִדישע טעמעס, אי פֿאַרן ייִדישן אי פֿאַרן אַלגעמיינעם לייענער.
איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דעם דאָזיקן געביט איז געווען פּראָפֿעסאָר שמעון מאַרקיש (1931—2003), דער עלטערער זון פֿונעם דיכטער פּרץ מאַרקיש. צום באַדויערן, איז שמעון מאַרקיש געשטאָרבן, איידער ער האָט באַוויזן צונויפֿצוברענגען די איינצלנע אַרטיקלען וועגן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פֿיגורן אין אַן אַרומנעמיקער מאָנאָגראַפֿיע וועגן דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. דאָס האָט שוין אויסגעפּועלט זײַן אַלמנה זשוזשאַ העטעני, וועלכע האָט אַרויסגעגעבן איר בוך "אין קעסלגרוב" אויף אונגאַריש און ענגליש.
מאַרקיש און העטעני באַטראַכטן די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור, דער עיקר, אינעם רוסישן קולטורעלן קאָנטעקסט. דערבײַ האַלטן זיי אין איין באַטאָנען די ספּעציפֿישע נאַציאָנאַל־ייִדישע עלעמענטן, אַזעלכע ווי סימפּאַטיע צו "פּראָסטע ייִדן", פּראָטעסט קעגן אַנטיסעמיטיזם און קריטיק פֿון אַסימילאַציע. זייערע אויסטײַטשונגען און אָפּשאַצונגען זײַנען דערפֿאַר אָפֿטמאָל אידעאָלאָגישע און ניט עסטעטישע. ערשט לעצטנס האָט מען זיך גענומען צו באַטראַכטן די ווערק פֿון רוסיש־ייִדישע שרײַבער אינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט, ווי אַ טייל פֿון אַ ברייטערער ליטעראַריש־עסטעטישער קאָנפֿיגוראַציע.
פֿאַר דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע זײַנען די דרײַ צווײַגן פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט אין רוסלאַנד — אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש — געווען געדיכט איבערגעפֿלאָכטן. ס’רובֿ מחברים און קריטיקער האָבן פֿרײַ געלייענט אויף אַלע דרײַ שפּראַכן, און אייניקע פֿון זיי האָבן געשריבן אויף צוויי, צומאָל אַפֿילו אויף אַלע דרײַ שפּראַכן. עס איז דערפֿאַר גאַנץ נאַטירלעך, אַז זיי האָבן געפֿירט זייערע שמועסן ניט נאָר בעל־פּה אָדער אין פּריוואַטע בריוו, אָבער אויך דורך זייערע ווערק.
באַזונדערס רײַך מיט אַזאַ מין איבערקלאַנגען זײַנען שלום־עליכמס ווערק. אַוודאי זײַנען מיר שוין מער ניט ביכולת צו דערקענען אַלע רמזים און פֿאַררופֿן, צומאָל איראָנישע און שטיפֿערישע, אויף די ווערק פֿון זײַנע מיטצײַטלער. אָבער אייניקע סבֿרות קאָן מען אפֿשר יאָ מאַכן, און דווקא אויפֿן סמך פֿון זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ.
צווישן די גרעסטע און סאַמע אינטערעסאַנטע ווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור זײַנען די זכרונות פֿון בן־עמי (מרדכי ראַבינאָוויטש, 1854—1932). אין מאַרקישעס געשיכטע פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט בן־עמי אַ בכּבֿודיק אָרט, ווי אַ פֿלאַמיקער קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם און אַסימילאַציע, און דער ערשטער רוסיש־ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט געמאָלט דעם אַלטן ייִדישן שטייגער מיט ליבע און צאַרטקייט. דערבײַ איז ער ניט געווען קיין לײַכטער פּאַרשוין, ווי עס זאָגן עדות שמעון דובנאָווס מעמואַרן און אַנדערע מקורים.
בן־עמי האָט געדרוקט זײַנע זכרונות אין המשכים אין משך פֿון פֿיר יאָר — פֿון 1902 ביז 1905 — אין דער ליטעראַרישער בײַלאַגע צו דעם רוסיש־ייִדישן זשורנאַל "וואָסכאָד". דערנאָך האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין דער שווייץ; געשטאָרבן איז ער אין ארץ־ישׂראל.
בן־עמי דערציילט וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין קליינע חסידישע שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע און בעסאַראַביע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַן אָרעמאַן, אַ חזן, און ער איז געשטאָרבן ווען זײַן ייִנגסטער זון מרדכי (מאָטל) איז געווען ערשט פֿיר יאָר אַלט. דערנאָך האָט דאָס ייִנגל געלעבט בײַ זײַן דערוואַקסענעם ברודער אין אַ קרעטשמע און שפּעטער בײַ זײַן מומע אין אָדעס, וווּ ער האָט סוף־כּל־סוף פֿאַרענדיקט די רוסישע גימנאַזיע. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, איז די דאָזיקע צײַט פֿאַרבליבן אין זײַן זכּרון ווי די סאַמע בעסטע תּקופֿה פֿון זײַן לעבן.
עס איז ניט קיין ספֿק, אַז שלום־עליכם האָט געלייענט בן־עמיס זכרונות; און אַ סבֿרא, אַז ער האָט זיי געהאַלטן אין זינען, ווען ער האָט מיט עטלעכע יאָר שפּעטער געשריבן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס". ס׳קאָן זײַן אַפֿילו, אַז דער נאָמען פֿונעם הויפּטהעלד האָט עפּעס צו טאָן מיט מרדכי בן־עמי (וואָס האָט דערצו נאָך געהאַט דעם אייגענעם פֿאַמיליע־נאָמען ווי שלום־עליכם). מען קאָן באַטראַכטן "מאָטל", די געשיכטע פֿון אַ פֿריילעכן יתום, ווי אַ מין פּאַראָדישער אָפּרוף אויף בן־עמיס נאָסטאַלגישע און סענטימענטאַלע זכרונות.
אַזאַ מין סבֿרא שטימט מיט שלום־עליכמס פּערזענלעכער איראָנישער באַציִונג צו בן־עמי. דאָס קומט בולט אַרויס פֿון אַ בריוו צו ש. י. אַבראַמאָוויטש פֿון זשענעווע אין 1908, אין וועלכן שלום־עליכם דערציילט דעם "זיידן" וועגן זײַן "פֿאַרשײַטקייט"׃
הײַנט פֿרי קומט מיר אָן אײַער בריוול און מען דאַרף גיין אין שול אַרײַן [עס איז געווען חול־המועד פּסח — מ. ק.]. געקומען אין שול, דערזעט מיך בן־עמי און ראַמט מיר אײַן אַ סוד׃ איר ווייסט? איך האָב אַ בריוול פֿונעם זיידן! — מזל־טובֿ, אַנו ווײַזט, וואָס שרײַבט דער זיידע? — און רוקט מיר אַרײַן אין מחזור אַרײַן אײַער בריוול אויף לשון־קודש. לייען איך דאָס איבער און שאַר דאָס אַרײַן צו זיך אין קעשענע און גיי און רוק אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן אָנשטאָט זײַן לשון־קודש־בריוול מײַן "זשאַרגאָן"־בריוול, און דער חזן זינגט און די קאַטערינקע שפּילט, קוקט ער זיך ניט אַרום — און מאַרש אין קעשענע אַרײַן מײַן בריוול — און איך — שאַ!
ווײַטער דערציילט שלום־עליכם, ווי ער האָט אָפּגעטאָן אַן ענלעכע קונץ מיט אַן אַנדערן באַקאַנטן זײַנעם, אַבערסאָן, וואָס האָט דעם טאָג אויך באַקומען פֿון מענדעלע אַ בריוו אויף ייִדיש. דאָס מאָל האָט ער שטילערהייט פֿאַרביטן דעם ייִדישן בריוו צו אַבערסאָן אויף דעם העברעיִשן בריוו, וואָס ער האָט גענומען בײַ בן־עמי. דער פֿינאַל פֿון דער קאָמעדיע שפּילט זיך אָפּ, ווען ביידע חבֿרים ווילן זיך באַרימען נאָך וואַרעמעס אין דער היים מיט מענדעלעס בריוו פֿאַר זייערע משפּחות און געסט; און שלום־עליכם שרײַבט:
בן־עמי האָט אָפּגעגעסן וואַרעמעס (פֿיש געפֿילטע און שאר־ירקות כּשר לפּסח, און ווײַן כּרמל פֿון נאַכימזאָן, זעלבספֿאַרשטענדלעך), נעמט ער זיך צו דער יום־טובֿדיקער קאַפּאָטע ווײַזן שׂרהן, וואָס דער זיידע שרײַבט. — פֿרעגט אים שׂרה׃ ׳ווי קומט דאָס, פּאַפּאַ, וואָס דער זיידע שרײַבט צו דיר ייִדיש, ניט העברעיִש?׳ — וואָס רעדסטו, שׂרה? ביסט משוגע?..׳ הקיצור, מע לייענט ביידע, בן־עמי איז אויסער זיך׃ גאַנץ פֿרי, פֿאַר דער שול, איז דאָס בריוול געווען העברעיִש — איצט שוין ייִדיש!
צום סוף, קומען ביידע צו שלום־עליכמען — אָבער אין דעם מאָמענט רײַסט ער איבער זײַן דערציילונג — "פֿאָרזעצונט פֿאָלגט"׃ "האָט קיין פֿאַראיבל ניט, זיידעניו, וואָס איך רײַס איבער, מען דאַרף גיין זאָגן קדיש." מען דערקענט אין דער דאָזיקער קורצער מעשׂה די באַקאַנטע עלעמענטן פֿון שלום־עליכמס סטיל, וואָס דערמאָנען אי די "אײַזנבאַן־געשיכטעס" (דער פּלוצעמדיקער סוף אינעם סאַמע געשפּאַנטן מאָמענט), אי דעם "פֿאַרכּישופֿטן שנײַדער" (דאָס פֿאַרבײַטן פֿונעם בריוו).
עס איז קלאָר פֿון דעם דאָזיקן בריוו, אַז שלום־עליכם האָט ליב געהאַט צו מאַכן טורעס פֿון בן־עמיס סטאַטעטשנעם רעספּעקט פֿאַר העברעיִש און ייִדישקייט. עס איז גאַנץ מעגלעך דערפֿאַר, אַז ער האָט געהאַט בן־עמיס מאָנומענטאַלע זכרונות (וואָס פֿאַרנעמען בערך איין טויזנט זײַטן) אין זינען בעתן אויסטראַכטן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס".