כ׳דאַרף אײַך נישט זאָגן, אַז מיר האָבן ערשט איבערגעטראָטן די שוועל פֿונעם יאָר 2011, און וויפֿל הויכשולן מיר זאָלן נישט האָבן אַדורכגעמאַכט, וויפֿל אוניווערסיטעטן און דערציִונגס־אַנשטאַלטן מיר זאָלן נישט האָבן געענדיקט, האָבן מיר זיך אָפּגעלערנט אַ פֿײַג לגבי זיך אַליין און אונדזער בלוטיקער, אוממענטשלעכער און צו מאָל אומציוויליזירטער מענטשלעכער געשיכטע. מיר זײַנען פֿאַרבליבן די זעלבע בלוטדאָרשטיקע, זשעדנע, געלט־גײַציקע, ראַסנהאַסערישע, פֿאַנאַטישע אויסטײַטשער פֿון אונדזערע הייליקע ביכער. מ׳קען ממש דערטרונקען ווערן אין דעם אַלעם וואָס דער מענטש איז גענייגט אָפּצוטאָן — אַמאָל צוליב יענעם, אַמאָל צוליב הונגער, ווײַל דער מאָגן פֿאָדערט ס׳זײַניקע; דאָס בלוט צינד זיך אָן, די אויגן זוכן, די טויט־מכשירים טאַנצן אַ קאָמאַרסקע, און הײַדאַ, דאַווײַ. מ׳באַפֿאַלט יענעם, יענעמס לאַנד, יענעמס האָב־און־גוטס, דער עיקר, מ׳זעטיקט זיך נישט.
פֿון קלאַסישע קדמונישע צײַטן ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מען זיך כּמעט צו יעדער צײַט פֿאַרנומען מיט מעכטיקע און קלענערע מלחמות, רעוואָלוציעס, מרידות, בונטן, אָנפֿאַלן, קרייצצוגן. איך קען גאָרנישט אויסשעפּן די אויסברוכן פֿון פֿאַרכאַפּן וואָס געהערט נישט צו אונדז, צום לאַנד, צום פֿאָלק, צום שבֿט, דער עיקר יענעמס. און אונדזערע געשיכטע־בלעטער זײַנען אַ טייל פֿון אונדזער אוממענטשלעכער, אומציוויליזירטער פֿאַרגאַנגענהייט. וואָס אַן אמת קומען אויף נײַע דורות שלא ידעו את יוסף, און אפֿשר איז עס אײַנגעשטעלט אַזוי פֿון קדמונים. אויב מ׳וויל סאָלדאַטן, נאָכפֿאָלגער אָדער אויסגעהונגערטע האָרדעס, מוז מען זיי האַלטן אין קלעם, אין דער פֿינצטער. דאָס איז און איז געווען חל אויף דיקטאַטור, הייליקע אַנשטאַלטן מיט די קירכע־טאַטעלעך בראָש, און דאָס איז אויך חל הײַנט לגבי די כאָמייניס, אַיאַטאָלאַס, פּויפּסטן, טיראַנען און זייערס גלײַכן איבער דער וועלט.
איך גיי צוריק יאָרטויזנטער, פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג, ווײַל מיר האָבן די דאָקומענטאַציע. ווי מיר ווייסן האָט אַלעקסאַנדער מוקדון פֿאַרכאַפּט די מצרישע טעריטאָריע אין 331 נאָך איידער מיר האָבן געפּאָקט און געמאָזלט, אַ נאָמען געבנדיק אַ צענטראַלע עגיפּטישע שטאָט אַלעקסאַנדריע. מיט אַ פּאָר יאָרטויזנטער שפּעטער, האָט עס איבערגענומען די פּטאָלעמיייִשע דינאַסטיע, און פֿאַרוואַנדלט די שטאָט אין אַן אינטעלעקטועלן צענטער פֿון דער וועלט וואָס האָט פֿאַרמאָגט די גרעסטע ביבליאָטעק. אין די צײַטן פֿון די פּרעהס האָט מען אויפֿגעשטעלט די פּיראַמידן. אָבער איך דערמאָן עס נאָר אַדורכגייענדיק, ווײַל די דורות וואָס האָבן זיך געווייקט אין די ווינדעלעך האָבן קוים געוווּסט וואָס פֿאַר זייער געבורט איז פֿאָרגעקומען. און דאָס איז חל אויף יעדן נײַעם דור וואָס באַווײַזט זיך אויף דער שוועל פֿון דער וועלט.
מלחמות האָבן די מאָנאַרכן געהאַלטן צוליב טעריטאָריעלע דיספּוטן און מחלוקתן, פֿאַרשקלאַפֿונג, פּראָבלעמען פֿון ראַסע און פֿאָראורטייל, קאָמערציעלע און עקאָנאָמישע קאָנקורענץ, צוואַנג, קינאה, וואָס יענער האָט זיך צוגעאייגנט אַ גרעסער מיליטער, אָדער גלאַט גיריקייט נאָך מאַכט. דאָ האָט מען שוין צו טאָן מיט אַן אָרגאַניזירטער מי צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, אַראָפּוואַרפֿן יענעמס רעזשים און פֿאַרטרעטן עס מיט זיך. אַזוי נאָך זײַנען מיר די אייגנטימער פֿון הונדערטער טויזנטער מלחמות זינט אונדזער עקזיסטענץ ווי צוויי־פֿיסיקע באַשעפֿענישן וואָס לאָזן איבער נאָך זיך טריט אין זאַמד.
איידער איך גיי צו צום הײַנטיקן ענין, וויל איך נאָר דערמאָנען אַ פּאָר סיבות צו האַלטן מלחמה, צווישן זיי די מעקאַ־ און מעדינאַ־מלחמה פֿון 624 ביז 630. איצטיקע צײַט־רעכענונג — מוסולמענישע רעוואָלטן און צענדליקער מלחמות פֿון 656 ביז 1979, "דעם משוגענעם מולאַס" הייליקע מלחמה פֿון 1899—1920, און אין אַלזשיר האָט מען זיך געמימתט פֿון 1775 ביז 1963. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די אַלע פֿעלקער היטן אָפּ אַללאַס הייליקטום. די תּימנער ציווילע מלחמה האָט זיך געצויגן פֿון 1962 ביז 1970 און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג הריגה, האָט מען זיך ווידער גענומען צום געווער אין 1979. אַזוי אַז ווען מ׳זאָגט, אַז איסלאַם איז אַ רויִקע און שלום־שלווהדיקע רעליגיע, גלייבט זיי נישט, ווײַל זינט דער איסלאַם איז אויפֿגעקומען זײַנען די מאַכמעדאַנישע פֿעלקער פֿול מיט רציחה קעגן די פֿעלקערשאַפֿטן וואָס זײַנען אַנדערש. זיי רופֿט דער קאָראַן "פֿאַררעטער," און נאָך מיט אַ סך "יום־טובֿדיקע" נעמען.
אָבער נישט אין דעם גייט עס. קודם גייט עס אין דעם וואָס ישׂראל איז אַרומגערינגלט מיט אָט די פֿעלקער וואָס האָבן פֿײַנט איינער דעם אַנדערן. די דרויסנדיקע וועלט און דער עיקר — די ייִדן. און דווקא מיר, צוזאַמען מיט דער ציוויליזירטער וועלט, ווילן פֿאַרשטיין און העלפֿן. כאָטש אונדזער פֿריִערדיקער פּרעזידענט בוש איז באַפֿאַלן איראַק און אַפֿגאַניסטאַן און שוין אַ צענדליק יאָר ווי עס בושעוועט דאָרט אַ ברידערקריג, די אַמעריקאַנער האָט מען סתּם פֿײַנט ווי חזיר. און מיר, זשלאָבעס, פֿאַרשטייען אָסור מאַכמעדאַנישע קולטור, זייער רוגזה, זייער אײַנשטעל איינער צום צווייטן, זייער האַס צו דער דרויסנדיקער וועלט. לאָזט מען עס אויס אַמאָל צו די מושלים און זייערע אַבסאָלוטע הערשער וואָס זיצן אויף קעסט בײַ אַמעריקע; די טיראַנישע דעספּאָטן וואָס פֿאַרלייקענען מענטשנרעכט, פֿרויענרעכט, און ציווילע רעכט פֿון זייערע בירגער; הערשער, וואָס גריבלען זיך אין זייער שאַצקאַמער ווי לײַז אין אַ קאָפּהאָר.
און ווער קען פֿאַרגעסן די גאָלדענע קלאָזעטן בײַם אַמאָליקן שאַך פֿון איראַן. פּרעזידענט קאַרטער האָט אים געראַטעוועט זײַן שקורע, צוגעלקחנט די ביליאָנען און נישט דערלעבט די זכיה צו פּאָזשיוויען דאָס. נו? און אַז ער איז אַראָפּ פֿון דער אַרענע. איז דען בעסער געוואָרן? אַ פֿײַג. איז געקומען אויף זײַן אָרט דער דעספּאָטישער כאָמייני און ביזן הײַנטיקן טאָג איז איראַן אַ גן־עדן פֿאַר די הייליקע מולאַס מיט די אַיאַטאָלאַס מיט אַכמאַדינעדזשאַדן בראָש. און דאָס פֿאָלק צאָלט אַ טײַערן פּרײַז. נישט נאָר דאָס, נאָר דעם קליינעם היטלער האָט זיך אַפֿילו פֿאַרגלוסט אויפֿצושטעלן אַ מין "פּאַן־אַראַביאַ," אָנהייבנדיק מיט לבֿנון, אַפֿגאַניסטאַן און איראַק.
און אַז מ׳כאַפּט אָן אַראַפֿאַטן, זעט מען ווי ער האָט פֿאַרפֿירט די פּאַלעסטינער, צוגעלקחנט די אַמעריקאַנער ביליאָנען און נישט דערלעבט אַפֿילו אַרײַנצושטעקן דעם גאָפּל אין "פּאַטיי דע פֿראַ גראַ." זײַן "כּמו פּלוניתטע," מיטן "כּמו קינד’" לעבן דערווײַל אין ראָסקאָש אין פּאַריז און לאָזן זיך וווילגיין אויפֿן חשבון פֿון אַ פֿאָלק; דאָס פֿאָלק, וואָס איז אונטער דעם קאַנטשיק פֿון "כאַמאַס" און מ׳לערנט דערווײַל מיט זיי בלק.
קומען מיר צו עגיפּטן, וווּ מ׳פּראָטעסטירט און מ׳רעוואָלטירט, וווּ מען פֿאָדערט מובאַראַק זאָל אָפּטרעטן זײַן ווייך בענקעלע וואָס ער קען זיך דערמיט נישט געזעגענען שוין דרײַסיק יאָר. דאָס פֿאָלק פֿאָדערט פֿרידן, פֿרײַהייט, גוטע עקאָנאָמיע, די אַלע פּריוויליגעיעס וואָס אַ ציוויליזירט פֿאָלק קומט. לויפֿט דער המון אַרום און שרײַט "רעוואָלוציע," און מיר ווייסן וואָס די רעוואָלוציעס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט — נײַע מושלים; צווישן זיי, גענגסטערס און רוצחים ווי סטאַלין און היטלער. מובאַראַק איז הײַנט 82 יאָר אַלט. ער פּרובירט אײַנרעדן דעם אַכציק־מיליאָניקן המון זײַנעם אַז ער איז שטאַרק פֿאַרליבט אין זײַן לאַנד, אין זײַן פֿאָלק, אין גלײַכע רעכט און דאָס גלײַכן. אַ נעכטיקע וועטשערע. דאָס ווײַב מיט די קינדער האָט ער שוין אַוועקגעפּעקלט קיין ענגלאַנד. זיצט ער ווי אַ קוואָקע אויף אייער און היט זײַן קורניק.
דערווײַל טשאַטעווען זיך שוין אויף זײַן טראָן די "מוסלעם־ברודערשאַפֿט"־באַוועגונג. זיי טראַכטן אַז די בעסטע געלעגנהייט האַלט שוין בײַם מאַכן דעם אויפֿטריט, און אַזוי ווי זיי זײַנען גרייט, וועלן זיי פֿאַרכאַפּן די מאַכט און סוף־כּל־סוף צווינגען די באַפֿעלקערונג אָפּצוהיטן די "שעריה"־געזעצן. הללויה־מיסט איז וואָלוול.
זיצט אַמעריקע, מיט דער גאַנצער ציוויליזירטער וועלט, מיט פֿאַרלייגטע הענט, און וואַרטן. אויף וועמען וואַרטן זיי? אויף משיחן? אויפֿן נעכטיקן טאָג? אויף מוכאַמאַדס פֿערדל וואָס וועט קומען צו רײַטן און זיי לערנען די געזעצן פֿון קאָראַן. אָדער אפֿשר וואַרטן זיי גאָר אויף מוכאַמאַדס שוועסטערקינד אַלי, וואָס צעטיילט די שיִיִטן פֿון די סוניס. אויסגעזאָרגט. מיר וועלן איינס צוויי זיך דערוויסן ווער ס׳וועט פֿאַרכאַפּן דאָס גאָלדענע בענקל און נעמען קאָמאַנדעווען.
אַנטקעגן די קאַסעס מיט מינץ, מיטן גבֿירישן אײַנשיט, דערמאָנט עס מיר אין אַנ־סקיס באַרימטן פֿילם "דער דיבוק." דאָרט איז פֿאַראַן אַ סצענע וווּ דאָס קינד פֿרעגט דעם רבין:
"זאָגט מיר רבי־לעבן. פֿאַרוואָס איז דער אונטערשייד צווישן אָרעם און רײַך אַזוי גרויס?" — ענטפֿערט אים דער רבי:
"קום מײַן קינד צו צום פֿענצטער און קוק אַרויס. וואָס זעסטו?"
און דאָס קינד ענטפֿערט פֿאַרחידושט:
"איך זע מענטשן, איך זע קינדער, איך זע ביימער און בלומען..."
דער רבי נעמט דאָס קינד צום שפּיגל און פֿרעגט אים:
"און איצט זאָג מיר, מײַן קינד, וואָס זעסטו אין שפּיגל?"
ענטפֿערט אים דאָס קינד:
"איך זע זיך, איך זע מײַן פּנים, מײַן נאָז, מײַנע האָר, מײַנע הענט..."
"אָט דאָס איז עס?" — מאַכט דער רבי:
"דאַכט זיך דאָס זעלבע גלאָז, נאָר דער שפּיגל איז אַ ביסל באַזילבערט. זעט מען נאָר זיך אַליין."
ווי קלוג מיר ייִדן זײַנען. אָט האָט איר אַ משל פֿאַר די מושלים. די אַבסאָלוטע הערשער, וואָס פֿירן זייערע מדינות בײַ דער נאָז, זיצן דערווײַל אויף בערג גאָלד און פֿאַרגעסן ווער ס׳האָט זיי באַוויליקט און אויסגעקליבן, און אויסגעוויילט. זיצט מובאַראַק דרײַסיק יאָר בײַ דער שיסל און טוט אַלץ וואָס אַמעריקע פֿאָדערט פֿון אים; דער עיקר גיט אַהער דעם מזומן. דערווײַל לײַדט זײַן פֿאָלק, ווי עס לײַדן אַלע פֿעלקער אונטער אַבסאָלוטע הערשער.
און וואָס וויל דאָס פֿאָלק? זיי ווילן אַמעריקע, זיי ווילן לעבן ווי פֿרײַע מענטשן, שאַפֿן זייער אייגן לעבן אומגעצוווּנגען, אָן שרעק און אָן פּחד. וואָס אַן אמת וויל די גאַנצע וועלט — אַמעריקע. עס דאַרף אויפֿקומען עפּעס אַ פֿיפֿיקער יאַט, קאָנסערווירן דאָס אַמעריקע אין אַ פּושקע, און פֿאַרקויפֿן עס איבער דער וועלט ווי עס פֿאַרקויפֿן זיך די "וויקיליקיס." וואָס זאָגט איר?