|
אַבֿרהם סוצקעווער |
|
וואַשינגטאָן
זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע."
נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש.
פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע.
צוויי רעדנערינס דעם אָוונט האָבן דערציילט וועגן זייערע באַגעגענישן מיטן פּאָעט. אין מאַרץ 1968 איז דינה וואָל־זורער געווען איינע פֿון אַ גרופּע וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט שבת אין דער תּל-אָבֿיבֿער היים פֿון אסתּר קאָדער, זורערס לערערין אין דער "שלום-עליכם-פֿאָלקסשול" 45 אין בראָנקס. סוצקעווער איז געקומען אַהין ווי אַ גאַסט. זורער איז דעמאָלט ערשט צוריקגעקומען פֿון טײַלאַנד, וווּ זי האָט געאַרבעט אין דעם "Peace Corps". זי האָט זיך דערמאָנט, אַז ווען זי האָט געפּרוּווט רעדן אויף ייִדיש זענען איר אַרויס פֿון מויל טײַלענדישע ווערטער. קאָדער האָט געבעטן דינהן צו פֿירן דעם עונג-שבת ווי זי האָט עס אַמאָל געטאָן אין דער פֿאָלקסשול; און אַזוי איז געווען.
|
פֿון רעכטס: פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס, פּראָפֿ׳ מיכל הערצאָג, און אַבֿרהם סוצקעווער, אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, 1983 |
|
פּראָפֿ’ מרים אײַזיקס האָט זיך דערמאָנט, אַז זי האָט זיך באַקענט מיט סוצקעווערן אין דער אָקספֿאָרדער זומער-פּראָגראַם אין 1983. הערנדיק איר רעדשפּראַך, האָט ער געזאָגט, אַז ס’איז אים אַ פֿאַרגעניגן צו הערן אַן אמתן ייִדיש, און נישט קיין שפּראַך פֿון אַ לערנבוך. דאָס האָט איר טאַקע געמוטיקט אָנצוהייבן אַ קאַרעריע אין ייִדישע שטודיעס. פֿריִער האָט מען זיך באַקלאָגט וועגן איר ייִדיש — אַז זי רעדט נישט כּלל-ייִדיש. סוצקעווערס סטיל פֿון דעקלאַמירן — הויך און שטאַרק — האָט איר אויך אימפּאָנירט.
פּראָפֿ’ אײַזיקס, פֿרוי רובין, און פּראָפֿ’ מאָטל ראָזענבוש האָבן פֿאָרגעלייענט עטלעכע סוצקעווערס לידער אויף ייִדיש און אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, צווישן זיי — "וואַלדיקס," "פֿאַרפֿרוירענע ייִדן," "שפּילצײַג," "קלאַנגען-סודות," און "פֿידלרויז."
איידער פֿרוי רובין האָט פֿאָרמעל געשלאָסן די פּראָגראַם, האָט דינה וואָל־זורער געזונגען "רענקאַצישעק" (ווערטער פֿון סוצקעווערן), — דער הימען פֿון "די בינען." דער אָוונט איז געווען אַ געראָטענער; מענטשן האָבן מיט באַגײַסטערונג אויפֿגענומען די פּאָעזיע און אויפֿטוען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערן.
ירמיהו־אַהרן טאַוב (וואַשינגטאָן)
לאָס־אַנדזשעלעס
אַ זעלטענע סצענע איז פֿאָרגעקומען אויף דער בינע דאָ אין לאָס-אַנדזשעלעס בײַ דעם "אַמעריקאַנער דזשויִש־אוניווערסיטעט", דעם 9טן יאַנואַר 2011. לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם באַרימטן ייִדישן דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער ע"ה, האָט מען געהערט זינגען זײַנע לידער אויף ייִדיש פֿון שיינע קינדער־קולות: עס זענען אויפֿגעטראָטן יוגנט־כאָרן אין עלטער פֿון 8 ביז 17 יאָר פֿון דער "וואַלי בית־שלום טאָג־שול" און דער "ניו קאָמיוניטי דזשויִש־מיטלשול". די כאָרן האָבן געזונגען אויף אַ גוטן ייִדיש סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" און אַנדערע לידער פֿון דער ווילנער געטאָ, ווי "שטיל די נאַכט" (הירש גליק) און "פֿרילינג" (שמערקע קאַטשערגינסקי). אַ צאָל לידער זענען אויך געווען באַגלייט פֿון נײַ־כאָרעאָגראַפֿירטע טענץ, פֿאָרגעשטעלט פֿון מיידלעך פֿון אַ "מאָדערנער טענץ־קלאַס".
די פּראָגראַם, "אַ פֿײַערונג לכּבֿוד סוצקעווער", איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון ניל בראָסטאָוו און דעם "סיגי זירינג אינסטיטוט", וואָס פֿאָרשט די עטישע און רעליגיעזע אימפּליקאַציעס פֿונעם חורבן. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אינסטיטוט, וואָס געפֿינט זיך אינעם "אַמעריקאַנער דזשויִש אוניווערסיטעט", איז ד"ר מיכל בערענבוים, דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿונעם "חורבן־מוזיי" אין וואַשינגטאָן.
די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ ווידעאָ־באַגריסונג פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס אַן אייניקל, הדאַסקה, פֿילמירט אין זײַן היים־ביבליאָטעק. זי האָט איבערגעגעבן פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן איר האַרציקן זיידן, אַ העלד און אַ קעמפֿער פֿאַר ייִדיש, וואָס האָט אויך שטאָלצירט מיט זײַנע אייניקלעך.
די אַמביציעזע פּראָגראַם האָט אַרײַנגענומען כּלערליי מעדיאַ — געזאַנג, טאַנץ, ווידעאָ, רעדעס און פּאַנעל־דיסקוסיעס, ביז אַן אָוונט־קאָנצערט. ד"ר רות ווײַס פֿון "האַרוואַרד־אוניווערסיטעט" האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע — "סוצקעווער׃ צי פֿאַרדינען די ייִדן אַזאַ גרויסן דיכטער?", וואָס האָט געפּרוּווט געבן צו פֿאַרשטיין פֿון וואַנען, און ווי אַזוי, ס’האָט זיך געקענט אויספֿאָרמירן אַזאַ אוניקאַלער פּאָעט, ווי אַבֿרהם סוצקעווער. זי האָט באַשריבן זײַנע קינדער־יאָרן און יוגנט, זײַנע שאַפֿערישע פֿאַרבינדונגען מיט צוויי גורלדיקע געשעענישן אויף דער ייִדישער וועלט — דעם חורבן, און די גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. ד״ר ווײַס האָט אילוסטרירט איר רעדע מיט סוצקעווערס פּאָעטישע שורות.
אויפֿן אָוונט־קאָנצערט זענען אַרויסגעטראָטן דרײַ מוזיקער, וועלכע האָבן געשאַפֿן נײַע מוזיק צו סוצקעווערס לידער — אַנאַטאָלידזשוס סענדעראָוואַס, גילאַד מישאָרי, און דוד לעפֿקאָוויץ. געזונגען די ווערק האָט חנה בראַון, אַ באַוווּסטע חזנהטע אין לאָס־אַנדזשעלעס, און "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטערין.
דער רײַכער אַנדענק־טאָג האָט מצליח געווען, איבערגעבנדיק אַ פֿילטייליק בילד פֿון דעם אייגנאַרטיקן ייִדישן דיכטער.
מירי קאָראַל, לאָס אַנדזשעלעס
תּל־אָבֿיבֿ
גאַנץ מעגלעך, אַז דאָ איז געווען אַ פּרוּוו, בײַ אַבֿרהם סוצקעווערס ערשטן יאָרצײַט, מילדער צו מאַכן דעם שווערן זכּרון וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון זײַן לוויה. אין דעם אומבאַקוועמען זאַל אין "ביאַליק־הויז", וווּ ס’איז צושטאַנד געקומען דער דערמאָנונג־אַקט לזכר דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּאָעט, האָט זיך צוזאַמענגעפּרעסט אַ גאַנץ היפּשער עולם. אין קאָנטראַסט מיט פֿאַראַיאָרן בײַ דער לוויה, זײַנען דאָס מאָל געקומען אויך פֿאָרשטייער פֿון אָפֿיציעלע אינסטיטוציעס אָפּצוגעבן דעם לעצטן כּבֿוד דעם גרויסן פּאָעט. דער תּל־אָבֿיבֿער בירגער־מײַסטער רון חולדאַי, איז דער ערשטער געווען אַרויסצוטרעטן מיט רירנדיקע דערמאָנונג־ווערטער, ווי אויך דער ליטווישער אַמבאַסאַדאָר, וועלכער האָט געהאַלטן אַן אויספֿירלעך פֿרײַנדלעכע רעדע אויף ענגליש.
דעם יאָרצײַט, רעזשיסירט דורך דאָראָנאַ בן־דור און אָנגעפֿירט דורכן פּאָפּולערן העברעיִשן אַקטיאָר ליאור אַשכּנזי, הייבט אָן מיראַ סוצקעווער, דעם דיכטערס ייִנגערע טאָכטער, מיטן עמאָציאָנעלן ליד "הײַנט איז יאָרצײַט".
נאָר דאָס וואָס פּאַסט בעסער פֿון אַלץ בײַם צוזאַמענשטעלן דעם אָנדענק־אָוונט פֿונעם פּאָעט, איז אַרײַנצוטראַכטן זיך אין זײַן שאַפֿונג. אַזוי האָט דאָס טאַקע געטאָן בעת זײַן אויפֿטריט דער ליטעראַטור־ און פּאָעזיע־פֿאָרשער פּראָפֿ’ דן מירון. נאָך פֿאַר דעם האָט פּראָפֿ’ מירון, מיט אַ זשעסט וואָס דערמאָנט דעם כּבֿוד צו דער פֿרוי פֿון די אַמאָליקע שפּאַנישע קאַוואַלירן, דערקלערט אונטער אַ דונער פֿון שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן: "ס’געפֿינט זיך דאָ אין איינעם מיט אונדז אַ וווּנדערלעכע פּאָעטעסע, די רײַפֿסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע ישׂראלדיקע דיכטערינס, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים"!
אָנגעהויבן זײַן רעפֿעראַט האָט פּראָפֿ’ מירון רעציטירנדיק איין סטראָפֿע אויף ייִדיש פֿון סוצקעווערס ליד; דערנאָך דאָס גאַנצע ליד אויף העברעיִש לויט פּראָפֿ’ בנימין הרשבֿס איבערזעצונג.
זונפֿאַרגאַנג אויף אײַזיק־בלויע וועגן,
זיסע טרערנפֿאַרבן אין געמיט.
ס’לײַכט פֿון דאָרט אַ שטיבעלע אַנטקעגן
און מיטן שניי פֿון זונפֿאַרגאַנג פֿאַרשיט...
פּראָפֿ’ מירון רעדט אויף העברעיִש און ווען ער געפֿינט עס פֿאַר נייטיק פֿלעכט ער אַרײַן קלאָר און דײַטלעך ייִדיש אין זײַנע ווערטער: "דער יונגער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, אַ געניאַלער פּאָעט, נישט ווייניקער פֿון דעם, ווי עס קומט צום אויסדרוק מיט זײַן פּאָעמע "סיביר" וועגן זײַן קינדהייט אין יענע אומענדלעכע מקומות". פּראָפֿ’ מירון שטוינט: דאָס יאָר איז 1936: דאָס פּוילישע ייִדנטום געפֿינט זיך באַלאַגערט, פּאָגראָמען; דאָס טאָטאַליטאַרע רוסלאַנד פֿון איין זײַט, דאָס נאַצישע דײַטשלאַנד פֿון דער אַנדערער; די עליה איז אָפּגעשטעלט; די ייִדישע פּאָעטן חלומען פֿון אַ סאָציאַליסטישן פֿאָטערלאַנד; און דאָ שרײַבט דער יונגער פּאָעט סוצקעווער, ממש דאָס זעלבע יאָר, לידער כּלומרשט ראָמאַנטישע וועגן פּייסאַזש, קינדהייט, סיבירער טײַכן, וועגן זײַנע מחשבֿות, די געשטאַלטן וואָס ער טרעפֿט דאָרט. וואָס געשעט דאָ? דער פּאָעט איז באַוווּסטזיניק; ער ווייסט גוט וואָס ער שרײַבט. ער וויל צייכענען אַ בילד וואָס זאָל איבערשפּרײַזן דורות. "און ער טוט עס", זאָגט פּראָפֿ’ מירון.
"די אויסטערלישע זאַך", זעצט פֿאָר פּראָפֿ’ מירון, "זײַנען די לידער וואָס סוצקעווער האָט געשריבן אין געטאָ, לידער וואָס האָבן אים באַרימט געמאַכט איבער דער גאַנצער וועלט. דער וווּנדער אָבער באַשטייט אין דעם, וואָס ער איז נישט מסכּים געווען צו שרײַבן טרויער־לידער, מרה־שחורהדיקע לידער, אין דער צעפֿאַלנדיקער ווירקלעכקייט. ווי דאָס ליד ׳די לערערין מירע׳.
"נאָך דעם ווי סוצקעווער איז אַרויס פֿון געטאָ", זאָגט פּראָפֿ’ דן מירון, "האָט ער פּרובירט מיט זײַן גאַנצן כּוח קעמפֿן פֿאַרן גלײַכגעוויכט וואָס איז געווען אַזוי שווער צו דערגרייכן. אָן דעם גלײַכגעוויכט איז אוממעגלעך געווען שרײַבן פּאָעזיע — אויך נישט אין ישׂראל. סוצקעווער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל אין 1947, און די שווערסטע זאַך פֿאַר אים איז געווען דער זכּרון; סוצקעווער האָט געווידמעט אַ לעבן פֿון שאַפֿונג, און געניאַליטעט צו געפֿיל, צו מחשבֿה, צו מוזיק, כּדי זיך צו פֿאַרמעסטן מיטן זכּרון און נישט פֿאַרבלײַבן דאָרט בײַ דער פֿאַרגאַנגענהייט. ער האָט פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן פּאָעזיע, פֿול מיט מעלאָדיע, פֿול מיט חן, און שיינקייט און מיט באַציִונג צו דער איצטיקייט, אָבער שטענדיק איז דאָרט געווען אַ מאָמענט פֿון פֿאַרמיטלונג צווישן דעם "דאָ" און דעם "דאָרט", דעם איצט און דעם עבֿר, און דער עיקר — "די לעבעדיקע און די טויטע" — פֿאַרענדיקט דן מירון זײַן שפּאַנענדיקע באַטייליקונג אין דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם פּאָעט.
עס טרעטן אויף נאָך דעם יונגע ישׂראלדיקע מוזיקערס וואָס פּאַסן צו מעלאָדיעס צו סוצקעווערס לידער, צווישן זיי "אַ וואָגן שיך", און "בײַ טאָג אַ לוויה — בײַ נאַכט אַ קאָנצערט"; דאָס צווייטע ליד פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש מיט איר באַקאַנטער פּינקטלעכקייט דורך רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. און באַלד האָט פֿאָרגעלייענט דאָס ליד דער איבערזעצער אַליין, דער יונגער דיכטער רועי גרינוואַלד.
אויף זעקס שפּראַכן (ייִדיש, העברעיִש, רוסיש, פּויליש, דײַטש און ענגליש), האָט מען רעציטירט דאָס ליד "פּאָעזיע", וואָס אַבֿרהם סוצקעווער זאָגט עס אין נײַן קורצע שורות:
אַ טונקל פֿיאָלעטע פֿלוים
די לעצטע אויפֿן בוים,
דין־הײַטלדיק און צאַרט ווי אַ שוואַרצאַפּל,
און מיטן מאָרגנשטערן איז דער טוי
געוואָרן גרינגער —
דאָס איז פּאָעזיע. ריר זי אָן אַזוי
מען זאָל ניט זען קיין סימן פֿון די פֿינגער.
פֿאַרענדיקט דעם אָנדענק־אַקט לזכר אַבֿרהם סוצקעווער האָט זײַן אייניקל, די אַקטריסע הדס קאַלדעראָן מיט אירע פּריוואַטע זכרונות: "מײַן זיידע אַבראַשע".
פּעסיע פּאָרטנוי (ישׂראל)