‫פֿון רעדאַקציע

דער ייִדישער זאָג: ער איז ערגער פֿון אַ משומד, וויל נאָר באַטאָנען, אַז ערגער פֿון שמד קאָן שוין גאָרנישט זײַן. אין דער ייִדישער געשיכטע האָבן די משומדים נישט זעלטן צוגעלייגט אַ האַנט בײַם "דעמאַסקירן" די סודותפֿולע זײַטן פֿון דער ייִדישער אמונה. באַזונדערס פֿלעגט מען אויסניצן זייערע "קענטענישן", בעת די עלילת־דם־פּראָצעסן, ווען מ'האָט געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז ייִדן נוצן טאַקע אויס קריסטלעך בלוט פֿאַר זייערע ריטועלע צוועקן. צווישן די אַקאַדעמישע דעפֿיניציעס איז אַפֿילו פֿאַראַן אַזאַ באַגריף ווי "ייִדישער זעלבסטהאַס".

מיר ייִדן האָבן זיך טאַקע זייער ליב — ביז אַ קרענקלעכן מאַזאַכיזם; אָבער אויב פֿון אונדזערע בני־ישׂראל וואַרפֿט איינער אַן אומחן אויף זײַן ייִחוס, איז שוין שווער צו געפֿינען אַ גרעסערן אַנטיסעמיט צווישן אַלע סאַמעראָדנע אַנטיסעמיטן. אין הײַנטיקע צײַטן דאַרף מען אַזעלכע ייִדן־יודאָפֿאָבן נישט זוכן. זיי טרעטן אויף אין דער טעלעוויזיע, האַלטן רעפֿעראַטן אין אוניווערסיטעטן, מאַרשירן האַנט בײַ האַנט אויף די דעמאָנסטראַציעס, מיט פּלאַקאַטן קעגן ייִדן און קעגן ישׂראל... און דערבײַ שווערן זיי זיך, אַז זיי זײַנען געטרײַע זין און טעכטער פֿון זייער געפּלאָגטן פֿאָלק.

אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט די מאַכט צוגעטראַכט אַזאַ שיטה פֿון אָנרייצן איין קאַטעגאָריע ייִדן אויף אַן אַנדער קאַטעגאָריע ייִדן — די אַטעיִסטן אויף גלויביקע, אָדער די ייִדישיסטן אויף העברעיִסטן. אין דער לעצטער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע זײַנען זייער פֿאַרשפּרייט געוואָרן קאָלעקטיווע פֿאַראורטיילן פֿון דער ייִדישער עליט — באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אין ליטעראַטור, קונסט, וויסנשאַפֿט — קעגן ישׂראל. ס'איז אַפֿילו געגרינדעט געוואָרן אַ גאַנצער אַנטי־ציוניסטישער קאָמיטעט, בראָש מיטן גענעראַל דראַגונסקי, אַ ייִד אַ העלד פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. צווישן די פֿילצאָליקע פּראָפּאַגאַנדיסטישע אַקטיוויטעטן, וואָס דער אַנטי־ציוניסטישער קאָמיטעט פֿלעגט דורכפֿירן, איז כּמעט יעדעס יאָר געשיקט געוואָרן קיין ישׂראל אַ גרופּע אַקטיוויסטן מיט אַ קולטור־פּראָגראַם פֿאַר די פֿרײַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווער זײַנען געווען די פֿרײַנד? ס'רובֿ חבֿרים און אָנהענגער פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

צוליב יושר דאַרף מען דאָ צוגעבן, אַז בדרך־כּלל פֿלעגט מען זיך באַטייליקן אין אַזעלכע פּראָפּאַגאַנדיסטישע שאַנד־מאַכאַרײַקעס אויס מורא. מ'האָט גוט געוווּסט, מיט וואָס עס קאָן זיך פֿאַרענדיקן דאָס נישט־פֿאָלגן, אָדער זיך אָפּזאָגן פֿון באַטייליקן זיך אין זיי...

די הײַנטיקע ייִדישע קעמפֿער קעגן ישׂראל טוען עס פֿרײַוויליק, מיט אַ מיליטאַנטישן אַזאַרט און באַוווּסטזיניקער שׂינאה. מע קען זיי געפֿינען צווישן די אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן סײַ אין אויסלאַנד און סײַ אין ישׂראל; אַ געוויסע צאָל פֿון זיי האָבן אַפֿילו איבערגעלעבט דעם חורבן, אָדער זײַנען קינדער פֿון די ניצול־געבליבענע. שוין אָפּגערעדט, פֿון די פֿאַנאַטיקער פֿון "נטורי קרתּא".

מילא, וואָלטן כאָטש די ייִדן, אינטעלעקטואַלע קעמפֿער קעגן ציוניזם, קריטיקירט די עקסטרעמיסטן, אָדער געוויסע באַשלוסן פֿון דער ישׂראל־רעגירונג; זיי פֿאַלן אָבער אָן אויף גאַנץ ישׂראל, וווּ עס וווינען אַגבֿ נישט נאָר ייִדן און נישט נאָר "עקסטרעם־רעכטע"; און מיט סם אויף דער צונג, רופֿן זיי די מדינה אָן מיט ווערטער, וואָס נאָר אין נאַצי־דײַטשלאַנד האָט מען זיי אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן.

שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: בײַ די אומות־העולם, בײַ די נישט־ייִדן — אַ פֿראַנצויז, אַן ענגלענדער אָדער דער זעלבער דײַטש — אַז עמעצער איז נישט מסכּים מיט די באַשלוסן פֿון זײַן רעגירונג, לאָזט ער אויך אויס זײַן כּעס צום גאַנצן לאַנד און פֿאָלק?

זעט אויס, אַז וואָס שייך אַזעלכע ייִדן, ליגט דער ענטפֿער אין תּחום פֿון מעדיצין, צווישן די פֿאַרלאָזטע פּסיכישע פֿאַלן.