פּובליציסטיק
די אַגענטקע דיינאַ סקאָלי (דזשיליען אַנדערסאָן) אין אַן עפּיזאָד וועגן אַ גולם אינעם סעריאַל "X-Files"
די אַגענטקע דיינאַ סקאָלי (דזשיליען אַנדערסאָן) אין אַן עפּיזאָד וועגן אַ גולם אינעם סעריאַל "X-Files"

איך האָב שוין אַ סך מאָל געטראַכט: ווען איך וואָלט געווען אַ רעזשיסאָר אָדער אַ סצענאַריסט און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו מאַכן פֿילמען אויף ייִדיש, פֿון וואָס פֿאַר אַ מין פֿילם וואָלט איך אָנגעהויבן מײַן קינעמאַטאָגראַפֿישע טעטיקייט? אפֿשר עפּעס נאָך די מאָטיוון פֿונעם "סטאַר־טרעק"? איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אינעם ערשטן אָריגינעלן סעריאַל, לעאָנאַרד נימוי, איז דאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער געהערט צו דעם פֿאָלק פֿונעם פּלאַנעט וווּלקאַן, וווּ די אײַנוווינער זעען אויס אין אַ סך אַספּעקטן ווי די ליטוואַקעס — טיפּישע קאַלט־שׂכלדיקע "צלם־קעפּ", גרויסע ליבהאָבער פֿון לאָגישע פּילפּולים — און דערצו באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן מיט צונויפֿגעלייגטע פֿינגער, אַזוי ווי כּהנים בײַם דוכנען.

דערנאָך האָב איך געטראַכט, אַז אפֿשר וואָלט געווען בעסער צו מאַכן אַ ייִדישן המשך פֿון "באַבילאָן־5", וווּ די קאָסמישע קאָמאַנדירשע סוזען איוואַנאָוואַ צינדט אָן חנוכּה־ליכט און רעדט כּסדר וועגן אירע ייִדישע שרשים. אַחוץ אַ פּאָר אַזעלכע עלעמענטן, פֿעלט אָבער אין ביידע סעריאַלן דער אַלגעמיינער ייִדישער גײַסט, און דערצו קומט די מעשׂה פֿאָר נישט הײַנט, נאָר אין דער ווײַטער צוקונפֿט. בקיצור, נאָך אַ שקלא־וטריא בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז איך וואָלט געמאַכט אַ ייִדישע ווערסיע פֿון "X-Files". אויף דער רוסישער טעלעוויזיע האָט מען איבערגעזעצט דעם דאָזיקן סעריאַל ווי "געהיימע דאָקומענטן", דערפֿאַר וואָלט איך עס אויך אַזוי גערופֿן אויף ייִדיש.

אין די "געהיימע דאָקומענטן" ווערט דערציילט וועגן דעם סכּנותדיקן לעבן פֿון צוויי אַגענטן פֿון "עף־בי־אײַ", אַ מאַן און אַ פֿרוי, וועלכע פֿאָרשן אויס כּלערליי משונהדיקע פֿענאָמענען, פֿון די פֿליִענדיקע טעלערס און עקספּערימענטן פֿון משוגענע וויסנשאַפֿטלער ביז וואָלקעלאַקעס און וואַמפּירן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין אַ וועלט פֿון קאָרופּציע און קאָנספּיראַציע, און די מלוכה און די אָרגאַניזאַציע, וווּ זיי אַרבעטן, איז נאָך מער סכּנותדיק, ווי די יענוועלטישע סיטרא־אַחרא, וועלכע באַווײַזט זיך כּסדר אינעם סעריאַל.

אָט־דער סעריאַל איז גאַנץ ייִדישלעך! קודם־כּל, זענען דאָ אַזש צוויי גאַנצע עפּיזאָדן געווידמעט קבלה. אין איין עפּיזאָד, וואָס הייסט "קדיש", ווערט געוויזן אַ גולם, וועלכער דרייט זיך אַרום אין אַ ברוקלינער חסידישן קוואַרטאַל, און נעמט נקמה פֿאַרן מאָרד פֿון אַ פֿרומען ייִד, וועלכער האָט געהייסן, נישט מער נישט ווייניקער, יצחק לוריא. אַ משונהדיקע באַשעפֿעניש, וואָס זעט אויס, לויט אַלע סימנים, ווי אַ גולם, באַווײַזט זיך שפּעטער אין אַן אַנדער עפּיזאָד, "אַרקאַדיע". דאָרט, אָבער, הרגט דער בייזער מאָנסטער אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק — דוד און נענסי קליין.

צווייטנס, גיט אַ טראַכט: די הויפּט־העלדן, ביידע נישט חתונה־געהאַטע, אַרבעטן שטענדיק צוזאַמען און ראַטעווען כּסדר איינער דעם צווייטן. ערשט נאָך עטלעכע יאָר פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט פֿאַרקניפּט זיך צווישן זיי אַ ראָמאַן — לויט די בעסטע טראַדיציעס פֿון לאַנגע חרדישע שידוכים! אַגבֿ, ביידע אַגענטן זעען טאַקע אויס ווי ייִדן; דער טאַטע פֿון דייוויד דוכאָווני, וועלכער שפּילט דעם אַגענט, פֿאַקס מאָלדער, איז אַ ייִד, און די רויטהאָריקע אַקטריסע דזשיליען אַנדערסאָן, די אַגענטקע דיינאַ סקאָלי, איז אַ קאַטוילישע פֿרוי סײַ אינעם פֿילם, סײַ אין איר לעבן, אָבער זי האָט אויך עפּעס אַ ייִדישן חן.

די טעמע פֿון אייביקע וואַנדערונגען און דער אומצוטרוי צו די מלוכישע אינסטאַנצן, איז אויך זייער אַ ייִדישלעכע; מע לעבט דאָך אין גלות. דער סאַמע ייִדישער עלעמענט אינעם סעריאַל איז, אָבער, דאַכט זיך מיר, דאָס געמיש פֿון פֿאָלקלאָרישע מעשׂיות וועגן דער סיטרא־אַחרא, פֿאָרשונגען פֿון געהיימע און סודותדיקע דאָקומענטן און די שפּיל צווישן דעם ראַציאָנעלן שׂכל און אינטויִציע.

יעדער פֿאָרשער פֿון מיטל־עלטערלעכע ייִדישע פֿאָלק־מעשׂיות איז גוט באַקאַנט מיט אַזאַ קאָמבינאַציע פֿון סודותדיקע דאָקומענטן, תּלמודישע פּילפּולים און דער אַטמאָספֿער פֿון שטענדיקער אומרו און סכּנה. דאָס באַרימטע "מעשׂה־בוך", אַ קלאַסישער מוסטער פֿון דער פֿריִיִקער ייִדישער ליטעראַטור, געדרוקט אינעם 16טן יאָרהונדערט, שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַקטיש אַ פֿאַרטיקע זאַמלונג פֿון "געהיימע דאָקומענטן", וועלכע וואָלט געקאָנט דינען ווי גרייטע סצענאַרן פֿאַר פֿאַנטאַסטישע פֿילמען.

אין דעם אַרטיקל לייג איך פֿאָר אַ צוגאַנג, וואָס קאָן מאַכן די פֿאָלקלאָריסטישע און מיסטישע פֿאָרשונגען מער באַטעמט און פֿאַרכאַפּנדיק: צו באַטראַכטן זיי סײַ ווי אַ סוד, וואָס פֿאָדערט אַ סך זוכעניש צווישן אומבאַקאַנטע כּתבֿ־ידן און זעלטענע ספֿרים, סײַ ווי אַ לעבעדיקע סצענע, אַ מעגלעכער סצענאַר פֿאַר אַ ייִדישן וואַריאַנט פֿון "געהיימע דאָקומענטן".

נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל אינעם בוך "Judaic Logic", אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם מינסקער פּראָפֿעסאָר־מאַטעמאַטיקער אַנדריי שומאַן. דאָס בוך איז געווידמעט דער טראַדיציע פֿון לאָגיק אין ייִדישקייט. אין מײַן אַרטיקל האָב איך באַשריבן דעם "ספֿר־השם" און אַנדערע ווערק פֿונעם גרויסן מקובל רבי אלעזר פֿון וואָרמס, באַקאַנט ווי דער רוקח אָדער בעל־הרוקח. ער איז געווען אַ ייִד מיט אַ טראַגישער ביאָגראַפֿיע, אַ גלענצנדיקער רבֿ, מיסטיקער און מאַטעמאַטיקער, וועלכער פֿיגורירט אָפֿט אין די ייִדישע לעגענדעס צווישן די אָבֿות פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום.

דער בעל־הרוקח האָט איבערגעלאָזט אַ קאָמענטאַר צו "ספֿר־יצירה", וווּ ער דערקלערט, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ גולם דורך מאַניפּולאַציעס פֿון ייִדישע אותיות. די דאָזיקע מאַניפּולאַציעס, וועלכע ווערן פּרטימדיק באַשריבן אין זײַנע ווערק, אַנטהאַלטן עלעמענטן פֿון אויטאָמאַט־טעאָריע און אַנדערע ספּעציפֿישע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק, וועלכע זענען באַקאַנט געוואָרן אין דער וועלט נישט לאַנג צוריק, אין שײַכות מיט קאָמפּיוטערײַ. אין זײַנע ספֿרים ברענגט רבי אלעזר גענוג אָפֿט גאַנץ קאָמפּליצירטע חשבונות, וועלכע זעען אויס ממש ווי שטיקלעך פֿון קאָמפּיוטערישע פּראָגראַמען. אַפֿילו הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט דורכפֿירן אַ טייל פֿון זײַנע חשבונות אָן אַ קאָמפּיוטער. בײַם סוף פֿונעם סאַמע קאָמפּליצירטן חשבון אין "ספֿר־השם", אויסגעמישט מיט סודותדיקע רמזים, ווערט פּלוצעם דערמאָנט דאָס וואָרט "ווערוואָלף".

ווי אַזוי האָט אַ דײַטשישער מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט זיך דערטראַכט צו ערנסטע קאָמפּיוטערישע חשבונות, מיט הונדערטער יאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער דיסקרעטער מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו זײַנע פֿאָרשונגען וועגן דעם גולם. און וואָס האָט עס צו טאָן מיט דעם ווערוואָלף? דאַכט זיך, אַז "ספֿר־השם" איז דער פֿריִערדיקסטער ייִדישער דאָקומענט, וווּ עס ווערט דערמאָנט די דאָזיקע מיסטישע בריאה.

די דאָזיקע פֿראַגעס פֿאָדערן ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען; דער אינהאַלט פֿון רבי אלעזרס ספֿרים איז אָבער גופֿא אַ וווּנדערלעכער יסוד פֿאַר אַ סוזשעט פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן פֿילם. דערצו, זענען זײַנע ספֿרים געווען, ביז לעצטנס, טאַקע געהיימע דאָקומענטן אינעם בוכשטעבלעכן זין; די מקובלים האָבן געהאַלטן האַנטשריפֿטלעכע קאָפּיעס פֿון "ספֿר־השם" במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אָבער קיינמאָל זיי נישט פּובליקירט.

אַ ווערוואָלף איז זייער אַ היימישער פּערסאָנאַזש אויף דער ייִדישער גאַס. צום בײַשפּיל, איז אינעם "מעשׂה־בוך" פֿאַראַן אַ לאַנגע מעשׂה וועגן אַ רבֿ, וועלכער האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלף. לויט אַ באַקאַנטער מעשׂה וועגן דעם בעל־שם־טובֿ, האָט ער אַמאָל פֿאַרטריבן אַ ווערוואָלף, ווען ער פֿלעגט אַרבעטן ווי אַ בעלפֿער, און פֿלעגט פֿירן ייִדישע קינדער אין חדר אַרײַן דורך אַ פֿינצטערן וואַלד. אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר הייסט אַזאַ מאָנסטער, געוויינטלעך, אַ וואָלקעלאַק, אָבער אין דער עלטערער ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט דעם בעל־הרוקח און דעם "מעשׂה־בוך", טראָגט ער דעם זעלבן נאָמען, ווי אויף דײַטשיש און ענגליש.

ס׳איז אָבער נישט אינגאַנצן קלאָר, צי אַ ווערוואָלף און אַ וואָלקעלאַק זענען טאַקע די זעלבע באַשעפֿענישן. אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר טרעפֿן זיך כּלערליי וואַמפּירן און אַנדערע סכּנותדיקע ניט־גוטע. רבי מנחם ציוני, אַ באַקאַנטער איטאַליענישער מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, וועלכער האָט געהערט צו דער זעלבער טראַדיציע פֿון חסידי־אַשכּנז, ווי דער בעל־הרוקח, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצן לעקסיקאָן פֿון מיסטישע באַשעפֿענישן, מיטן נאָמען "צפּוני ציוני". ביז לעצטנס איז עס אויך געווען אַ געהיימער דאָקומענטן, הגם מיט עטלעכע יאָר צוריק איז עס אַרויס מיט אַ קליינעם טיראַזש און בלײַבט נאָך אַלץ אַ יקר־המציאות.

אין זײַן אַנדערן, מער באַקאַנטן "ספֿר הציוני", דערקלערט דער זעלבער רבֿ, אַז דער מגדל־בבֿל איז געווען אַ קאָסמאָס־שיף. אַ מער קאָנצענטרירטע קאָמבינאַציע פֿון פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן, — געהיימע כּתבֿ־ידן, אוראַלטע קאָסמאָס־שיפֿן און וואָלקעלאַקעס — איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן. עס פֿעלט בלויז אַ קלייניקייט: דער ייִדישער קינעמאַטאָגראַף האָט נישט דערלעבט ביז דער תּקופֿה פֿון מאָדערנער פֿאַנטאַסטיק; מע קאָן זאָגן, אַז די איינציקע סעריע פֿון ייִדישע "X-Files" איז געווען, דערווײַל, משה וואַקסעס שוואַרץ־ווײַסער פֿילם "דיבוק", געשאַפֿן אינעם יאָר 1937.