געשיכטע
אַלכּסנדר לעסער — די לוויה פֿון דערהרגעטע אין וואַרשע דעם 2טן מאַרץ 1861
אַלכּסנדר לעסער — די לוויה פֿון דערהרגעטע אין וואַרשע דעם 2טן מאַרץ 1861

אין עטלעכע וואָכן אַרום, דעם 3טן מאַרץ, וועט ווערן 150 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע — ביז אַהער לײַב-אייגענע — פּויערים. אין דער אמתן, האָט מען די פֿאַרשקלאַפֿונג אָפּגעשאַפֿן נאָך פֿריִער אין אַ צאָל מערבֿדיקע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אָבער ס’רובֿ פּויערים זײַנען געוואָרן פֿרײַ נאָר אין 1861, ווען דער אימפּעראַטאָר, אַלעקסאַנדער דער צווייטער, האָט אונטערגעשריבן דעם מאַניפֿעסט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלעמען האָט עס גלײַך געבראַכט מזל. אייניקע זײַנען געוואָרן פֿרײַ, אָבער קיין ערד ניט באַקומען. אַנדערע האָבן באַקומען זייער ווייניק ערד. אָבער עפּעס אַ חלק פֿון די פּויערים האָבן זיך פֿריִער אָדער שפּעטער אַרויפֿגעאַרבעט אין די דערפֿער, וווּ זיי האָבן געוווינט אָדער אין די שטעט וווּהין זיי האָבן מיגרירט.

די מיגראַנטן האָבן ניט געמאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווײַל פֿון דערפֿער אין שטעט זײַנען געקומען קאָנקורענטן. זיי, די געוועזענע לײַב-אייגענע פּויערים, האָבן געעפֿנט נײַע געשעפֿטן, אַנדערע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט מלאכה. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿעיִק צו געווינען אין דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די באַפֿרײַונג פֿון פּויערים און די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט געבראַכט נאָר צרות פֿאַר ייִדן.

עס זײַנען געווען ייִדן, וועלכע האָבן דעמאָלט זיך גוט געשטעלט אויף די פֿיס, בפֿרט די וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿינאַנצן. אייניקע ייִדן האָבן געקויפֿט בײַ פּריצים זייערע נחלות — אַ געוויסע צײַט האָט די רעגירונג דערלויבט די ייִדן עס צו טאָן. פֿון אַ משפּחה פֿון ערדבאַזיצער איז, אַ שטייגער, אַרויס לייב טראָצקי. ייִדן האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער צוקער-אינדוסטריע און אין דעם האַנדל מיט תּבֿואה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט געוואַקסן די צאָל לופֿטמענטשן, וואָס האָבן ניט געפֿונען פֿאַר זיך קיין פּרנסה אין דער איבערגעבויטער עקאָנאָמיע. אין אַ פּאָר יאָרצענדליק אַרום וועלן די דאָזיקע פּראָבלעמען אָנהייבן אַרויסשטופּן טויזנטער ייִדן פֿון רוסלאַנד און זיי ברענגען אַזש קיין אַמעריקע.

און דאָך זײַנען די 1850ער און 1860ער יאָרן געווען ניט פֿון די סאַמע ערגסטע פֿאַר רוסישע ייִדן. אין 1856 איז געשלאָסן געוואָרן דאָס לעצטע זײַטל אין דער געשיכטע פֿון קאַנטאָניסטן, וואָס האָט געדויערט דרײַ יאָרצענדליק. קיין ייִדישע ייִנגלעך האָט מען מער ניט געשיקט צו דינען אין דער אַרמיי אין משך פֿון 25 יאָר. אין 1859 האָבן די ייִדישע סוחרים פֿון דער ערשטער גילדיע (דאָס הייסט, די רײַכסטע) באַקומען דאָס רעכט צו באַזעצן זיך מחוץ דעם תּחום-המושבֿ.

אין גאַנצן 108 ייִדישע משפּחות האָבן דעמאָלט געהערט צו דער ערשטער גילדיע. אָבער סײַ-ווי-סײַ איז עס געווען זייער אַ וויכטיקער קערפּונקט, ווײַל אַ צאָל רײַכע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין פּעטערבורג און מאָסקווע, און אַרום זיי האָט אָנגעהויבן זיך קריסטאַליזירן די רוסיש-ייִדישע עליטע. זינט 1861 האָבן די ייִדן, וואָס האָבן זיך אויסגעשולט אין די רוסישע אוניווערסיטעטן און באַקומען דעם טיטל פֿון "דאָקטאָר" (פֿון מעדיצין צי נאָך עפּעס), אויך געקענט זיך באַזעצן מחוץ דעם תּחום. אַזוי האָבן זיך די ייִדישע אינטעלעקטואַלן באַוויזן אין מאָסקווע און פּעטערבורג, מאַכנדיק שטאַרקער די רוסיש-ייִדישע עליטאַרע סבֿיבֿה.

דאָס הייסט ניט, אַז אַלע אויפֿגעקלערטע ייִדן האָבן זיך געצויגן צו דער רוסישער קולטור. די פּוילישע קולטור האָט אויך געהאַט אַ סך אָנהענגער צווישן ייִדן, בפֿרט אין קאָנגרעס-פּוילן — אַ געגנט אין דער רוסישער אימפּעריע זינט 1815, נאָך דעם ווינער קאָנגרעס, וואָס האָט אונטערגעצויגן די סך-הכּלען פֿון דער מלחמה מיט נאַפּאָלעאָנען און באַשטימט נײַע גרענעצן אין אייראָפּע. קאָנגרעס-פּוילן האָט געהאַט מער (אין גוטע צײַטן) אָדער ווייניקער (אין שלעכטע צײַטן) אויטאָנאָמע רעכט. ביז 1868 האָט מען די ייִדן פֿון קאָנגרעס-פּוילן ניט דערלויבט צו באַזעצן זיך אין רוסלאַנד גופֿא. פּאָליאַקן האָבן זיך געפֿילט דערנידעריקט און געחלומט וועגן אומאָפּהענגיקייט. דער דאָזיקער חלום פֿלעגט פֿון מאָל צו מאָל זיך מאַטעריאַליזירן אין אומרוען צי אויפֿשטאַנדן.

אין פֿעברואַר און מאַרץ 1861 זײַנען אין וואַרשע דורכגעגאַנגען מאַסן-דעמאָנסטראַציעס פֿון פּוילישע פּאַטריאָטן. אין די דאָזיקע פּראָטעסטן האָבן זיך באַטייליקט אויך ייִדן. דאָס איז, בכלל, געווען אַ קורצע תּקופֿה פֿון אַ מין שלום-בית צווישן די פּוילישע און ייִדישע אויפֿגעקלערטע שיכטן. וועגן יענער צײַט דערציילט דאָס בילד פֿונעם ייִדיש-פּוילישן קינסטלער אַלכּסנדר לעסער "די לוויה פֿון דערהרגעטע אין וואַרשע דעם 2טן מאַרץ 1861". די פֿינף לײַט זײַנען געפֿאַלן קרבנות פֿון די קאָזאַקן, וועלכע מע האָט געשיקט צעטרײַבן די פּוילישע פּראָטעסטן. דער קינסטלער האָט געוויזן צוויי פֿאָרשטייער פֿון כּלי-קודש, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער לוויה — סײַ הרבֿ דבֿ-בער מײַזעלס, סײַ דער מאָדערנער רבֿ, מאַרקוס יאַסטראָוו, זײַנען געווען הייסע פּוילישע פּאַטריאָטן.

אין דעם רעלאַטיוו ליבעראַלן קלימאַט פֿון די 1860ער יאָרן איז אין אָדעס, אין אָקטאָבער 1862, אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "קול-מבֿשׂר". וואָס פֿון דער דאַטע ווערט, בדרך-כּלל, געפֿירט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער מאָדערנער ליטעראַטור. אָדעס איז דאָך געווען אין רוסלאַנד כּמעט אַן אייראָפּעיִשע שטאָט. אמת, דער אָדעסער תּושבֿ, ישׂראל אַקסענפֿעלד, האָט זײַן ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל" געמוזט אין 1861 דרוקן אין לײַפּציג, ניט אין אָדעס. און בכלל — דער גאַנצער רוסישער פּראָגרעס פֿון יענער צײַט זעט אויס אַנדערש, ווען מע דערמאָנט זיך, אַז אין לאָנדאָן האָט מען דעמאָלט שוין געבויט די אונטערבאַן.