פֿאַרשײדנס
Credit: Getty Images

אויב איר רייכערט, אָדער קענט עמעצן וואָס רייכערט, האָט איר זיכער געהערט גענוג מוסר-רייד פֿון אײַער דאָקטער, אַז איר מוזט אויפֿהערן. ניט וועגן דעם רעדט זיך אין דעם אַרטיקל. יעדער רייכערער (אָדער זײַן קרובֿ) האָט מורא פֿאַר אַ קאָנקרעטער געזונט-פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיטן רייכערן: מע פֿלעג עס רופֿן — "יענע מחלה"; דער ראַק, ובפֿרט לונגען-ראַק. איז דאָ אַן אופֿן נאָכצוזוכן אַזאַ ראַק פֿון פֿריִער, און צו פֿאַרהיטן דערמיט די קרענק נאָך איידער זי אַנטוויקלט זיך?

עטלעכע שטודיעס האָט מען שוין געהאַט דורכגעפֿירט וועגן פּשוטע רענטגענס (איקס-שטראַלן), ווי אַ מיטל נאָכצוזוכן לונגען-ראַק, און פֿון דעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם — נעגאַטיווע רעזולטאַטן. אויסגעקוקט האָט מען אָבער אויף דעם זיכערן ענטפֿער וואָס האָט געזאָלט קומען פֿון אַ גרויסער שטודיע פֿון "סי-טי"-באַקוקן ["קאַט־סקאַן"] צווישן רייכערערס.

פֿון יענער שטודיע האָט מען שוין אַרויסגעלאָזט פּרעלימינאַרע ציפֿערן, און מע האַלט בײַ אַרויסגעבן די פֿולשטענדיקע, פּרטימדיקע רעזולטאַטן. ליידער, זײַנען די ענטפֿערס ניט אַזוי קלאָר ווי מע האָט געהאָפֿט; אָבער פֿאַר וואָס אַזוי?

די שטודיע איז געווען אַזאַ קאָהאָרט־שטודיע, וווּ מע רעקרוטירט טויזנטער מענטשן זיך צו באַטייליקן אין אַ געוויסער פֿאַרשונג. אַ שטענדיקער חסרון פֿון אַזעלכע שטודיעס איז, אַז זיי ווערן באַגרענעצט פֿון סאַמע אָנהייב אָן צו געוויסע טיפּן סוביעקטן. מע טוט אַזוי, כּדי די רעזולטאַטן פֿון אַזאַ שטודיע זאָלן ניט פֿאַרקרימט ווערן — אַהין אָדער אַהער — דורך דער סעלעקציע פֿון די גרופּעס. צום בײַשפּיל, יענע וואָס ווילן אָדער קענען זיך באַטייליקן אין אַזאַ שטודיע זײַנען אין אַלגעמיין אַנדערש פֿון די, וואָס קענען ניט.

וואָס איז דערפֿון אַרויסצודרינגען? ווען אַ שטודיע — דאָס לעצטע און דאָס בעסטע — ווערט צעפּויקט אין דער פּרעסע, דאַרף מען (צווישן נאָך אַ סך באַוואָרענישן) קודם-כּל אַ פֿרעג טאָן, צי די סוביעקטן אין דער פֿאָרשונג זײַנען גענוג ענלעך צו די מענטשן, אויף וועמען מע וואָלט אַפּליקירט די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע. מיט אַזאַ פּונקט, ענדלעך, קען מען צוגיין צו די נײַעס וועגן דער לונגען-ראַק-שטודיע.

רעקרוטירט האָט מען מענטשן, וואָס יעדער האָט גערייכערט סך-הכּל כאָטש 30 יאָר, אַ שאַכטל ציגאַרעטן אַ טאָג. פֿאַרשטייט מען שוין, אַז מע האָט דאָ צו טאָן ניט מיט אַ מעסיקן רייכערער. און פֿון דעם קען מען שוין זען די פּלענער פֿון די פֿאָרשער, וואָס ווילן פֿאַרשפּרייטן דעם "סי-טי"-באַקוק ווי אַ מיטל נאָכצוזוכן ראַק: ניט יעדער רייכערער איז זייער ציל; נאָר דער, וואָס רייכערט אַ סך און שטייט דערפֿאַר אויפֿן העכסטן ריזיקע־שטאַפּל פֿון אַנטוויקלען אַזאַ קרענק.

ווי געזאָגט, האָט מען געמאַכט בנוגע די רייכערערס אַ "סי-טי"-באַקוק אַלע יאָר. און געפֿונען האָט מען עפּעס. אָבער ס׳איז ניט קיין ראַיה, אַז מע האָט שוין אַ טעסט, וועט מע באַקומען אַ רעזולטאַט; אַז מע לאָזט אַ טראָפּן בלוט פֿאַר אַ בלוטטעסט, וועט אַ דאָקטער שוין קענען געפֿינען אַ ניט-נאָרמאַלקייט. דער עיקר איז, צי אַזאַ רעזולטאַט קען דערפֿירן צו אַ רפֿואה. מיט איין וואָרט: אויב מע פּרוּווט צולייגן אַ שטאַרקן שפּאַקטיוו צו די קליינע קלומפּעלעך און קניפּעלעך פֿון די לונגען בײַ אַ לאַנג-טערמיניקן רייכערער, וועט מען פאַרלענגערן דאָס לעבן — אָדער פּשוט פֿאַרמערן די צרות פֿון דער היילונג?

דעם אמת געזאָגט, האָט מען נאָך ניט אַרויסגעטראָגן דעם לעצטגילטיקן פּסק. די פּרעלימינאַרע רעזולטאַטן האָט מען אָבער יאָ באַקאַנט געמאַכט. בסך-הכּל, האָט מען באַטראַכט 53,000 באַטייליקטע מיט רעגולערע "סי-טי"-באַקוקן. געפֿונען האָט מען, אַז די טויט-ריזיקע, צוליב דעם לונגענראַק איז 20 פּראָצענט נידעריקער בײַ די, וואָס זײַנען קאָנטראָלירט געוואָרן ווי בײַ די, וואָס ווערן ניט אונטערזוכט. איז דאָס אָבער גענוג, מע זאָל אײַנפֿירן אַזאַ באַקוק פֿאַר אַזעלכע פּאַציענטן — מענטשן אין עלטער פֿון 55 ביז 74 — וואָס רייכערן אויס אַ פּעקל ציגאַרעטן אַ טאָג במשך פֿון 30 יאָר?

ס׳איז ניט קלאָר. צווישן די פֿראַגעס וואָס וואַרטן נאָך אויף זייער ענטפֿער אין פֿולן באַריכט (וואָס מע האַלט נאָך אין צוגרייטן) זײַנען די: צי זײַנען אַזעלכע "סי-טי"־באַקוקן עפֿעקטיוו לויט די הוצאות? וואָס פֿאַר אַ השפּעה האָט אַזאַ באַקוק אויפֿן פּאַציענטס לעבנס-קוואַליטעט? צי איז מעגלעך, אַז דער "סי-טי"-באַקוק זאָל האָבן אַ נעגאַטיווע ווירקונג אויף אַ פּאַציענטס צוגאַנג צום (אויפֿהערן) רייכערן? דאָס הייסט, ווען מע ווערט אַזוי באַטראַכט, לאָזט מען אַראָפּ די הענט, כּאילו דער "סי-טי"־טעסט טוט אַלץ און מע דאַרף זיך שוין מער ניט זאָרגן צו רייכערן ווי דער סם-המוות?


* * *

ווען איך וואָלט געווען אַזאַ פּאַציענט — אַן עלטערער מאַן, אַ רייכערער — וואָלט איך ניט גלײַך געלאָפֿן זיך לאָזן באַטראַכטן מיט אַ "סי-טי"־באַקוק יעדעס יאָר. (פֿאַראַן אַוודאי אַ סכּנה פֿון דער באַשטראַלונג — ראַדיאַציע — וואָס קומט אַרויס פֿון "סי-טי" באַקוק אַליין.) עס ווענדט זיך אָבער וווּ דער חמור שטייט. ווען איך וואָלט געווען 55, מיט נאָך 20—30 יאָר אויפֿן וועלטל, וואָלט אפֿשר געווען כּדאַי אַזאַ קייט פֿון טעסטן און ווידער-טעסטן און ביאָפּסיעס וואָס דער "סי-טי"־באַקוק וואָלט געלאָזט אין גאַנג, אַבי צו פאַרהיטן אַ מעגלעכן ראַק. ווען איך וואָלט געווען אָבער 75, מיט נאָך אַ פּאָר קרענקען צום רומל, ווער ווייסט? דאָס איז שוין ווידער אַ ראַיה, אַז ניט אַלץ וואָס ווערט אויפֿגעוויזן אין אַ וויסנשאַפֿטלעכער שטודיע, ווערט טאַקע גלײַך תּורת-לאָקשן פֿון דער מעדיצין וואָס יעדער מוז תּיכּף פֿאָלגן.