פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער נתניהו באַזוכט די באַזע אין ירושלים פֿונעם "פּיקוד העורף",
אַן אַרמיי־גרופּע וואָס פֿאַרטיידיקט די גרעסערע צענטערס פֿון דער
ישׂראל־באַפֿעלקערונג, דעם 8טן פֿעברואַר 2011
פּרעמיער נתניהו באַזוכט די באַזע אין ירושלים פֿונעם "פּיקוד העורף", אַן אַרמיי־גרופּע וואָס פֿאַרטיידיקט די גרעסערע צענטערס פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, דעם 8טן פֿעברואַר 2011
Credit: Getty Images

נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג.

דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט.

לאָמיר זיי אויסרעכענען לויט דער ריי:

1. דאָס שפּאַלטן די אַרבעט־פּאַרטיי דורך איר מנהיג, דעם מיניסטער פֿאַר זיכערהייט אהוד ברקן, און דאָס אויפֿשטעלן דורך אים זײַן נײַע פּאַרטיי, די "עצמאות", בלײַבנדיק ווײַטער דער עיקרדיקער שותּף אין דער רעגירונג פֿון נתניהו;

2. דער פּלאָנטער אַרום דעם אויסטויש פֿון די הויפּט־קאָמאַנדירן, מיטן נאָמינירן דעם 20סטן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי;

3. דאָס אויפֿדעקן דעם פֿאַרבאָרגענעם פֿאַקט, אַז מיט צוויי יאָר צוריק האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער שוין געהאַלטן ממש־ממש בײַם חתמנען דעם כּמעט שוין דערגרייכטן שלום־אָפּמאַך צווישן זיי, און דער שלום האָט זיך ווידער פֿון אונדז "אַרויסגעגליטשט";

4. און, אַחרון אַחרון — די פֿאָלקס־מרידה קעגן דעם טאָטאַליטאַרן רעזשים אין טוניס און נאָך איר אין מצרים, וווּ זי דויערט שוין דעם 15טן טאָג.

דאָס אַלץ — ווי אַ "תיפֿתּח" (אָנהייב, פּאָטשאָנטעק) פֿון דעם נײַעם יאָר 2011, ווי אַן אָנהייב פֿון די אַנטוויקלונגען, וואָס דערוואַרטן אונדז אינעם המשך פֿון דעם יאָר נאָך די דאָזיקע ערשטע ברויזנדיקע פֿינף וואָכן. און, דאָס אַלץ אויך, נאָך דעם אָפּגעלאָפֿענעם 2010טן יאָר, וואָס איז געווען אַ יאָר פֿון גרויסע דערוואַרטונגען און נאָך גרעסערע אַנטוישונגען, און עס האָט זיך געעפֿנט אַ יאָר אָן וועלכע־עס־איז דערוואַרטונגען בכלל.

אויף דעם ברויזנדיקן סטראַטעגישן וווּלקאַן פֿון דעם נאָענטן אָריענט איז אָבער אַלצדינג מעגלעך, נישט געקוקט אויף דעם פּעסימיסטישן חזון פֿון אַן "אין חדש תחת השמש"...

וועגן דעם איבערראַשנדיקן פּוטש און שפּאַלטונג אין דער "גוססדיקער" באַוועגונג, וועלכע האָט גראָד אין דעם זכות זיך אויפֿגעוועקט און איז אויפֿגעשטאַנען תחית־המתים מיט באַנײַטע האָפֿענונגען, האָבן מיר שוין געשריבן אין אונדזער פֿריִערדיקן אַרטיקל. איצט הערשט דאָרט שלום־בית צווישן די פֿאַרבליבענע, פֿריִער צעקריגטע, אַכט כּנסת־דעפּוטאַטן. זיי זײַנען אַריבער אין דער אָפּאָזיציע און האָבן זיך געאייניקט און אויסגעקליבן דעם אַמאָליקן מיניסטער און פּאַרטיי־עסקן מיכה חריש ווי דעם צײַטווײַליקן פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי, ביז די אינערלעכע "פּרײַמעריס", וואָס זײַנען געוואָרן באַשטימט אויף סעפּטעמבער. אין "דרויסן" זאָגט מען: ביז די קומענדיקע מחלוקתן, צו וועלכע די דאָזיקע פּאַרטיי — די יורשטע פֿון דער "היסטאָרישער" מפּא״י, די גרינדערין פֿון דער מדינה — איז שוין אַזוי גוט צוגעוווינט.

די געזעלשאַפֿטלעכקייט אין ישׂראל איז אָבער אויך נישט ווייניקער צוגעוווינט צו די סעריאַלע "מלוכישע" סקאַנדאַלן, וועלכע יויערן און פֿערמענטירן ביז זיי ווערן רײַף און "שפּרינגען אַרויס" אין אַנטשיידנדיקע מאָמענטן. אַזוי איז געשען מיט דער נאָמינירונג פֿון דעם 20סטן שעף פֿונעם מיליטערישן גענעראַל־שטאַב נאָך דעם ווי עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די פֿיר־יאָריקע קאַדענץ פֿון דעם פֿריִערדיקן הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי. לויטן געזעץ, געהערט דער אויסוואַל און די נאָמינאַציע פֿון דעם נײַעם אַרמיי־קאָמאַנדיר צו די קאָמפּעטענצן פֿון דעם מיניסטער פֿאַר זיכערהייט. ער רעקאָמענדירט זײַן קאַנדידאַטור דער רעגירונג, וועלכע אַקצעפּטירט געוויינלעך דעם אויסוואַל נאָך דער באַשטעטיקונג פֿון אַן אַנטשפּרעכנדיקער קאָמיסיע, בראָש פֿון וועלכער עס שטייט אַ ריכטער אויף עמעריטור. דאָס מאָל איז עס דער ריכטער טירקעל (דער פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע וואָס האָט געפֿאָרשט די פּרשה פֿון דער טערקישער שיף קיין עזה).

געוויינטלעך, ווען עס הערשט אַ האַרמאָניע צווישן דער רעגירונג, דער עיקר, דעם זיכערהייט־מיניסטער, און דעם אַרמיי־שעף, רעקאָמענדירט דער מיניסטער צו פֿאַרלענגערן זײַן קאַדענץ אויף נאָך אַ יאָר, און בײַם סוף, נאָכן אויסוואַל פֿון דעם נײַעם קאַנדידאַט פֿון צווישן די גענערעלער, פּראָקלאַמירט ער זײַן נאָמען בערך דרײַ חדשים פֿאַר דעם טערמין, כּדי אים צו קאָאָרדינירן און אַרײַנצופֿירן דעם נײַעם קאָמאַנדיר אין זײַן נײַער פֿונקציע. אָבער צוליב דער שאַרפֿער מחלוקת, ביז שׂינאה און ברוגז, צווישן דעם מיניסטער ברק און דעם ביז איצטיקן שעף פֿון גענעראַל־שטאַב גבי אַשכּנזי — וועלכער געניסט גראָד פֿון סימפּאַטיע מצד דעם ברייטן ציבור — האָט ברק נישט נאָר ניט פֿאַרלענגערט אַשכּנזיס קאַדענץ, נאָר אויך פּראָוואָקאַטיוו אָנגעמאָלדן דעם נאָמען פֿון דעם נײַ־נאָמינירטן אַרמיי־קאָמאַנדיר, דעם אלוף (גענעראַל) יואבֿ גאַלאַנט, אַ האַלב יאָר פֿאַר דער צײַט — און די מדינה איז געוואָרן פֿאַרפּלאָנטערט אין אַ שאַרפֿן צוטרוי־קריזיס מיט קעגנזײַטיקע באַשולדיקונגען און באַשמוצונגען צווישן די צוויי פֿײַנטלעכע לאַגערן. דער אויסוואַל פֿון דעם נײַעם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב האָט אַרויסגערופֿן אַ מלוכישן סקאַנדאַל .

וויפֿל מלוכישע ענערגיע איז פֿאַרבראָקט געוואָרן אין אָט דעם סקאַנדאַל צוליב דעם פּערזענלעכן סיכסוך פֿון דעם מיניסטער ברק. זײַן מלחמה קעגן אַשכּנזי, דעם ציווילן, איז נאָך אָבער נישט פֿאַרענדיקט. ער האָט שוין אַ רײַכע לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג פֿון אַרויסרופֿן אינטריגעס, פֿאַרפּלאָנטערן די מדינה אין סקאַנדאַלן און פֿון טוישן זײַנע פֿאַרבינדעטע, בעת דער איינציקער צוועק זײַנער איז — זײַן פּערזענלעכער אינטערעס צו האַלטן אין זײַנע הענט די לייצעס פֿון דער מדינה. זײַן איצטיקער פֿאַרבינדעטער אין ברקס כּוח־גאַנג צו דער מאַכט איז דער פּרעמיער נתניהו. ביידע נייטיקן זיך אין זייער קעגנזײַטיקער הילף אין דעם בשותּפֿותדיקן אָנשטרענג זייערן אויפֿצוהאַלטן די רעגירונג בײַם לעבן ביזן סוף פֿון איר קאַדענץ, און אפֿשר ווײַטער; אויך אין זייער בשותּפֿותדיקער באַשטימונג נישט צו דערלאָזן צו קיין הסכּם מיט די פּאַלעסטינער, וואָס זאָל זײַן באַזירט אויף אַ טעריטאָריאַלער פּשרה.

די פֿאָלקס־מרידה אין עגיפּטן האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ ספּאָנטאַנער, נישט אָרגאַניזירטער אויסברוך פֿון צאָרן קעגן די פֿאַרטײַערונגען פֿון די עלעמענטאַרע לעבנס־מיטלען, אָבער אָן אַ באַשטימטער ריכטונג, אַזוי ווי די תּכליתלאָזע פּאָליטיק פֿון ישׂראל. אין גאַנג פֿון דער מרידה האָט זי זיך אָבער געווענדט קעגן דער טאָטאַליטאַרער מאַכט — אַזוי אין טוניסיע ווי אויך אין עגיפּטן. זיי האָבן, אין גאַנג פֿון דער מרידה פֿאַרשטאַנען, אַז אָן דעם פּאָליטישן קאַמף פֿאַר אַ דעמאָקראַטישן רעזשים וועלן זיי נישט געווינען — נישט די פֿרײַהייט, וואָס זיי פֿאַרלאַנגען, און נישט דעם סאָציאַלן יושר — דאָס אַרויסקריגן זיך פֿון זייער טיפֿער נויט.

צו דער אַנטוישונג פֿון די ליבערמאַנס, די יורשים פֿון ראַבײַ כּהנא און די געשוווירענע "פּאַטריאָטן", האָט מען אין דער מרידה אין עגיפּטן כּמעט נישט געזען קיין קאַמפֿס־רופֿן קעגן ישׂראל. מיר קענען אָבער נישט פֿאָרויסזען, אין וועלכער ריכטונג עס וועט זיך ריכטן דער פֿאָלקס־צאָרן. אָבער דער זיכערהייט־מיניסטער ברק האָט שוין אויסגענוצט די נישט זיכערע סיטואַציע, כּדי צו פֿאַרלאַנגען אַ צוגאָב פֿון הונדערטער מיליאָנען שקלים פֿאַר זײַן פֿון פריִער שוין אויסגעברייטערטן קריגס־בודזשעט — אין דער צײַט ווען אין לאַנד האָט דער יקרות ווידער זיך אַ לאָז געטאָן ווייטיקלעך אויף די נויטלײַדנדיקע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אין אָט די אומרויִקע, ברויזנדיקע טעג פֿון די אַלזײַטיקע געפֿאַרן און מלוכישע סקאַנדאַלן זײַנען זייער גיך פֿאַרשוווּנדן פֿון די צײַטונגס־קעפּ די איבערראַשנדיקע, אָבער פֿאַרבאָרגענע רעוועלאַציעס פֿון דעם געשטרויכלטן שלום־פֿראָנט. דאָס מאָל זײַנען דאָס נישט די ארויסגעטריפֿטע מיליאָנען דאָקומענטן פֿון "וויקיליקס", נאָר פֿון דער אַראַבישער פֿרײַער ראַדיאָ- און טעלעוויזיע־נעץ "אַל דזשעזיראַ" בשותּפֿות מיט דעם לאָנדאָנער "גאַרדיען"; און זיי זײַנען נוגע דעם ענין פֿון שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. לויט די דאָזיקע דאָקומענטן, וואָס זײַנען באַשטעטיקט געוואָרן דורך דעם געוועזענעם פּרעמיער פֿון ישׂראל, אהוד אָלמערט און דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אַבו מאַזען, דערוויסט מען זיך וועגן אַ הסכּמה, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן צווישן זיי דעם 16טן סעפּטעמבער 2008. די דאָקומענטן דערציילן וועגן אַן אָנשטענדיקן ווײַטגייענדיקן קאָמפּראָמיס אין אַלע גרונט־ענינים פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט — וועגן דער צעטיילונג פֿון ירושלים אויף דער דעמאָגראַפֿישער באַזע, וועגן די גרענעצן, פּליטים און אַלע אַנדערע שטרײַט־פּראָבלעמען.

עס האָבן נאָר געפֿעלט די אונטערשריפֿטן פֿון די צוויי מנהיגים. ווי געזאָגט, האָבן ביידע באַשטעטיקט די ריכטיקייט פֿון דער ידיעה. אַנדערש זײַנען אָבער זייערע ווערסיעס הלמאַי עס איז פֿון דעם גאָרנישט אַרויסגעקומען. לויט דער ווערסיע פֿון אהוד אָלמערט, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט פֿרײַטיק אין "ידיעות אַחרונות", האָט אַבו מאַזען זיך אָפּגעזאָגט צו דערפֿילן אָלמערטס פֿאָדערונג — צו "נעמען די פּען און אונטערשרײַבן". אָנשטאָט דעם האָבן ביידע באַשלאָסן, אַז זייערע ראַטגעבערס סאיִב אַריקאַט און שלמה טורדזשעמאַן וועלן צומאָרגנס זיך טרעפֿן מיט מומחים און "שליסן דעם ענין". צומאָרגנס האָט אַריקאַט טעלעפֿאָנירט און געמאָלדן, אַז אַבו מאַזען האָט פֿאַרגעסן, אַז ער איז דעם טאָג נאָך פֿון פֿריִער פֿאַרבעטן קיין אַמאַן, צום ירדנישן קעניג. זינט דאַן, זאָגט אָלמערט, האָט ער זיך מער נישט געטראָפֿן מיט אַבו מאַזען און "דאָס פּאַפּירל איז געבליבן בײַ מיר. נישטאָ קיין פּאַרטנער".

אין צווישן האָט אהוד ברק מצליח געווען צו באַזײַטיקן אָלמערטן פֿון דער מאַכט. לויט דער ווערסיע פֿון אַבו מאַזען, ווי עס דערציילט עקיבֿא אלדר אין הײַנטיקן "הארץ" (פֿון 8.02.2011), האָט ער דעם 14טן נאָוועמבער 2008 אויפֿגענומען בײַ זיך אַ דעלעגאַציע פֿון דעם וואַשינגטאָנער אינסטיטוט פֿאַר פּאָליטיק אין מיטעלן אָריענט. נאָכדעם איז ער געווען צו גאַסט בײַם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, וועלכער האָט אים פֿאָרגעלייגט צו שיקן דעם 2טן אָדער 3טן יאַנואַר 2009 אַ דעלעגאַציע, כּדי צו לייזן די לעצטע חילוקי־דעות בנוגע די גרענעצן. "איך האָב געגעבן מײַן הסכּמה, דערציילט אַבו מאַזען, ווײַל מיר זיינען שוין געווען זייער נאָענט צו אַ לייזונג.

"נישט געקוקט אויף דער מלחמה אין עזה, וואָס איז אויסגעבראָכן דעם 27סטן דעצעמבער, האָב איך פֿאַראָרדנט דער דעלעגאַציע צו פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן, כּדי צו פֿאַרענדיקן די געשפּרעכן. זיי האָבן טעלעפֿאָנירט צו טורדזעמאַנען, אָלמערטס ראַטגעבער. ער האָט געענטפֿערט, אַז ער קען נישט פֿאָרן צוליב דער מלחמה. אַזוי איז צוליב דער מלחמה געשטרויכלט געוואָרן דער הסכּם וועגן אַ שלום..."

וועמענס ווערסיע זאָל מען גלייבן? — דאָס איז שוין באמת אַן ענין פֿון דער באַגלייבטקייט.

תּל־אָבֿיבֿ, פֿעברואַר 8, 2011