װעלט פֿון ייִדיש

די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים.

דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס.

מיר וועלן דאָ באַקענען אונדזערע לייענערס מיט אייניקע פֿון די לאַורעאַטן פֿון הײַיאָריקן "גראָפּער־פּרײַז" פֿאַר זייער לעבנסווערק, ווי אַן אָנערקענונג פֿאַר זייערע טעטיקייטן לטובֿת דער ייִדישער קולטור.


יעקבֿ אַלפּערין: אָקטיאָר, געבוירן אין רומעניע, האָט אין 1948 זיך אָנגעשלאָסן ווי אַ יונגער בינע־קינסטלער צום ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט. במשך פֿון כּמעט 10 יאָר האָט ער פֿאַרקערפּערט געשטאַלטן פֿון קלאַסישן ייִדישן רעפּערטואַר. אין ישׂראל האָט ער געשפּילט מיט פֿאַרשיידענע טרופּעס אין לאַנד און אין דער גאָרער וועלט, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר די ייִדישע קהילות אין די תּפֿוצות. אין 1988 איז געגרינדעט געוואָרן דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער און אַלפּערין איז געוואָרן דער סטאַר בײַ אַלע פֿאָרשטעלונגען, סײַ פֿון דער קלאַסישער און סײַ פֿון דער מאָדערנער דראַמאַטורגיע.


יצחק לודען: זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר, געווען אַ מיטגליד אין דער רעדאַקציע פֿון דער טאָגצײַטונג "לעצטע נײַעס". ביזן הײַנטיקן טאָג איז ער דער רעדאַקטאָר פֿון דעם חודשלעכן זשורנאַל אין ייִדיש "לעבנס־פֿראַגן" און שרײַבט סטאַביל פּובליציסטישע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס". לודען האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי ביכער. אין יאָר 2009 איז דערשינען דאָס בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן" אין צוויי בענד — אַ רײַכער אָפּקלײַב פֿון אַרטיקלען, אינטערוויוען און עסייען. לודען איז באַערט געוואָרן מיט אַ ריי וויכטיקע פּרײַזן פֿאַר זײַן שעפֿערישער אַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט, אין פֿאַרלויף פֿון אַ סך יאָרן.


אָשר קולאַ: האָט אין זײַן יוגנט געלערנט אין ישיבֿות און גלײַכצײַטיק האָט ער זיך ספּעציאַליזירט אין דרוקערײַ. ער האָט געאַרבעט אין דער דרוקערײַ פֿונעם זיכערהייט־מיניסטעריום כּדי צו העלפֿן דער משפּחה. זײַנע קענטענישן אין דער ייִדישער שפּראַך דערמעגלעכן אים צו זעצן און דרוקן טעקסטן אין ייִדיש, לויט פֿאַרשיידענע אָרטאָגראַפֿיעס פֿון די מחברים. אָשר קולאַ האָט דעשיפֿרירט און געבראַכט צום דרוק דעם כּתבֿ־יד פֿון פֿערטן באַנד "גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", רעדאַגירט פֿון יודל מאַרק. אַ דאַנק זײַן אַרבעט אין פֿאַרלאַג און אין דער דרוקערײַ "צור־אות" אין ירושלים זענען דערשינען צענדליקער ביכער פּראָזע, פּאָעזיע, פֿאָרשונג, קונסט און אַנדערע אין ייִדיש.


דעם פּרײַז צו דערמוטיקן און דערמעגלעכן צו פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען האָבן פֿאַרן יאָר 2010 באַקומען:


משה־דוד חייט: ער האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זײַנע אַרטיקלען, דערציילונגען און לידער זענען דערשינען אין דער צײַטשריפֿט "פֿאַלקס־שטימע" אין וואַרשע און אין "סאָוועטיש היימלאַנד" אין מאָסקווע. זינט זײַן עליה קיין ישׂראל האָט ער אַרויסגעגעבן נײַן ביכער, אַרטיקלען, דערציילונגען און 16 מאָנאָגראַפֿיעס, וועלכע זענען דערשינען אין ייִדיש, עבֿרית און רוסיש.


אליהו סלע־סאַלדינגער: אין 1947 איז ער עולה געווען קיין ישׂראל. ער איז אויסגעשולט געוואָרן ווי אַ לערער און האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ פּעדאַגאָג און דערציִער. ער האָט שטודירט הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און פֿאַר זײַן פֿאָרשונג וועגן לעבן און שאַפֿן פֿונעם דיכטער יעקבֿ פֿרידמאַן האָט ער באַקומען דעם דאָקטאָר־טיטל. זינט זײַן יוגנט איז ער אויך טעטיק אויפֿן געביט פֿון בעלעטריסטיק און אין די לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי ביכער פּאָעיזע און פּראָזע.


באָריס סאַנדלער: אַבסאָלווענט פֿון קאָנסערוואַטאָריום אין קעשענעוו. שפּעטער האָט ער שטודירט ייִדיש אין אינסטיטוט פֿאַר ליטעראַטור אין מאָסקווע. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דערציילונגען אין זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און אָנגעפֿירט מיט פּראָגראַמען אין ייִדיש אין דער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע פֿון מאָלדאָווע. נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל אין יאָר 1992 האָט ער רעדאַגירט און פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטשריפֿט פֿאַר קינדער אין ייִדיש "קינד־און־קייט". סאַנדלער איז הײַנט הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער צײַטונג "פֿאָרווערטס" און די לעצטע דרײַ יאָר איז ער מיטרעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "די צוקונפֿט". סאַנדלער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט צען ביכער פּראָזע און פּאָעזיע, וועלכע זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין עטלעכע שפּראַכן. באָריס סאַנדלער האָט באַקומען אַ צאָל פּרעסטיזשפֿולע פּרײַזן ווי אַן אָנערקענונג פֿאַר זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט.


אַלעקסאַנדער עפּלזאַפֿט: אַלעקסאַנדער האָט אַבסאָלווירט דעם טעכניקום אין מינסק און איז אויסגעשולט געוואָרן ווי אַן אינזשעניר פֿון עלעקטראָניק. ער איז עולה געווען קיין ישׂראל אין 1990. זינט זײַנע קינדער־יאָרן איז ער אַ ליבהאָבער פֿון מוזיק און האָט זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע אָרקעסטערס. ער האָט דיריגירט און געלערנט ערשטראַנגיקע זינגערס צו דערלאַנגען דעם באַליבטן קלאַסישן רעפּערטואַר אין ייִדיש. ער באַאַרבעט טעקסטן פֿון ראָמאַנסן, אַריעס פֿון אָפּערעס און אָפּערעטעס און קונסטלידער אין ייִדיש.

עפּלזאַפֿט פֿאַרצייכנט דערמיט אַ וויכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער קולטור אין ייִדיש.


אַנקאַ שור־שמיר: אויך איך האָב דעם כּבֿוד צו זײַן צווישן די לאַורעאַטן פֿון "גראָפּער־פּרײַז" פֿאַרן יאָר 2010 פֿאַר מײַן לאַנגיאָריקער טעטיקייט אין דער ייִדיש־אוידיציע פֿון "קול־ישׂראל", ווי די הויפּט־רעדאַקטאָרין און לייטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל; ווי אויך באַמיִונגען אין אַנדערע ראַמען צו פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור.