געזעלשאַפֿט

דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך.

באַלד נאָך זײַן איבערנעמען דעם אַמט מיט אַן ערך 4 יאָר צוריק האָט בענעדיקטוס באַשלאָסן צו פּראָקלאַמירן דעם פּויפּסט פּיוס דעם 12טן, וועלכער איז געווען דער הערשער אין וואַטיקאַן אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אַ הייליקן. פּיוס דער 12טער איז געווען נאָענט צו די נאַצישע קרײַזן און זייער אידעאָלאָגיע און הגם עס זענען דאָ באַווײַזן, אַז די בישאָפֿן פֿון אוקראַיִנע און פּוילן האָבן אים שריפֿטלעך אינפֿאָרמירט וועגן די מאַסן־רציחות איבער ייִדן, האָט פּיוס געשוויגן; אַפֿילו ווען די ייִדן פֿון רוים זענען אויף זײַנע אויגן דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, האָט ער אויך געשוויגן.

בײַם בילד פֿון פּויפּסט פּיוס דעם 12טן אין היסטאָרישן מוזיי אין "יד־ושם" לייענען מיר דעם פֿאָלגנדיקן טעקסט:

אַפֿילו ווען באַריכטן וועגן מאָרד איבער ייִדן זענען דערגאַנגען צום וואַטיקאַן, האָט דער פּויפּסט נישט פּראָטעסטירט, נישט שריפֿטלעך און נישט מינדלעך. אין דעצעמבער 1942 האָט פּיוס דער 12טער זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אונטערשרײַבן די דעקלאַראַציע פֿון די אַליִיִרטע, וואָס פֿאַראוטיילט די פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן. ווען די ייִדן פֿון רוים זענען דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, האָט דער פּויפּסט נישט אינטערווענירט.

דער פּויפּסט איז געבליבן נייטראַל אין פֿאַרלויף פֿון דער מלחמה מיטן אויסנאַם פֿון ווענדונגען צו די הערשער פֿון אונגאַרן און סלאָוואַקיע נאָענט צום סוף פֿון דער מלחמה. זײַן שווײַגן און גלײַכגילטיקייט האָבן גורם געווען אַז אומעטום אין אייראָפּע האָבן פֿאָרשטייער פֿון דער קירך געמוזט אַליין באַשליסן ווי אַזוי צו רעאַגירן.

דער וואַטיקאַן האָט געפֿאָדערט די דאָזיקע אויפֿשריפֿט צו ענדערן און אויב נישט, וועט דער באַזוך פֿונעם פּויפּסט אַנולירט ווערן. צום סוף איז די פּשרה געווען, אַז ער וועט נישט באַזוכן דעם מוזיי, נאָר דעם אוהל־יזכּור.

אַ צווייטער אַקט, וואָס האָט אויפֿגערודערט די ייִדישע עפֿנטלעכקייט מיט אַ קורצער צײַט צוריק, איז די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם בישאָף ריטשאַרד וויליאַמסאָן פֿון ענגלאַנד. בענעדיקטוס האָט באַפֿוילן צוריק אויפֿצונעמען אין דער קירך אַ ריי בישאָפֿן, וועלכע זענען באַזײַטיקט געוואָרן צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. וויליאַמסאָן לייקנט דעם חורבן און די גאַז־קאַמערן. אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער שוועדישער טעלעוויזיע האָט ער דערקלערט: "איך גלייב, אַז 200,000 ביז 300,000 ייִדן זענען אומגעקומען אין די נאַצישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָבער נישט אין די גאַז־קאַמערן. קיין ייִד איז נישט אומגעקומען אין די גאַז־קאמערן. עס איז אַלץ אַ ליגן, אַ ליגן!". בענעדיקטוס האָט געפֿאָדערט, אַז וויליאַמסאָן זאָל זיך אַנטשולדיקן, אָבער ביז איצט איז עס נישט געשען.

דער שרײַבער און לאַורעאַט פֿון נאָבעל־פּרײַז, עלי וויזעל, האָט אויסגעדריקט זײַן טיפֿן צער און שטוינונג לגבי דעם באַשלוס צו רעהאַביליטירן וויליאַמסאָן און אין דעם גײַסט האָבן רעאַגירט אויך אַנדערע פּערזענלעכקייטן אין דער וועלט, אַזוי ווי די דײַטשע קאַנצלערין מערקעל, וועלכע האָט פּראָטעסטירט קעגן דעם אַקט אין אַ טעלעפֿאָן־געשפּרעך מיט בענעדיקטוס אין חודש יאַנואַר.

יאָזעף ראַצינגער, שפּעטער בענעדיקטוס דער 16טער, אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, איז געווען אַ מיטגליד אין דער "היטלער־יוגנט" און געדינט אין דער ווערמאַכט. ער האָט דערקלערט, אַז זײַן באַזוך איז נישט קיין פּאָליטישער, נאָר אַ רעליגיעזער. אָבער גלײַכצײַטיק איז דער פּויפּסט נישט נאָר דער ראָש פֿון דער קירך, נאָר דער ראָש פֿון אַ מדינה — פֿון וואַטיקאַן. אַרום אַ טויזנט זשורנאַליסטן האָבן באַגלייט זײַן באַזוך און האָבן פּובליקירט און טראַנסמיטירט זײַן רעדע פֿאַר דער גאַנצער וועלט — פֿאַר העכער אַ מיליאַרד גלייביקע — אין דער פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעוויזיע.

בענעדיקטוס און זײַנע הויכראַנגיקע באַגלייטער זענען אויפֿגענומען געוואָרן לויט אַלע אָנווײַזונגען פֿון פּראָטאָקאָל: בײַם מדינה־פּרעזידענט, בײַ די הויפּט־רבנים פֿון ישׂראל, אַ באַגעגעניש מיט די עלטערן פֿונעם געפֿאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט. אָבער דער הויכפּונקט איז געווען דער צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור אין "יד־ושם", בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון פּרעמיער־מיניסטער, פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת, פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם", הרבֿ לאַו, א"אַנד. אין זײַן רעדע האָט דער פּויפּסט זיך אַרויסגעזאָגט וועגן די בי־לאַטעראַלע באַציִונגען צווישן קריסטנטום און דעם ייִדישן פֿאָלק; דער צוזאַמענאַרבעט פֿון אַלע דרײַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס לטובֿת דעם שלום. ער האָט פֿאַראורטיילט אַנטיסעמיטיזם און דאָס נעגירן דעם חורבן אין אייראָפּע. ער האָט באַטאָנט, אַז מען טאָר נישט פֿאַרגעסן, מען טאָר נישט פֿאַרקלענערן דעם פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע און מען טאָר זי נישט לייקענען. ער האָט אָבער נישט אויסגעדריקט דעם צער און נישט געבעטן מחילה אין נאָמען פֿון דער קאַטוילישער קירך.

אין דעם זין האָט דער היסטאָרישער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין מדינת־ישׂראל אַרויסגערופֿן אַ געוויסע אַנטוישונג. עס איז פֿאַרזען געוואָרן אַ היסטאָרישע געלעגנהייט ווײַטער צו בויען די בריק וואָס דער פֿריִערדיקער פּויפּסט פּאַולוס דער צווייטער האָט אָנגעהויבן.