|
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו אין אוישוויץ־בירקענאַו, בעת אַ צערעמאָניע, דעם 27סטן יאַנואַר, אָפּצומערקן דעם 65סטן יאָרטאָג זינט דער באַפֿרײַונג פֿונעם געוועזענעם נאַצישן אומברענג־לאַגער |
Getty Images |
די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו
אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע.
אין יאָר 2008 זענען געפֿונען געוואָרן אין אַ פֿאַרלאָזטער דירה אין מיזרח־בערלין 29 צייכענונגען, צווישן זיי 15 אָריגינעלע פּלענער פֿון קאָמפּלעקס אוישוויץ־בירקענאַו. די פּאָפּולערע דײַטשישע צײַטונג "בילד", וואָס געהערט צום אַקסעל שפּרינגער־פֿאַרלאַג, האָט וועגן דעם באַקאַנט געמאַכט אין נאָוועמבער, און אין פֿעברואַר 2009 זענען די פּלענער עקספּאָנירט געוואָרן אויף אַ צײַטווײַליקער אויסשטעלונג אין בערלין, נאָך דעם ווי עקספּערטן האָבן באַשטעטיקט, אַז זיי זענען אויטענטיש. בעת אַן אָפֿיציעלן באַזוך אין דײַטשלאַנד אין חודש אויגוסט, האָט דער הויפּט־רעדאָקטאָר פֿון "בילד", קאַי דיקמאַן, איבערגעגעבן דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו און דעם פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם" שלו די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו.
די דאָזיקע בוי־פּלענער זענען אויסגעפֿירט געוואָרן דורך די טעכניקער פֿון "עס־עס" און ציווילע גראַפֿיקער, כּדי צו דערמעגלעכן דעם בוי־פּראָיעקט און זיי געהערן צו די יאָרן 1941—1943. דעם 23סטן אָקטאָבער 1941 האָט רײַכספֿירער "עס־עס" הימלער "באַערט" מיט זײַן אונטערשריפֿט די דאָזיקע פּלענער. "די אָריגינעלע בוי־פּלענער, וואָס שילדערן די קאָנסטרוקציע פֿון אוישוויץ, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גראַפֿישע אילוסטראַציע פֿון דעם סיסטעמאַטישן דראַנג מצד די דײַטשן צו רעאַליזירן די ענדגילטיקע לייזונג", זאָגט אַבֿנר שלו, פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם". "מיר האָבן באַשלאָסן זיי צו עקספּאָנירן פֿאַרן ברייטן עולם, כּדי צו ווײַזן ווי אַזוי קאָנווענציאָנעלע טעטיקייטן פֿון טאָג־טעגלעכע מענטשן האָבן דורכגעפֿירט די פּלאַנירונג און דעם בוי פֿון דעם גרעסטן מאָרדלאַגער פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די פּלאַנירער האָבן גענוי געוווּסט פֿאַר וועלכן צוועק די באַראַקן וועלן דינען".
בעת דער דערעפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג אין "יד־ושם" האָט דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו געזאָגט, אַז "אַ נײַע געפֿאַר באַדראָט איצט די עצם־עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל; היסטאָריקער און פּאָליטיקער לייקענען דעם חורבן, דער אַנטיסעמיטיזם פֿאַרשפּרייט זיך איצט אין דער וועלט און עס הערט זיך אַ נײַער רוף צו פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה. דאָס איז נישט בלויז אונדזער פּראָבלעם, נאָר דאָס איז די פּראָבלעם פֿון דער גאַנצער מענטשהייט".
אין פֿרילינג 1940 האָט די "עס־עס" אויפֿגעשטעלט דעם אַרבעטס־לאַגער אין אוישוויץ. אין אָנהייב, האָט מען געבויט אַ לאַגער פֿאַר פּוילישע פּאָליטישע העפֿטלינגע, מיליטער־לײַט, גלחים, אַקאַדעמיקער, צווישן זיי אויך ייִדן. זומער 1941, בעת דער אָפֿענסיווע פֿון דײַטשלאַנד קעגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז פֿאַרשנעלערט געוואָרן דער פּראָצעס פֿון אויסברייטערן דעם לאַגער. אין איינקלאַנג מיטן באַשלוס צו דערמאָרדן ייִדן, ווערט בירקענאַו פֿאַרוואַנדלט פֿון אַן אַרבעטס־לאַגער אין אַ פֿאַרניכטונגס־לאַגער און אין אים די באַוווּסטע קרעמאַטאָריעס. אין אוישוויץ־בירקענאַו זענען דערמאָרדעט געוואָרן מיליאָן און אַ פֿערטל מענטשן, דער גרעסטער טייל פֿון זיי, העכער אַ מיליאָן, ייִדן.
דעם 27סטן יאַנואַר האָבן די אַליִיִרטע כּוחות באַפֿרײַט אוישוויץ. די דאָזיקע דאַטע איז, ווי געזאָגט, באַשטימט געוואָרן ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער געדענק־טאָג. אין פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן באַזוכט אוישוויץ העכער אַ מיליאָן מענטשן. דאָס יאָר איז דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, באַגלייט פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון כּנסת־דעפּוטאַטן און הויך־ראַנגיקע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ישׂראלדיקער עפֿנטלעכקייט, אַרויסגעפֿאָרן קיין פּוילן און זיך באַטייליקט אין דער צערעמאָניע אין אוישוויץ־לאַגער, אָפּצומערקן 65 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג. די דעלעגאַציע האָט באַזוכט דעם באַוווּסטן "אומשלאַגפּלאַץ" אין וואַרשע, דעם פּלאַץ פֿון וואַנען די דײַטשישע באַנען זענען אַרויסגעפֿאָרן צו די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן, דעם מוזיי פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד און שפּעטער האָט דער פּרעמיער־מיניסטער זיך באַטייליקט אין דער טרויער־אַקאַדעמיע אין אוישוויץ, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון פּוילישן פּרעזידענט און פֿאָרשטייער פֿון דער פּוילישער רעגירונג און הונדערטער ייִדן, געראַטעוועטע פֿון חורבן. אין זײַן רעדע האָט דער פּרעמיער־מיניסטער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער נײַער געפֿאַר, וואָס באַדראָט איצט דאָס ייִדישע פֿאָלק: דעמאָלט דײַטשלאַנד און הײַנט איראַן. "אַ נײַער עמלק איז איצט אויפֿגעקומען אויף דער בינע פֿון דער געשיכטע און מען דאַרף אים ליקווידירן וואָס גיכער, באַלד אין אָנהייב. אויך דעמאָלט, מיט העכער 60 יאָר צוריק, האָט די וועלט געוווּסט און געשוויגן", האָט נתניהו באַטאָנט.
דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט אין דעם דײַטשישן פּאַרלאַמענט אין בערלין געהאַלטן אַ היסטאָרישע רעדע אין עבֿרית. ער האָט אָנגעהויבן מיט "קדיש" און דער עולם האָט געענטפֿערט "אָמן". "די באַפֿרײַונג דעם 27סטן יאַנואַר 1945 איז אָנגעקומען צו שפּעט. 6 מיליאָן ייִדן זענען שוין נישט געווען בײַם לעבן. אין דער צײַט איז די וועלט געווען אין פֿלאַמען און האָט געשוויגן בעת די מאָרד־אינדוסטריע האָט פֿונקציאָנירט טאָג בײַ טאָג, יאָר נאָך יאָר".
פּערעס האָט דערמאָנט זײַן זיידן, הרבֿ צבֿי מעלצער, וועלכער איז צוזאַמען מיט די אַנדערע מתפּללים פֿאַרברענט געוואָרן דורך די נאַציס אין בית־הכּנסת אין שטעטל ווישניעוואָ אין ווײַסרוסלאַנד.
פּערעס האָט דערקלערט, אַז מיר האָבן אויפֿגעשטעלט פֿאַר אונדזערע ברידער און שוועסטער, וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַ לעבעדיקע מצבֿה, מדינת־ישׂראל, און האָט פֿאַרענדיקט זײַן רירנדיקע רעדע מיט דעם נאַציאָנאַלן הימען "התּיקווה".
עס איז נאָך נישט פֿאַרלוירן אונדזער האָפֿענונג
די האָפֿענונג פֿון צוויי טויזנט יאָר
צו זײַן אַ פֿרײַ פֿאָלק אין אונדזער לאַנד.