האָט עמעצער פֿון אײַך פֿאַרשטאַנען, ווער עס האָט געוווּנען און ווער עס האָט פֿאַרשפּילט אין דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז־מלחמה? הגם ביידע צדדים טענהן, אַז זיי האָבן מנצח געווען, געפֿינט זיך אוקראַיִנע זיכער אין אַ שווערן מצבֿ. אַזוי זאָגן, לכל-הפּחות, די עקספּערטן פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צעשיט זיך ממש: די וואַלוטע, הריוונע, ווערט ביליקער; די אינפֿלאַציע וואַקסט; די פּראָדוקציע — פֿאַלט. באַזונדערס שווער פֿילט זיך דער עקאָנאָמישער קריזיס אין מעטאַלורגיע, וואָס פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אינעם אוקראַיִנישן עקספּאָרט. איצט, נאָכן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך מיט רוסלאַנד, באַקומט זיך, אַז מע וועט מוזן צאָלן מער פֿאַר גאַז, און וווּ נעמט מען די דאָזיקע געלטער?
דער עקסטרעם-רעכטער רוסישער פּאָליטיקער וולאַדימיר זשירינאָווסקי (אין זײַן "אײַזערנער לאָגיק" און טאַלאַנט פֿון צוציִען דעם פּרימיטיוו-טראַכטנדיקן טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, איז ער ענלעך אויף דעם ישׂראלדיקן אבֿיגדור ליבערמאַן) האָט לעצטנס געלויבט דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש פֿאַר שטיצן וויקטאָר יושטשענקאָ. די אידעע איז אַזאַ: אַ דאַנק דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דער פּאָליטיק פֿון אוקראַיִנע (אין רוסלאַנד טרײַבט מען עס שטאַרק איבער), שטייען דאָרטן בײַ דער מאַכט שאַרפֿע קעגנער פֿון רוסלאַנד. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט עס געהאָלפֿן דער רוסישער רעגירונג צו העכערן דעם פּרײַז אויף גאַז. פֿריִער פֿלעגט דאָך אוקראַיִנע קריגן דעם גאַז אַ סך ביליקער. אָט אַזאַ פּאַראַדאָקס האָט זיך באַקומען.
אַזוי צי אַזוי, אָבער דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז-סיכסוך האָט איבערגעלאָזט טיפֿע און ווייטיקדיקע שפּורן אין פּאָליטישן לעבן פֿון אוקראַיִנע. קודם-כּל, האָט ער אַנטפּלעקט אין דער רעגירונג און פּאַרלאַמענט אָנהענגער פֿון צוויי ראַדיקאַל פֿאַרשיידענע מינים צוגאַנגען: בעת אייניקע גייען צו צו אַלע פּראָבלעמען מיט מאָסן פֿון פּאַטריאָטיזם פֿון עפּעס אַ שניט, האַלטן די אַנדערע, אַז ס׳איז וויכטיקער צו זײַן רעאַליסטן און לייזן די פּראָבלעמען אַזוי ווי דאָס לוינט דער עקאָנאָמיע און, בכלל, דעם לעבן-ניוואָ פֿונעם פֿאָלק. אין דעם לעצטן גאַז-קאָנפֿליקט האָט עס געמיינט אָדער פֿירן מיט מאָסקווע אַ ריין פּאָליטישע שפּיל און ניט גיין אויף קיין שום קאָמפּראָמיסן, אָדער, גאָר פֿאַרקערט, מאַכן פּשרות מיט דעם רוסישן צד.
דער קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד האָט אויך געוויזן, אַז אין לאַנד אַרבעט ניט, ווי עס דאַרף צו זײַן, דער גאַנצער מעכאַניזם פֿון אָנפֿירן מיט דער קאָמפּליצירטער סיסטעם פֿון טראַנספּאָרטירן גאַז. די רייד גייט ניט אַזוי וועגן דער טעכנישער זײַט פֿון דעם גאַנצן ענין, ווי וועגן פּראָבלעמען עקאָנאָמישע און פּאָליטישע. דער גאַז-קריזיס איז אין דער ערשטער ריי געווען אַ פּאָליטישער קריזיס, וואָס האָט זיך לחלוטין ניט פֿאַרענדיקט מיטן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך מיט רוסלאַנד. דער פּאָליטישער קריזיס גייט אָן ווײַטער און, סוף-כּל-סוף, וועט קומען צו אַ מאָמענט פֿון ערנסטע שינויים אין די כּוחות, וואָס מוזן אָנפֿירן מיט דער גרויסער סלאַווישער מדינה.
די פּראָבלעם באַשטייט ניט נאָר אין דעם, וואָס וויקטאָר יושטשענקאָ און יוליאַ טימאָשענקאָ, די געוועזענע פֿירער פֿון דער "אָראַנזש-רעוואָלוציע", קענען איצט ניט אָנקוקן איינער די אַנדערע. אַזעלכע זאַכן מאַכן זיך אויך אין אַנדערע לענדער, אָבער דאָרטן האָבן זיי ניט אַזעלכע דראַמאַטישע קאָנסעקווענצן. אין אוקראַיִנע איז דאָך די גאַנצע — נאָך אַלץ יונגע — מלוכישע סיסטעם אַזוי פֿאַרדרייט געוואָרן, אַז דער פּרעזידענט און דער פּרעמיער-מיניסטער (אָדער, פּינקטלעכער, די פּרעמיער-מיניסטאָרין) האָבן טיילווײַז די זעלבע פֿונקציעס און אַחריות, וואָס שאַפֿט, פֿאַרשטייט זיך, אַלע מאָל אַ מעגלעכקייט אונטערצושטעלן אַ פֿיסל דעם צד-שכּנגד.
דער גאַז-סיכסוך וועט בלי-ספֿק באַפֿאַרבן די קומענדיקע וואַלן אין פּאַרלאַמענט און פֿון פּרעזידענט. יוליאַ טימאָשענקאָ זעט איצט אויס ווי די שטאַרקסטע פֿיגור אויף דער פּאָליטישער לאַנדשאַפֿט פֿון אוקראַיִנע. זי איז, בלי-ספֿק, אַ סך שטאַרקער פֿונעם פּרעזידענט יושטשענקאָ, וואָס האָט זיך, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרפּלאָנטערט אין דעם וואָס ער וויל און וויל ניט. טימאָשענקאָ האָט אויך אָפּגערוקט אין אַ זײַט דעם אָפּאָזיציע-פֿירער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, וועלכער האָט ביז אַהער געהאַט אַ שטיצע אין די אינדוסטריעלע מיזרחדיקע, רוסיש-רעדנדיקע געגנטן פֿון לאַנד. אָבער טימאָשענקאָ, וואָס איז מיט אַ צײַט צוריק געווען כּמעט אַ דם-שׂונא פֿון וולאַדימיר פּוטינס רעגירונג און מע האָט זי אַפֿילו ניט אַרײַנגעלאָזט אין רוסלאַנד, איז איצט ממש אַ נאַשבראַט מיט פּוטינען. הקיצור, ס׳איז אפֿשר ניט קלאָר צי אוקראַיִנע האָט געוווּנען פֿון דעם סיכסוך, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז טימאָשענקאָ האָט זייער גוט אָפּגעשניטן אין אָט דעם גאַנצן פּאָליטיש-עקאָנאָמישן מיש-מאַש.
אין דער איבערקערעניש האָט מען באַשלאָסן צו ליקווידירן דעם פֿאַרמיטלער — די פֿירמע "ראָס-אוקר-ענערגאָ", וואָס האָט געשפּילט זייער אַ מאָדנע ראָלע אין דעם גאַז-מיסחר. אַנאַליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס האָבן קיין מאָל ניט געקענט פֿאַרשטיין, צוליב וואָס האָט מען געדאַרפֿט האָבן אַזאַ געשעפֿט? פֿאַר וואָס האָבן די צוויי לענדער ניט געקענט זיך באַגיין אָן אַ פֿאַרמיטלער? מע טענהט, אַז "ראָס-אוקר-ענערגאָ" איז געווען וויכטיק פֿאַר יושטשענקאָ, ווײַל די פֿירמע איז געווען אַ ספּאָנסאָר פֿאַר זײַנע פּאָליטישע קאַמפּאַניעס. קיין חידוש ניט, וואָס טימאָשענקאָ האָט אַזוי שטאַרק געוואָלט פּטור ווערן פֿון דעם געשעפֿט.
רוסלאַנד האָט דערווײַל ניט שלעכט אָפּגעשניטן. קודם-כּל, וועט מער געלט קומען פֿון אוקראַיִנע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער נקמה פֿאַר יושטשענקאָס פּראָ-גרוזינישער פּאָזיציע בעת דער אַנומלטיקער קאַווקאַזישער מלחמה. פּוטין און מעדוועדיעוו קענען האָפֿן, אַז די נײַע מאַכט, וואָס וועט פֿאַרבײַטן יושטשענקאָ, וועט האָבן בעסערע באַציִונגען מיט רוסלאַנד. און רוסלאַנד קען זיך אויך פֿרייען מיט דעם וואָס דער מערבֿ וועט זיך לערנען פֿונעם קאָנפֿליקט און זײַן מער אָפּגעהיט אין די באַציִונגען מיט אוקראַיִנע. ס׳איז וויכטיק אויך, אַז מער כּוחות און געלט וועט מען אַרײַנלייגן אין די אַלטערנאַטיווע וועגן פֿאַרן רוסישן גאַז, קודם-כּל — דורכן באַלטישן ים קיין דײַטשלאַנד. אין רוסלאַנד — און ניט נאָר אין רוסלאַנד — פֿאַרשטייט מען זייער גוט, אַז אייראָפּע וועט מוזן, נעבעך, אַראָפּשלינגען די "ביטערע פּיל" פֿון מאָסקווע. אין לעצטן סך-הכּל, קען זיך ניט דער קאָנטינענט באַגיין אָן דעם רוסישן גאַז. דער קאָנפֿליקט האָט עס ווידער אַ מאָל זייער בולט באַוויזן.