קהילה־לעבן
עס צעוואַקסט זיך דער המון פֿון פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן
עס צעוואַקסט זיך דער המון פֿון פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן
Fredrik Sieradzki

אין מאַלמאָ, אַ שוועדישע שטאָט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּולווערפֿאַס פֿון אַראַבישן און מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָנגעקלאָגט די פּאָליציי פֿאַר זייער אויפֿפֿיר בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַראַכטאָגן זונטיק.

די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַט אַ שטאָט־דערלויבעניש זיך צו פֿאַרזאַמלען אינעם הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט, לעבן דעם אַמאָליקן שטאָטראַט־בנין. בעת די בערך 200 אָרטיקע באַטייליקטע האָבן זיך צוגעהערט צו די רעדעס פֿון אַ ריי פּראָמינענטע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט אַלאַן ווידמאַן, אַ דעפּוטאַט פֿון דער שוועדישער ליבעראַלער פֿאָלקספּאַרטיי, האָט זיך צעוואַקסן לעבן זיי אַ פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע — ס׳רובֿ פֿון זיי, אַראַבישע אײַנוווינער פֿון מאַלמאָ. די קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן האָבן נישט געהאַט קיין שטאָט־דערלויבעניש.

אין מאַלמאָ, אַ שטאָט פֿון 280,000 מענטשן, באַטרעפֿן די מוסולמענער הײַנט 70,000 נפֿשות, אָדער 25% פֿון דער באַפֿעלקערונג, און די ייִדן — בערך 1,200. שוועדן בכלל האָט הײַנט דער צווייט־גרעסטער פּראָצענט מוסולמענער אין מערבֿ־אייראָפּע, נאָך פֿראַנקרײַך. צום גרויסן טייל, איז עס צוליב איר ברייטהאַרציקער אימיגראַנט־פּאָליטיק און דער הויכע געבורטיקייט פֿון אירע אימיגראַנטן.

בעת דער מאַניפֿעסטאַציע האָבן די קאָנטער־דעמאָנטסראַנטן אויסגעשריגן אַנטי־ישׂראלדיקע לאָזונגען אויף אַזוינע הויכע קולות, אַז מע האָט קוים געקאָנט הערן די רעדנער. אַ טייל פֿון די מוסולמענער האָבן אָנגעהויבן וואַרפֿן אייער, פֿלעשער און טרערנגאַז־גראַנאַטן, און איין איי האָט געטראָפֿן מאַטס סקאָגקאַר, אַן אָנגעזעענעם זשורנאַליסט, אין מיטן פֿון זײַן רעדע. צום סוף, האָט עמעצער אַרויסגעריסן דעם דראָט פֿונעם הילכער און אַזוי אַרום צו נישט געמאַכט די מאַניפֿעסטאַציע אין גאַנצן.

די ייִדישע קהילה פֿון מאַלמאָ איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן — נישט בלויז צוליב די אַגרעסיווע אַקציעס פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער, נאָר אויך צוליב דעם צוגאַנג פֿון דער פּאָליציי, וואָס האָט ווייניק געטאָן אײַנצוצאַמען דעם שרײַענדיקן עולם — אַ פֿאַקט וואָס מע קען איצט בולט זען אין אַ ווידעאָ בײַ דער וועבזײַט "יו־טוב" (YouTube).

דער אָנגעזעענער זשורנאַליסט, מאַטס סקאָגקאַר, נאָך דעם ווי מע האָט אויף אים געוואָרפֿן אַן איי
דער אָנגעזעענער זשורנאַליסט, מאַטס סקאָגקאַר, נאָך דעם ווי מע האָט אויף אים געוואָרפֿן אַן איי
Fredrik Sieradzki

"דער פּאָליציי־כּוח איז געווען צו קליין און צו פּאַסיוו," האָט פֿרעדריק סיעראַדצקי, אַ 44־יאָריקער מאַרקעטינג־קאָנסולטאַנט און אָרטיקער ייִדישער כּלל־טוער, דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". ווען עס זענען, סוף־כּל־סוף, יאָ אָנגעקומען מער פּאָליציאַנטן — אַ טייל מיט הינט, און אַנדערע רײַטנדיק אויף פֿערד, האָט די ייִדישע קהילה געמיינט, אַז די פּאָליציי וועט זיך באַמיִען אײַנצוצאַמען די צעווילדעוועטע קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן. אַנשטאָט דעם, האָבן זיי געהייסן דווקא די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנטסראַנטן אַהיימגיין.

"זיי האָבן אונדז געפֿירט דורך אַ שמאָלער גאַס, און באַפֿוילן אַלע, וואָס טראָגן ישׂראלדיקע פֿענער און טראַנספּאַראַנטן — זיי אײַנצופּאַקן," האָט סיעראַדצקי געזאָגט. "עטלעכע פֿון די עלטערע ייִדן האָבן זיך שטאַרק איבערגעשראָקן. בעת די פּאָליציי האָט אונדז אַרויסגעיאָגט פֿון דאָרט, האָב איך דערהערט ווי איינער, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זאָגט: ׳ס׳הייבט זיך שוין ווידער אָן...׳"

הגם די שוועדישע נײַעס־קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז פֿיר מיטגלידער פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע זענען אַרעסטירט געוואָרן, איז דאָס נישט אמת, האָט סיעראַדצקי געזאָגט. "די פּאָליציי האָט זיי בלויז אַוועקגענומען פֿון דאָרט, כּדי צו געבן זיי אַ געלעגנהייט זיך אָפּצוקילן."

"די פּאָליציי האָט שלעכט געהאַנדלט," האָט דערקלערט דניאל קאָווערמאַן, דער עקזעקוטיוו־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאַלמאָ. "פֿאַר וואָס האָבן זיי דערלויבט די קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן צו שטיין אַזוי נאָענט צו אונדז? פֿאַר וואָס האָבן זיי נישט אויפֿגעשטעלט אַ פּלויט אָדער אַ ריי פּאַרק־בענק, אינעם קיינעמסלאַנד צווישן אונדז? ווען זיי וואָלטן דאָס געטאָן, וואָלטן יענע מסתּמא גאָרנישט געוואָרפֿן, ווײַל זיי וואָלטן געוווּסט, אַז ס׳קען אונדז נישט דערגרייכן."

די רעדנער קוקן, באַזאָרגטע, אויפֿן אויפֿגעבראַכטן מוסולמענישן עולם. דריטער פֿון רעכטס: אַלען ווידמאַן, אַ דעפּוטאַט פֿונעם שוועדישן פּאַרלאַמענט
די רעדנער קוקן, באַזאָרגטע, אויפֿן אויפֿגעבראַכטן מוסולמענישן עולם. דריטער פֿון רעכטס: אַלען ווידמאַן, אַ דעפּוטאַט פֿונעם שוועדישן פּאַרלאַמענט
Fredrik Sieradzki

אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט אַרויסגעשיקט צו דער שוועדישער פּרעסע, האָט יהושע קאַופֿמאַן, אַ וואָרטזאָגער פֿון דער פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַרדאַמט דעם סאַבאָטאַזש מצד דער פֿײַנטלעכער קאָנטער־דעמאָנטסראַציע און דער שוואַכער פּאַסיווער פּאָליציי. "דאַרף אַ לאַנד טאָלערירן אַזאַ אויפֿפֿיר? האָבן מיר שוין אויפֿגעגעבן די דעמאָקראַטיע אין מאַלמאָ? עס קומט אונדז דאָס זעלבע רעכט צו פּריידיקן שלום און זיכערהייט פֿאַר ישׂראל און די פּאַלעסטינער, ווי עס קומט די אַנדערע צו שרײַען ׳אַ סוף צו ישׂראל!׳"

באַרבראָ פּאָזנער, די 57־יאָריקע אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער מאַניפֿעסטאַציע, האָט דערציילט, אַז דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ פּראָ־ישׂראלדיקע פֿאַרזאַמלונג אין מאַלמאָ רופֿט אַרויס אַן אַגרעסיווע קאָנטער־דעמאָנסטראַציע. אין 2006, ווען צפֿון־ישׂראל איז באַשאָסן געוואָרן פֿון ראַקעטן פֿון לבֿנון, האָבן בערך 60 מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאַלמאָ זיך באַטייליקט אין אַ מאַניפֿעסטאַציע צו ווײַזן סאָלידאַריטעט מיט ישׂראל. אין גיכן האָט זיך צעוואָקסן אַרום זיי אַ פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע פֿון בערך 1,500 מענטשן.

"די קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן, ס׳רובֿ פֿון זיי — פּאַלעסטינער און איראַקער, האָבן געשריגן, געוואָרפֿן שיך און פּלאַסטישע פֿלעשער אויף אונדז," האָט פּאָזנער דערציילט. "די פּאָליציאַנטן האָבן אָבער ריכטיק געהאַנדלט: זיי זענען געשטאַנען אין אַ קרײַז אַרום אונדז, כּדי אונדז צו באַשיצן פֿונעם המון. און ווען עטלעכע פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער האָבן געפּרוּווט זיך דערנענטערן צו אונדז, האָבן דווקא זייערע אייגענע מענטשן זיי צוריקגעהאַלטן. בײַ דער איצטיקער מאַניפֿעסטאַציע איז שוין געווען זייער אַנדערש."

"די פּאָליציי אין מאַלמאָ האָט פּשוט מורא פֿאַר די מוסולמענער — האָט קאָווערמאַן געזאָגט — בפֿרט אין יענע געגנטן, וווּ די מוסולמענער באַטרעפֿן צווישן 75% און 85% פֿון דער באַפֿעלקערונג." דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער, למשל, האָבן צענדליקער מוסולמענישע יונגע־לײַט, במשך פֿון עטלעכע נעכט, אונטערגעצונדן אויטאָס און מיסטקעסטלעך, און באַוואָרפֿן די פּאָליציי מיט שטיינער און פֿלעשער, נאָך דעם ווי מע האָט געשלאָסן אַן אָרטיקן מעטשעט און איסלאַמישן צענטער.

דער אייגנטימער פֿונעם בנין האָט געהאַט באַשלאָסן נישט צו באַנײַען דעם דינג־אָפּמאַך מיטן צענטער. די אָנפֿירער פֿונעם צענטער האָבן אומגעקערט די שליסל, אָבער אַ גרופּע מוסולמענישע יונגע־לײַט האָבן איבערגענומען דעם בנין, ביז די פּאָליציי האָט זיי אַוועקגעטריבן. ווען די פּאָליציי איז אַוועק האָבן די יונגע־לײַט זיך אומגעקערט און אונטערגעצונדן פֿײַערס איבער דער גאַנצער געגנט.

די ייִדן אין מאַלמאָ האַלטן, אַז איין סיבה פֿאַר וואָס די פּראָ־פּאַלעסטינער אין שוועדן זענען געוואָרן אַזוי אַגרעסיוו, איז די אַנטי־ציוניסטישע פּאָליטיק פֿון דער שוועדישער רעגירונג און פֿון דער געזעלשאַפֿט בכלל. הגם צוויי פּאַרטייען — די ליבעראַלע "פֿאָלקספּאַרטיי" און די "קריסטלעכע דעמאָקראַטן" — זענען פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל, זענען די אַנדערע שטאַרק קריטיש פֿון איר.

די שוועדישע פּאָליציאַנטן עוואַקויִרן די ייִדן דורך אַ זײַטיק געסל, לעבן דעם אַלטן שטאָטראַט־בנין
די שוועדישע פּאָליציאַנטן עוואַקויִרן די ייִדן דורך אַ זײַטיק געסל, לעבן דעם אַלטן שטאָטראַט־בנין
Fredrik Sieradzki

"די יונגע שוועדן זענען שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון דער לינק־געשטימטער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס סימפּאַטיזירט מיט די פּאַלעסטינער. דערצו איז די מעדיאַ 90% געשטימט קעגן ישׂראל," האָט קאָווערמאַן דערקלערט. ווי אַזוי איז עס געוואָרן אַזוי? במשך פֿון אַ סך יאָרן, זאָגט קאָווערמאַן, האָבן די פּראָ־פּאַלעסטינער באַוועגונגען אין שוועדן אַנטוויקלט אַ סטראַטעגיע צו פֿאַרנעמען די הויפּט־פּאָזיציעס אין דער מאַסן־מעדיאַ און אין די פּעדאַגאָגישע אינסטיטוציעס, כּדי צו שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער, וואָס באַשולדיקט ישׂראל אין די ליידן פֿון די פּאַלעסטינער.

אַ סך מענטשן מחוץ שוועדן זענען איבערראַשט ווען זיי אַנטדעקן די אַנטי־ציוניסטישע שטימונג פֿון דער שוועדישער פּרעסע. קאָווערמאַן האָט דערציילט, למשל, ווי די סעקרעטאַרשע פֿון אַ פּוילישן דיפּלאָמאַט, יאַרוסלאַוו וואַשינסקי, האָט אים לעצטנס געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: "איך האָב תּמיד פֿאַרשטאַנען, אַז די פּרעסע איז אין די הענט פֿון די ייִדן. אויב אַזוי, פֿאַר וואָס איז זי קעגן ישׂראל? ווי אַזוי קען דאָס זײַן?"

לויט אַן אַנקעטע פּובליקירט אין דער גרעסטער טאָגצײַטונג אין שוועדן, Dagens Nyheter, אין יאָר 2006, גלייבן 26% שוועדן, אַז די ייִדן האָבן אַ השפּעה אויף דער וועלט־עקאָנאָמיע, און 15% זאָגן, אַז זייער השפּעה איז צו גרויס. 14% גלייבן, אַז די ייִדן ניצן אויס דעם חורבן פֿאַר פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע סיבות.

די אַנטי־ישׂראלדיקע אַטמאָספֿער באַווײַזט זיך אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת די וועלט האָט אָפּגעמערקט דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, האָט די שוועדישע שטאָט לולעאַ באַשלאָסן צו אַנולירן אַ פּלאַנירטע הזכּרה־פּראָצעסיע, צוליב דער ישׂראלדיקער אַקציע אין ישׂראל. הגם אָפֿיציעל האָט די מוניציפּאַליטעט און דער אָרטיקער קלויסטער דערקלערט, אַז מע האָט אַנולירט די פּראָצעסיע צוליב זיכערהייט־זאָרגן, האָט אַ באַריכט אין "דזשערוזאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post) ציטירט אַ גײַסטיקן פֿירער און וואָרטזאָגער פֿונעם קלויסטער, באָ נאָרדין, וועלכער האָט בעת אַן אינטערוויו מיט דער שוועדישער נאַציאָנאַלער ראַדיאָ, דערקלערט: "ס׳איז פּשוט נישט אײַנגענעם אָפּצומערקן די קרבנות פֿונעם חורבן פּונקט איצט ווען מיר טרויערן איבערן טויט פֿון אַזוי פֿיל פּאַלעסטינער אין עזה."

במשך פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע, האָט מען אין דער שוועדישער מעדיאַ געהאַלטן אין איין רופֿן צו בויקאָטירן ישׂראלדיקע פּראָדוקטן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די שוועדישע צײַטונג "מעטראָ" געמאָלדן, אַז צוויי סופּערמאַרק־פֿירמעס, Lidl און ICA, האָבן באַצייכנט געוויסע פֿרוכטן ווי אימפּאָרטירטע פֿון שפּאַניע אָדער אַפֿריקע, ווען אין דער אמתן זענען זיי געווען פֿון ישׂראל. די וואָרטזאָגער פֿון די פֿירמעס האָבן זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז ס׳איז בלויז געווען אַ טעות.

די ייִדישע קהילה אין מאַלמאָ פּלאַנירט איצט אַ צווייטע פּראָ־ישׂראלדיקע מאַניפֿעסטאַציע אויף איבעראַכטאָג זונטיק, דעם 8טן פֿעברואַר. "דאָס מאָל האָפֿן מיר צוצוציִען דעם פּענטאַקאָסט־קירך, וואָס איז פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל, און אויך סתּם שוועדן," האָט פּאָזנער באַטאָנט. "מיר וועלן אַרויסהייבן דרײַ שטעלונגען: דאָס רעכט פֿון וואָרט־פֿרײַהייט, דאָס רעכט זיך צו פֿאַרזאַמלען, און דאָס רעכט פֿון ישׂראל צו עקזיסטירן."

"די מוסולמענער האָבן אַ רעכט צו דעמאָנסטרירן," האָט סיעראַדצקי באַטאָנט. "אָבער אַ דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט דאַרף אונדזער זיכערהייט אויך גאַראַנטירן."