אויף אַ קורצער צײַט זײַנען די צוויי לענדער־מיליטאַנטן, איראַן און צפֿון־קאָרעע, פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט די הויפּט־געשעענישן פֿון די לעצטע חדשים — די אַנטי־טעראָריסטישע אַקציע פֿון ישׂראל קעגן “כאַמאַס" און דאָס קומען אין “ווײַסן הויז" פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.
און אָט זײַנען זיי ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, שוין מיט אַ נײַעם כּוח און ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אומגעלומפּערטע און אומבאַהאָלפֿענע מעשׂים מצד די אייראָפּעיִ שע לענדער און דער בוש־אַדמיניסטראַציע. איראַן האָט געמאָלדן וועגן איר דערפֿאָלגרײַכן אַרויסשיסן אַ קינסטלעכן סאַטעליט “אַמיד"־האָפֿענונג און צפֿון־קאָרעע גרייט זיך אויסצופּרוּוון איר נײַע ראַקעטע, וואָס וועט קענען דערגרייכן ביז צו די מערבֿ־ברעגן פֿון אַמעריקע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ פּערספּעקטיוו, באַזאָרגט די מערבֿ־וועלט, ווי טעהעראַן זאָל נישט “גיסן האָניק" מיט אירע דערקלערונגען, אַז איר סאַטעליט וועט אויספֿירן “אויסשליסלעך פֿרידלעכע אויפֿגאַבעס". אייגנטלעך, גייט דאָך דאָ די רייד נישט אַזוי וועגן דעם סאַטעליט גופֿא, וואָס איז אין דער אמתן פֿון אַ פֿאַרעלטערטן און פּרימיטיוון טיפּ; וויכטיקער איז די ראַקעטע, וואָס האָט דעם דאָזיקע סאַטעליט אַרויפֿגעפֿירט אויף דעם אָרביט. ס’איז דאָך נישט קיין סוד, אַז אָנשטאָט אַ “פֿרידלעכן סאַטעליט", קאָן די ראַקעטע אָנגעלאָדן ווערן מיט אַן נוקלעאַרער באָמבע.
די אַגרעסיווקייט פֿון דער אויסגעהונגערטער צפֿון־קאָרעע, וואָס האָט ערשט מיט אַ וואָך צוריק דערקלערט, אַז זי רײַסט איבער אַלע אָפּמאַכן מיט איר שכנה, דרום־קאָרעע, געצילט אויף צו דערגרייכן עפּעס אַ שלום־פּשרה, ווײַל דער צפֿון־קאָרעער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט געפֿעלט נישט דער נײַער פּרעזידענט פֿון דורם־קאָרעע, דער קאָנסערוואַטאָר לי מען באַק.
די פֿאַרשלאָפֿענע אייראָפּעיִשע רעגירונגען הייבן זיך ביסלעכווײַז אָן אויפֿכאַפּן פֿון שלאָף און זיך רירן. וויפֿל צײַט ס’וועט בײַ זיי נעמען דאָס אויפֿצוּוועקן זיך ביזן סוף, ווענדט זיך פֿון דער אַקטיווקייט, מיט וועלכער טעהעראַן דערנעענטערט זיך צו איר ציל — צו שאַפֿן אַן אַטאָם־געווער און איבערנעמען דעם אויבנאָן אין מיטעלן מיזרח; און צפֿון־קאָרעע צו איר ציל — צו שאַפֿן אַ סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטע, וואָס איז פֿעיִק בײַצוקומען אַ מהלך פֿון איבער 6 טויזנט קילאָמעטער און דערנאָך שאַנטאַזשירן אירע נאָענטע און ווײַטע שׂונאים.
ווײַסרוסלאַנד: צווישן בענקלעך, אָדער אויף צוויי בענקלעך?
דער ווײַסרוסישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ, איז באַקאַנט איבער דער מערבֿ־וועלט ווי אַ פֿאַרביסענער דיקטאַטאָר, מיט אַ פּסיכאָלאָגיע פֿון אַ סאָוועטישן פּויער. ווײַסרוסלאַנד, וואָס געפֿינט זיך געאָגראַפֿיש אַקוראַט צווישן מערבֿ און רוסלאַנד, איז אַ מין סטראַטעגיש פּלאַץ, וואָס ביידע צדדים, סײַ דער מערבֿ און סײַ רוסלאַנד, זײַנען פֿאַראינטערעסירט עס אויסנוצן, קודם־כּל, פֿאַר זייערע מיליטערישע צוועקן.
לוקאַשענקאָ פֿאַרשטייט עס אַוודאי און נוצט עס גוט אויס. זיצנדיק אַ געוויסע צײַט צווישן די בענקלעך, און אָפּטיילנדיק זיך מיט אַ וואַנט פֿון אַ דיקטאַטאָרישער אומאָפּהענגיקייט, האָט ער דערדריקט אין זײַן לאַנד יעדן סימן פֿון פֿרײַהייט, צעטריבן און אײַנגעזעצט די אָפּאָזיציע־לידערס, און זיך אויסגעפֿײַפֿט אויף אַלע בויקאָטן און פֿאַרווערן, וואָס דער מערבֿ האָט אויף אים און זײַן ממשלה אַרויפֿגעלייגט.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט לוקאַשענקאָ געפֿירט אַ שפּיל מיט דער רוסלענדישער רעגירונג, זײַענדיק לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט צו באַקומען פֿון רוסלאַנד נאַפֿט און גאַז פֿאַר אַ נידעריקער פּרײַז און צו באַנײַען דעם פֿאַרעלטערטן וואָפֿן־אַרסענאַל פֿון ווײַסרוסלאַנדס מיליטער.
לעצטנס, האָט ער געביטן זײַן פּאָזיציע, און פֿון צווישן די בענקלעך זיך אַריבער צו זיצן אויף צוויי בענקלעך. דאָס מיינט, אַז ער האָט אַ ביסל אָפּגעלאָזט די וואַשקעס, לטובֿת דעם מערבֿ, וואָס שייך דער אָפּאָזיציע און באַלד באַקומען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן וואַלוטע־באַנק אַ קרעדיט אויף 2,5 מיליאַרד דאָלאַר.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט ער אונטערגעשריבן מיטן רוסלענדישן פּרעזידענט, מעדוועדיעוו אַן אָפּמאַך וועגן אַ שותּפֿות אָפּצוהיטן זייער גרענעצן, ווי אויך צו שאַפֿן אַ געאייניקטע סיסטעם פֿון קעגנלופֿט־באַשיצונג. ווי אַ צוגאָב צו אַזאַ אָפּמאַך וועט ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביליקן גאַז — 160־170$ פֿאַר טויזנט קוביקס (אין פֿאַרגלײַך מיט אוקראַיִנע — 360$ פֿאַר טויזנט קוביקס); און דערצו נאָך אַ קרעדיט פֿון עטלעכע צענדליק ביליאָן רובל.
וואָס מיינט, צו האָבן אַ געזונטן, ברייטן תּ־ת!