צו זײַן 45סטער יאָרצײַט
משה באַסין איז געווען מער באַקאַנט ווי דער קאָמפּילאַטאָר פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער דיכטונג איידער ווי אַ פּאָעט. זײַנע צוויי אַנטאָלאָגיעס זײַנען געווען און פֿאַרבליבן וויכטיקע מקורות פֿון ווייניק באַקאַנטע ווערק, און זײַנען צו נוץ געקומען מער ווי איין מאָל דעם איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון די "פּערל". די אַנטאָלאָגיעס זײַנען: "500 יאָר ייִדישע פּאָעזיע" (מיט הערות פֿון ב. באָראָכאָוו), 1917, צווייטע אויפֿלאַגע, 1922) און "אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע", 1940.
משה באַסין איז אויך געווען דער מחבר פֿון אַ זינגליד "זמרל" וואָס יוסף רומשינסקי האָט באַקליידט מיט מוזיק. דאָס ליד איז געווען אין דעם רעפּערטואַר פֿון דעם באַרימטן זינגער סידאָר בעלאַרסקי. די ווערטער זײַנען:
איך וועל אַ זמרל זינגען, גאָטעניו!
איך וועל דיר זינגען — פֿון דײַן שוסטערל:
גייט אַ שוסטערל אין וועג באַגינען,
שוסטערל, מײַן שוסטערל, וווּ גייסטו?
איך גיי, איך גיי
פֿאַר ווײַב און קינד אויף ברויט פֿאַרדינען,
שוסטערל, מײַן שוסטערל, וואָס נייסטו?
איך ניי, איך ניי
פֿאַר מענטשן אָרעמע טשאַבאָטעס;
גאָטס קינדער גייען, נעבעך, באָרוועס,
און די וועלט איז פֿול מיט בלאָטעס.
איך וועל אַ זמרל דיר זינגען, גאָטעניו!
איך וועל דיר זינגען — פֿון דײַן סוחרל:
פֿאָרט אַ סוחרל אין וועג באַגינען:
סוחרל, מײַן סוחרל, וווּ פֿאָרסטו?
איך פֿאָר, איך פֿאָר
גאָטס בידנע מענטשן צו באַדינען.
סוחרל, מײַן סוחרל, וואָס פֿירסטו?
איך פֿיר, איך פֿיר
דעם שור־הבר מיט דעם לויתן —
גאָטס קינדער לײַדן, נעבעך, הונגער —
וועט אויף דער וועלט זײַן שׂימחה־ושׂשׂון.
איך וועל אַ זמרל דיר זינגען, גאָטעניו!
איך וועל דיר זינגען — פֿון דײַן מלמדל.
יאָגט אַ מלמדל אין וועג באַגינען.
מלמדל, מײַן מלמדל, וווּ יאָגסטו?
— איך יאָג, איך יאָג
דאָס האַרץ פֿון מענטשן צו געווינען.
מלמדל, מײַן מלמדל, וואָס טראָגסטו?
איך טראָג, איך טראָג —
גאָטס תּורה טראָג איך שטאָלץ און מונטער,
עס זאָל די וועלט, די וועלט חלילה,
פֿון דרך־הישר ניט אַרונטער.
איך וועל אַ זמרל דיר זינגען, גאָטעניו!
איך וועל דיר זינגען פֿון דײַן קלעזמערל.
שפּאַנט אַ קלעזמערל, פֿאַרבענקט, באַגינען.
קלעזמערל, מײַן קלעזמערל, וואָס בענקסטו?
איך בענק, איך בענק —
דאָס לאַנד פֿון וווּנדער צו געפֿינען.
קלעזמערל, מײַן קלעזמערל, וואָס ברענגסטו?
איך ברענג, איך ברענג
דאָס פֿידעלע פֿון דוד המלך,
אַ לידעלע דער וועלט צו שפּילן,
אַז אויפֿן האַרץ זאָל ווערן פֿריילעך.
אין אַ צווייטן ליד געשריבן, אין אַ פֿאָלקסטאָן מיט די שורות פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, מאָלט ער אויס דעם טרויער און די יונגע פֿרייד:
אויפֿן הויכן באַרג, אויפֿן גרינעם באַרג,
שטייט אַ ווײַסער מויער,
אונטן באַרג־אַראָפּ, טיפֿער באַרג־אַראָפּ,
וווינט דער גרויסער טרויער.
ניט אַזוי דער ווײַסער מויער
ווי דאָס פֿרייד, דאָס קינדיש ווײַסע,
ניט אַזוי אַליין דאָס טרויער,
ווי די טרויעריקע מעשׂה.
אויפֿן הויכן באַרג, אויפֿן גרינעם באַרג,
שפּילן קינדער קליינע,
אונטן באַרג־אַראָפּ, טיפֿער באַרג־אַראָפּ,
אַלטע לײַט אַזוינע.
ניט אַזוי די קליינע קינדער,
ווי די ליבע קינדער־יאָרן,
ניט אַזוי די גרויע עלטער,
ווי דאָס באַרג־אַראָפּ צו פֿאָרן.
אויפֿן הויכן באַרג, אויפֿן גרינעם באַרג,
יאָגט אַ יונגער רײַטער.
אונטן באַרג־אַראָפּ, טיפֿער באַרג־אַראָפּ,
ציט אַ וועג אַ ווײַטער.
ניט אַזוי דער יונגער רײַטער,
ווי די יונגע פֿרייד־באַגערן,
ניט אַזוי דער וועג דער ווײַטער,
ווי די לאַנגע נאַכט אָן שטערן.
משה באַסין איז געבוירן געוואָרן אין ניווקעס, האָמליער קרײַז, ווײַסרוסלאַנד. ער האָט זיך געלערנט אין חדר און זײַן ווײַטערדיקע בילדונג איז געווען אויטאָדידאַקטיש. אין 1907 האָט ער געדינט אין מיליטער, וווּ ער האָט געפּרוּווט פֿירן רעוואָלוציאָנערע פּראָפּאַגאַנדע צווישן די סאָלדאַטן און ווערט אויפֿגעדעקט. ער דעזערטירט און אַנטלויפֿט קיין אַמעריקע אין 1907. ער דרוקט לידער, פּאָעמעס, עסייען, קינדער־מעשׂיות אין פֿערזן אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. ער איז געשטאָרבן אין 1963.