- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר קומט עס פֿאָר פֿאַר די ייִדישע יום־טובֿים, און ס‘איז שוין אַרײַן אין שטייגער פֿונעם ישׂראל־לעבן. קיין אויסנאַם איז עס נישט געוואָרן אויך די איצטיקע יום־טובֿים, און מיר לייענען אין די לעצטע ידיעות, אַז לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿונעם שוץ־מיניסטער, וועט פֿונעם 13טן ביזן 21סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף די טעג פֿון יום־טובֿ סוכּות, אײַנגעפֿירט ווערן אַ "פֿולע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע". מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק געבראַכט זייער 1/2־2 יאָריק קינד קיין אַמעריקע אויף אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דאָס קינד האָט געהאַט אַ טומאָר אין מוח, און דער איינציקער דאָקטער וואָס איז געווען גרייט עס צו אָפּערירן האָט זיך געפֿונען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. די משפּחה האָט אָבער נישט געהאַט קיין קרובֿים אָדער גוטע פֿרײַנד אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, וואָס זאָלן זיי בײַשטיין במשך פֿון דער שווערער צײַט. טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל. די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד. אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, איז דער יום-טובֿ סוכּות אַ המשך פֿון די ימים-נוראָים. ראָש-השנה און יום-כּיפּור, דורך דער עבֿודת-התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער פּרשה "אַחרי מות", וווּ עס ווערן באַשריבן די יום-כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: "לפֿני השם תטהרו" — "איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג-ט". על-פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט. אָנהייב חודש איז דער ייִדישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר פֿון אוקראַיִנע, אַרקאַדי גענדלער, געווען עטלעכע טעג אין ווין.זײַנע אויפֿטריטן זײַנען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון ראָמאַן גרינבערגן, דעם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם "ווינער ייִדישן כאָר". זונטיק, דעם 5טן אָקטאָבער, איז פֿאָרגעקומען גענדלערס קאָנצערט מיטן כאָר. גענדלער איז גוט באַקאַנט אין דער סבֿיבֿה פֿון קלעזמער־ענטוזיאַסטן. אויך ראָמאַן גרינבערג האָט זיך באַקענט מיט אים אויפֿן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין פּעטערבורג מיט עטלעכע יאָר צוריק און דערנאָך אויסגעלערנט מיטן כאָר גענדלערס ליד "זינגט אויף ייִדיש". עס איז גוט באַקאַנט, אַז די רוסישע ייִדן האָבן זיך שטאַרק געהאַלטן בײַ זייער גלויבן. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך צומאָל געשמדט, ווער אונטער דעם דרוק פֿון רדיפֿות און גזירות, ווער צוליב קאַריערע, און ווער צוליב ליבע. אייניקע פֿון זיי האָבן דערגרייכט די סאַמע הויכע פֿענצטער פֿון דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע און ביוראָקראַטיע. ניט זעלטן האָבן זיי געוואָלט העלפֿן זייערע אַמאָליקע ייִדישע ברידער און אַפֿילו געהאַלטן זיך אַליין פֿאַר ייִדן. און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן. אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds). זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד. |