טעאַטער
טובֿה פֿעלדשו שטייט די צווייטע פֿון רעכטס אין אַ סצענע פֿון "אירענאַס צוזאָג"
טובֿה פֿעלדשו שטייט די צווייטע פֿון רעכטס אין אַ סצענע פֿון "אירענאַס צוזאָג"
Credit: Carol Rosegg

טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ פּראָסט און פּשוט פּויליש, קאַטויליש צוואַנציק־יאָריק מיידל, וועלכע האָט געראַטעוועט צוועלף ייִדן אין דער צײַט פֿון חורבן. ווי אַזוי איז איר געלונגען אַזאַ אויפֿטו? דאָס איז דער שטאָף פֿון דער דראַמע "אירענאַס צוזאָג" (Irena’s Vow). די פֿרוי אירענאַ גוט־אַפּדײַק, איז געבוירן געוואָרן אין 1918 אין שטעטעלע קאָזשעניץ, פּוילן, און געשטאָרבן אין אַמעריקע אין 2003.

פֿאַרשטייט זיך, אַז טובֿה פֿעלדשו שפּילט די הויפּט־ראָלע אויסגעצייכנט. זי, ווי אירענאַ, דערציילט אַז זי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּוילישער אונטערגרונט־באַוועגונג, וווּ מען האָט זי געצוווּנגען צו אַרבעטן אין אַ רוסישער מעדיצינישער אָפּטיילונג, וווּ די רוסישע סאָלדאַטן האָבן זי באַמערקט, האָבן זיי זי געשענדט און צעשלאָגן. זי איז אַנטלאָפֿן און אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן. מען האָט זי געצוווּנגען צו אַרבעטן אין אַן אַמוניציע־פֿאַבריק. דערווײַל האָט אויף איר געוואָרפֿן אַן אויג דער עלטערער עס־עס־אָפֿיציר עדואַר רודעגער (טאָמאַס רײַען), וועלכער האָט זי באַפֿרײַט פֿון דער שווערער אַרבעט און איר לײַכטער געמאַכט דאָס לעבן. זי האָט פֿון דערווײַטנס געזען די ייִדישע געטאָ און זיי אונטערגעוואָרפֿן עסן. ווען דער עס־עס־אָפֿיציר איז איבערגעפֿירט געוואָרן קיין לעמבערג און שפּעטער קיין טאַרנאָפּאָל, האָט ער מיטגענומען אירענאַן מיט זיך און זי געמאַכט פֿאַר אַ קעכין און אויפֿפּאַסערקע איבער זײַן הויז. זי האָט זיך אָנגעשטויסן אין אַ טוץ ייִדן אין דער וועשערײַ און ווען זי האָט געהערט אַז מען גייט זיי דעפּאָרטירן אין די טויט־לאַגערן האָט זי זיך אונטערגענומען זיי צו באַהאַלטן אין קעלער פֿון דעם עס־עס־אָפֿיציר. דאָרט האָט זי זיי געפּילנעוועט מיט עסן און קליידונג. דאָרט איז בײַ אַ פּאָרפֿאָלק געבוירן געוואָרן אַן עופֿעלע.

מיט איין וואָרט, אירענאַ האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן אַן אמתע פּוילישע העלדין. זי האָט אָבער קיינעם דערפֿון נישט דערציילט. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך רעפּאַטריִיִרט מיט אַנדערע נישט־ייִדישע פּליטים און זיך באַזעצט אין איינעם פֿון די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיט איר צוקונפֿטיקן מאַן, וויליאַם אַפּדײַק, אַן אָנגעשטעלטן אין דער "יו־ען", און זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע. זי האָט נישט גערעדט וועגן די מלחמה־יאָרן ביז איין טאָג, ווען דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען. מען האָט געמאַכט אַ פֿאָרשונג וואָס האָט געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז דער חורבן איז בכלל נישט פֿאָרגעקומען. ערשט דעמאָלט האָט זי גענומען אויפֿטרעטן אין פֿאָלקסשולן און אויסדערציילט איר לײַדנסוועג. אין 1982 איז אירענאַ באַערט געוואָרן פֿון דער ישׂראלדיקער חורבן־קאָמיסיע, און באַקומען ישׂראלס העכסטע אויסצייכענונג אין אַ צערעמאָניע אין ירושלימס "יד־ושם". ביז אַהער, אַ פּאָר פּרטים פֿון דער פֿאָרשטעלונג און אירענאַס געשיכטע.

פֿאַר דעם ווי די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געעפֿנט, האָט טובֿה פֿעלדשו אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין פּוילן, בעסער צו פֿאַרשטיין איר קאָמפּליציטע ראָלע. דאָרט האָט זי זיך אָנגעשטויסן אינעם אַלטן, פּוילישן, אײַנגעבאַקענעם אַנטיסעמיטיזם. זי דערציילט:

"פּוילן איז אַ שיין לאַנד און דאָס אייגענע ווען עס קומט צו קראָקע. איך מוז אָבער צוגעבן, אַז איך האָב דאָרט געזען אַן אויסגעשניצטע סטאַטועטקע פֿון אַ ייִדן וואָס ציילט געלט. ‘וואָס איז דאָס?’ — האָב איך געפֿרעגט דערשטוינט דעם פּאָליאַק, וועלכער האָט מיר אָן שום צערעמאָניעס דערלאַנגט דעם ראַציאָנאַל, אַז די ייִדן טויגן זיך גוט אויס אויף געלט. האָב איך אים געזאָגט, אַז אין מײַן לאַנד רופֿט מען אַזאַ זאַך ראַסיסטישע דיסקרימינאַציע. דער פּאָליאַק האָט קיין פּינטל נישט געטאָן מיטן אויג און צוגעגעבן ‘פֿאַרוואָס? מיר קענען אויסשניצן פֿון האָלץ אַ סטאַטוע פֿון אַן אַראַבער וואָס שטייט לעבן אַ נאַפֿט־ברונעם.’"

דער מיטשמועסער האָט איר אָנגעוויזן, אַז די באַציִונג צווישן ייִד און די פּאָליאַקן אין פּוילן איז געווען אַ קאָנטראָוועסיעלע, וואָס אויף דעם האָט טובֿה פֿעלדשו געענטפֿערט בזה־הלשון:

"פּוילן איז געווען דאָס איינציקע לאַנד וווּ העלפֿן אַ ייִדן האָט געדראָט מיט טויטשטראָף אין צײַט פֿון דער מלחמה. די פּאָליאַקן וואָס האָבן געהאָלפֿן ייִדן האָבן געצאָלט מיטן לעבן. און עס איז באַקאַנט, אַז טויזנטער ייִדן וואָס האָבן זיך אומגעקערט קיין פּוילן נאָך דער מלחמה און אַוועק זיך אומקוקן אין זייערע שטעטלעך צי עמעצער האָט זיך געראַטעוועט, זײַנען די פּאָליאַקן זיי באַפֿאַלן און געטויט. אָבער לאָמיר נישט פֿאַרקוקן די טויזנטער רעקאָרדירטע אַקטן פֿון העלדישקייט אין פּוילן צו ראַטעווען די קרבנות פֿונעם "רײַך", צווישן זיי ייִדן, ציגײַנער, האָמאָסעקסואַלן און קאָמוניסטן. דער ‘פּוילישער קולטור־אינסטיטוט’ האָט אונדז באַוויליקט פֿאָנדן. שפּעטער האָט זיך באַוויזן אַ מענטש מיטן נאָמען סטען רײַף, וועלכער האָט אונדז באמת געשטיצט".

ליבע פֿרײַנד, זיכער האָט דער "פּוילישער קולטור־אינסטיטוט" געהאָלפֿן מיט פֿאָנדן, ווײַל זייער רעפּוטאַציע איז אין דר’ערד. עס וועט נאָך קומען אַ צײַט ווען די פּאָליאַקן וועלן זיך אויסשיילן ווי די רעטער פֿון פּוילישן ייִדנטום, די דײַטשן — ווי די אומשולדיקע בײַשטענדלער, די אוקראַיִנער — ווי די גאָט די נשמה שולדיק, און "באַבי־יאַר" — איז אַ בײַקע; די ליטווינער — ווי קוק מיך אָן און ריר מיך נישט אָן, און "פּאָנאַר" איז נישט מער ווי אַ שיין בערגל אין וואַלד; די רומענער — אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה, און טראַנסניסטריע איז אַ וווּנדערלעכער קוראָרט; אונגאַרער — מיט זייערע "נילאַשעס". און אַזוי, ליבע פֿרײַנד, וועט מען, אָפּלייקענען, מאַכן צו קליינגעלט אונדזער אומקום אין אייראָפּע, וווּ כּמעט יעדעס פֿאָלק האָט געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין אונדזער טראַגעדיע.

הײַנט די פּאָליאַקן האָבן אַפֿילו נישט אין זינען צו אָנערקענען זייער ראָלע אין אונדזער אומקום. טויזנט יאָר ייִדיש לעבן אין פּוילן, און וואָס פֿאַר אַ סימנים זײַנען פֿאַרבליבן אין קראָקע? פּאָרטרעטן פֿון ייִדן מיט בערד און פּאות, אין שטרײַמלעך וואָס פֿאַרקויפֿן זיך פֿאַר זלאָטעס. פּטור געוואָרן פֿון דרײַ און אַ האַלב מיליאָן פּוילישע ייִדן. הײַנט מאַכט מען אַ לעבן פֿון סטאַטועס און פּאָרטרעטן, קלעזמער וואָס קומען משׂמח זײַן די טוריסטן פֿון קראָקע, כּשרע רעסטאָראַנען פֿאַר ייִדן וואָס ווילן פֿאַרזוכן געפֿילטע פֿיש. און דאָס פֿאַרווייטיקסטע און דאָס שרעקלעכסטע איז דאָס וואָס מען האָט אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישן מוזיי אין וואַרשע פֿאַר אַ טויט פֿאָלק. ווער קומט אַהין? די פּאָליאַקן? אַן אויסגעבלאָזן איי. די אַמעריקאַנער טוריסטן, וואָס לייגן צו אַ האַנט צו דער פּוילישער עקאָנאָמיע, און די ייִדן וואָס האָבן בײַגעשטײַערט צום אויסגעהרגעטן פּוילישן ייִדנטום; מעגן זיי זיך שעמען אין זייער ווײַטן האַלדז אַרײַן. אפֿשר האָבן זיי זיך נישט אָנגעליטן און נישט דורכגעמאַכט דעם דערנער־וועג פֿון די פּוילישע ייִדן. אַנשטאָט דעם וואָלט מען אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע טאָגשול אין זייער אַמעריקע, אַ ייִדישן טעאַטער, געשטיצט אַ ייִדישע פּרעסע.

און דאָס אייגענע איז אין ווילנע. אויף דער הויפּטגאַס פֿאַרקויפֿן זיך אַלערליי חפֿצים. צווישן זיי האָב איך געזען מנורות, שבת־לײַכטער און ספֿרים, אָנגעגנבֿעטע פֿון די אומגעקומענע ייִדן. פּטור געוואָרן פֿון די ייִדן, פֿון דעם ריזיקן פֿאַרנעם וואָס ייִדן האָבן אַרײַנגעברענגט אין די לענדער, סײַ עקאָנאָמיש, סײַ קולטורעל, סײַ מוזיקאַליש, סײַ אינטעלעקטועל. הײַנט איז די פּוילישע און ליטווישע לופֿט אויסגעליידיקט, פּוסט, טרויעריק. ס’פֿעלט דער ייִדישער קאָלאָריט, דער הו־האַ, די צײַטונגען, די פּרעסע, דער טעאַטער, דער ייִדישער ניגון. אויסגעלאָשן אויף טויזנט יאָר.

מײַן גוטער פֿרײַנד דוד געווירצמאַן, דער מאַן פֿון מײַן גוטער חבֿרטע ליליען, דערציילט מיר אַז אינעם קליינעם שטעטעלע אין פּוילן האָט זײַן טאַטע געקענט אַ פּאָליאַק, מיט וועלכן ער האָט געפֿירט געשעפֿטן פֿאַר דער מלחמה און אים צוגעזאָגט געלט אויב ער וועט די משפּחה באַהאַלטן בײַ זיך, אונטערן חזיר־שמאַלץ. פֿאַר זײַן אַכט־יאָריק ברודערל איז שוין נישט געבליבן קיין אָרט אין דער גרוב, האָט ער אָפּגעפֿינצטערט צוויי יאָר צײַט אין אַ שטרוי־סטויג. ווען ער איז אַרויסגעקומען האָט ער נישט געקענט גיין און נישט געקענט זען. ווען דאָס געלט איז אויסגערונען האָט דער פּאָליאַק באַקומען מורא, אַז מען וועט אים כאַפּן. אַ מזל, ס’האָט שוין געהאַלטן בײַם סוף פֿון קריג און די משפּחה האָט זיך געראַטעוועט. זיכער איז דער פּאָליאַק געווען אַ העלד. אָבער ווען דאָס געלט איז אויסגערונען איז זײַן העלדישקייט אויסגערונען צוזאַמען מיטן געלט.

דעריבער מוז מען זײַן פֿאָרזיכטיק מיט די מעמואַרן פֿון די אומות־העולם וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן. וויפֿל איז אין דעם פֿאַראַן אמת? וויפֿל שפּילט שוין צו די פֿאַנטאַזיע און דער קינסטלערישער מאָמענט פֿונעם דראַמאַטורג. מען קען נישט אָפּלייקענען יענע פּאָליאַקן וואָס שטעלן זיך צו נאָך אַלעמען, צום וואָגשאָל פֿון גוטסקייט און העלדישקייט, און מען דאַרף זיי אָפּגעבן כּבֿוד פֿאַר זייער מוט, אויף וויפֿל זיי האָבן עס אַרויסגעוויזן. אָבער מען מוז עס אויך דעשיפֿרירן און נישט אָננעמען בלינדערהייט פֿאַר גוט־געלט.

ליבע פֿרײַנד, ווען עס האַנדלט זיך וועגן פּוילן קען איך בשום־אופֿן נישט זײַן נייטראַל. ווען עס האַנדלט זיך וועגן טעאַטער קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז די פּיעסע איז אַ געלונגענע צוליב דער הויפּט־אַקטריסע טובֿה פֿעלדשו. צוליב דער פּיעסע וואָס ס’האָט אָנגעשריבן גאָרדאָן, די רעזשי פֿון מײַקל פּאַרוואַ, די מוזיק פֿון קווענטין טשיאַפּעטאַ און דאָס שפּילן פֿון די צען באַגאַבטע און געלונגענע אַקטיאָרן וואָס ווײַזן אַרויס אײַנגעהאַלטנקייט בײַם שפּילן. און נישט איין מאָל גייט אַדורך אַ ציטער בײַם עולם בעת מען אַנטדעקט דעם קעלער מיט די באַהאַלטענע ייִדן. די פּיעסע ווערט געשפּילט אין "באַרוך פּערפֿאָרמינג אַרטס־סענטער," אויף דער 25סטער גאַס און לעקסינגטאַן־עוועניו אין מאַנהעטן. פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג, ווײַל זי איז אַ געלונגענע און דער עיקר, דאַרף מען האַלטן אַן אויג אויף אַזעלכע פּיעסעס, ווײַל מען טאָר נישט פֿאַרגעסן.