אַ סצענע פֿונעם פֿילם "כראָניק פֿון ליבע־אַפֿערעס" |
די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד.
דאָס יאָר האָט ווײַדאַ אַרויסגעלאָזט זײַן נײַסטן פֿילם "קאַטין", וועגן דעם מאַסן־מאָרד פֿון טויזנטער פּוילישע (און ייִדישע) אָפֿיצירן, דורכגעפֿירט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. צווישן די קרבנות איז געווען ווײַדאַס טאַטע.
אַנדזשיי ווײַדאַ איז געבוירן געוואָרן אין סוּוואַלק, פּוילן, אין 1926, און האָט שטודירט אין דער קראָקעווער קונסט־אַקאַדעמיע פֿון 1946 ביז 1949. אין יאָר 1953 האָט ער פֿאַרענדיקט די פֿילם־אַקאַדעמיע אין לאָדזש און במשך פֿון די פֿינעף יאָר נאָך זײַן גראַדויִרונג געמאַכט אַ פֿילם־טרילאָגיע וועגן פּוילן בעת און נאָך דער מלחמה ("אַ דור", "קאַנאַל" און "אַש און דימענטן"), וואָס אַ דאַנק דעם ווערק איז ער דעמאָלט באַקרוינט געוואָרן ווי דער נײַער גרויסער פֿילם־רעזשיסאָר אין לאַנד און דער גרינדער פֿון אַ "פּוילישער שול" פֿון קינאָקונסט. זײַנע פֿילמען האָבן תּמיד אָפּגעשפּיגלט די פּוילישע געזעלשאַפֿט ווי זייער אַ קאָמפּליצירט לאַנד, פֿול מיט לויטער העלדן, ווי עס איז געווען דער נוסח אין דער סאָוועטישער קינאָ־שיטה נאָך דער מלחמה.
ווײַדאַ האָט געמאַכט עטלעכע אינטערעסאַנטע פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט ווי "קאָרטשאַק" (1990) וועגן דעם באַקאַנטן ייִדישן פּעדאַגאָג, וואָס איז געווען אין גאַנצן איבערגעגעבן זײַנע קינדער אין בית־יתומים. ווײַדאַ ווײַזט דאָס שרעקלעכע לעבן אין דער וואַרשעווער געטאָ און האָט משפּיע געווען אויף סטיווען שפּילבערגס פֿילם "שינדלערס ליסטע". ייִדן ווערן אויך פֿאָרגעשטעלט אין ווײַדאַס באַאַרבעטונג פֿון אַדאַם מיצקעוויטשעס שעדעווער "פּאַן טאַדעוּש", וועלכע איז געווען זײַן גרעסטער פֿינאַנציעלער סוקצעס. אין "שמשון" (1961) ווערט אַ יונגער ייִד אַרעסטירט, נאָך דעם ווי ער צעשלאָגט אַ סטודענט אויף טויט. ווען די דײַטשן אַטאַקירן פּוילן באַפֿרײַט ער זיך, אָבער דאַרף באַשליסן וואָס צו טאָן ווײַטער.
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "די בערעזע" |
אינעם פֿילם "הייליקע וואָך" (1995) באַזירט אויף זשערזי אַנדרזשעווסקיס דערציילונג, דערציילט מען די געשיכטע פֿון אַ פּאָליאַק, וועלכער דאַרף באַשליסן, צי ער זאָל העלפֿן אויסבאַהאַלטן אַ ייִדישקע בעתן חורבן. נאָך דעם ווי ער נעמט זי אַרײַן, דאַרף ער ווײַטער באַשליסן וועגן זײַן און איר גורל. דער ענין ייִדישע־קריסטלעכע באַציִונגען אין פּוילן בעתן חורבן ברענגט נאָך אַרויס קאָנטראָווערסיע אין דער הײַנטיקער פּוילישער געזעלשאַפֿט. וועגן די שווערע באַשלוסן, וואָס דער מענטש דאַרף מאַכן אין דער וועלט, האָט ער אויך באַהאַנדלט אין זײַן פֿילם וועגן דעם רוימישן פּילאַט אין דער צײַט פֿון יעזוס, אַ פֿילם וואָס, פֿאַרשטייט זיך, האָט אויך צו טאָן מיט ייִדן.
ווײַדאַס וויזיע אין זײַנע פֿילמען זענען אָפֿט געקומען אין סתּירה מיט דער אָנגענומענער פּערספּעקטיוו אין דער פּוילישער קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט, אָבער ער האָט באַוויזן "צו פֿאַרברייטערן די גרענעצן פֿון פֿרײַהייט, די גרענעצן פֿון דער צענזור". אין אַן אינטערוויו אין 2006 האָט ער געזאָגט, אַז "מיר האָבן קיין מאָל נישט געטראַכט, אַז מיר וועלן זען דעם אונטערגאַנג פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זען אַ באַפֿרײַטן פּוילן, האָבן מיר נאָר געהאָפֿט, אַז מיר קענען אַרײַנלאָזן אַן אַנדער וויזיע, די פּאַרטיי זאָל הערן דאָס קול פֿון דער געזעלשאַפֿט אונטער איר ממשלה".
נאָך זײַנע ערשטע מײַסטערווערק אין די 1950ער יאָרן האָט דער רעזשיסאָר ווידער באַרירט די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה אין אַזוינע פֿילמען ווי "לאָטנע" (1959) און אויך געוויזן אַנדערע וויכטיקע מאָמענטן אין דער פּוילישער געשיכטע. "אַשן" (1965) איז געווען אַ קאָנטראָווערסיעלער פֿילם וועגן דער באַטייליקונג פֿון פּוילן אין די נאַפּאָלעאַנישע מלחמות. איין פּוילישער קריטיקער האָט צו יענער צײַט געשריבן — "איך האָב געציטערט, ווען איך האָב געטראַכט, אַז איך בין פֿונעם זעלביקן פֿאָלק וואָס ווערט געוויזן אויפֿן עקראַן".
ווײַדאַ האָט אויך באַאַרבעט די ליטעראַרישע ווערק פֿון דער קלאַסישער פּוילישער ליטעראַטור ווי "די חתונה" ("וועסעלע") פֿון סטאַניסלאַוו וויספּיאַנסקיס דראַמע, וועלכע מע האַלט, אַגבֿ, האָט באַאײַנפֿלוסט י. ל. פּרצעס דראַמע "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק". פֿאַרן פֿילם "די נקמה" (2002), באַאַרבעט פֿון אַלעקסאַנדער פֿרעדראָס‘ דראַמע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט ער געוווּנען אַן "אָסקאָר"־נאָמינאַציע. פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור האָט ער באַאַרבעט טאַדעוּש קאָנוויקיס ראָמאַן "כראָניק פֿון ליבע־אַפֿערעס" (1986) וועגן דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין ווילנע.
אין זײַנע פּאָפּולערע פֿילמען "מאַן פֿון מירמלשטיין" (1977), "מאַן פֿון אײַזן" (1981) האָט ער באַטראַכט די פּוילישע געזעלשאַפֿט פֿון די 1950ער יאָרן, דאָס לעבן פֿונעם אַרבעטער, און דעם אויפֿשטײַג פֿון דער "סאָלידאַריטעט"־באַוועגונג.
דער פֿעסטיוואַל פֿון ווײַדאַ־פֿילמען וועט אָנגיין פֿונעם 17טן אָקטאָבער ביזן 13טן נאָוועמבער בײַם "וואָלטער־ריד־טעאַטער" אין לינקאָלן־סקווער, ניו־יאָרק, 165 וועסט 65סטע גאַס, לעבן אַמסטערדאַם־עוועניו.