יעדעס יאָר קומט עס פֿאָר פֿאַר די ייִדישע יום־טובֿים, און ס‘איז שוין אַרײַן אין שטייגער פֿונעם ישׂראל־לעבן. קיין אויסנאַם איז עס נישט געוואָרן אויך די איצטיקע יום־טובֿים, און מיר לייענען אין די לעצטע ידיעות, אַז לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿונעם שוץ־מיניסטער, וועט פֿונעם 13טן ביזן 21סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף די טעג פֿון יום־טובֿ סוכּות, אײַנגעפֿירט ווערן אַ "פֿולע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע".
ווער האָט פֿאַר וועמען מורא און ווער פֿון וועמען בלאָקירט זיך? די פֿראַגע וואָלט געקלונגען רעטאָריש, ווען מיר וואָלטן נישט געווען קיין עדות פֿון צענדליקער טעראָריסטישע אַטאַקן מצד די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן, וואָס אַקטיוויזירן זיך דווקא בעת די ייִדישע יום־טובֿים, ווען די באַפֿעלקערונג באַמיט זיך אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם בעת די קורצע שׂימחות. מיר וועלן דאָ דערמאָנען בלויז די טעראָריסטישע אַטאַקן אין סיני אין יאָר 2004, דווקא אויף סוכּות, ווען עס זײַנען אומגעקומען איבער 30 טוריסטן, ס‘רובֿ ישׂראלים.
הײַיאָר איז דער אומגליק געקומען נישט פֿון יענער זײַט בלאָקאַדע, נאָר דווקא פֿון אינעווייניק. מיר מיינען דעם פּאָגראָם, וואָס האָט אויסגעבראָכן אויף יום־כּיפּור אין דער געמישטער ייִדיש־אַראַבישער שטאָט עכּו. ס‘איז נאָך נישט געווען אין דער רײַכער פּאָגראָם־געשיכטע פֿון ייִדן אַ פּאָגראָם ער זאָל נישט האָבן זײַן פּראָוואָקאַטאָר. דער מעכאַניזם פֿון דורכצופֿירן פּאָגראָמען איז גוט אויסגעפֿאָרשט, דעריבער קאָן מען אויף זיכער זאָגן, אַז דער פּאָגראָם גופֿא ברעכט טאַקע אויס מערסטנס פּלוצעמדיק, סטיכיש, אָדער פֿריִער ווערט ער גוט צוגעגרייט; און נישט אין משך פֿון איין טאָג.
דעם פּראָוואָקאַטאָר איז נישט שווער געווען גיך צו געפֿינען און אים אַרעסטירן. די פֿראַגע שטעכט אָבער די אויגן — ווי אַזוי האָט די פּאָליציי און די זיכערהייט־דינסט געקאָנט פֿאַרזען דאָס צוגרייטן אַזאַ פּראָוואָקאַטאָר און דאָס אויספּלאַנעווען אַזאַ מאַסן־אויפֿברויז מצד די אַראַבער? דער ענטפֿער ליגט נישט אויף דער אויבערפֿלאַך, כאָטש וועגן דער ישׂראל־פּאָליציי און די זיכערהייט־אינסטיטוציעס קומט אויס אויסצוהערן לעצטע יאָרן ווײַט נישט קיין לויב־געזאַנגען. דער ענטפֿער ליגט באַגראָבן טיפֿער, נאָך אין די ערשטע ראָמאַנטישע קאַפּיטלען פֿון דער מדינה־געשיכטע. דעמאָלט האָבן די סאָציאַליסטישע גרינדער פֿון ישׂראל ברייטהאַרציק דערלויבט די אַראַבער צו בלײַבן אויף זייער ערד און זיי געגעבן געוויסע בירגערלעכע רעכט.
אַוודאי האָבן די ישׂראל־אַראַבער געלעבט בעסער פֿון זייערע ברידער פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע". זיי האָבן באַקומען, ווי געזאָגט, געוויסע רעכט און אַ געוויסן בודזשעט צו אַנטוויקלען זייערע ייִשובֿים; קולטורעלע, דערציִערישע און סאָציאַלע פּראָגראַמען. מיר ווייסן אָבער גוט, פֿון אונדזער אייגענער גלותדיקער דערפֿאַרונג, אַז "געוויסע" שטיקער, אונטערגעוואָרפֿן פֿונעם רײַכן טיש, בלײַבן נישט זעלטן שטעקן אין גאָרגל.
די ייִדן אין ישׂראל זײַנען שוין כּמעט געווען זיכער, אַז אין דער מדינה האָט זיך געשאַפֿן אַ באַזונדערע באַפֿעלקערונג — ישׂראל־אַראַבער (חס־וחלילה, זיי אָנרופֿן "פּאַלעסטינער"), וואָס האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו יענער באַפֿעלקערונג, וואָס רופֿן זיך שטאָלץ "פּאַלעסטינער". די ישׂראל־פֿונקציאָנערן האָבן זיך געמאַכט נישט־הערנדיק און נישט־זעענדיק, ווען עס פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט אויסברעכן עקסטרעמיסטישע אינצידענטן; זיי האָבן זיך אַפֿילו געמאַכט כּלא־ידע, ווען אייניקע אַראַבישע כּנסת־דעפּוטאַטן האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ווי עכטע פֿאַררעטער.
דער לעצטע פּאָגראָם אין עכּו איז שוין אַ ממשותדיקער פּאַטש אין פּנים דער ישׂראלדיקער רעגירונג און אַ וואָרעניש, אַז ס‘איז אויפֿגעקומען אַ סכּנותדיקער כּוח, וואָס האָט ביז אַהער זיך בלויז אײַנגעהאַלטן און געוואַרט אויף אַ פּאַסיקן מאָמענט זיך צו פֿאַראייניקן מיט די ברידער פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע". וואָס מער ישׂראל האָט זיך אָפּגעטיילט און אָפּגעצוימט, אַלץ העכער איז געוואַקסן דער אינערלעכער צוים פֿון קינאה־שׂינאה. ס‘איז זייער מעגלעך, אַז די "דריטע אינטיפֿאַדע", וואָס די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן סטראַשען איצט מיט איר, וועט זײַן אַ בשותּפֿותדיקע מיט די ישׂראל־אַראַבער.