ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מ. וו. גרולעוו. 
"נאָטיצן פֿון אַ גענעראַל אַ ייִד", מאָסקווע׃ גיפּערבאָרעיאַ, 2007
ד. ז. פֿעלדמאַן, אָ. יו. מינקינאַ, 
אַ. יו. קאָנאָנאָוואַ. 
"אַ ׳שיינע ייִדישקע׳ אין רוסלאַנד 
פֿונעם 18טן - 19טן יאָרהונדערט", מאָסקווע׃ דרעוולעכראַנילישטשע, 2007
מ. וו. גרולעוו. "נאָטיצן פֿון אַ גענעראַל אַ ייִד", מאָסקווע׃ גיפּערבאָרעיאַ, 2007 ד. ז. פֿעלדמאַן, אָ. יו. מינקינאַ, אַ. יו. קאָנאָנאָוואַ. "אַ ׳שיינע ייִדישקע׳ אין רוסלאַנד פֿונעם 18טן - 19טן יאָרהונדערט", מאָסקווע׃ דרעוולעכראַנילישטשע, 2007

עס איז גוט באַקאַנט, אַז די רוסישע ייִדן האָבן זיך שטאַרק געהאַלטן בײַ זייער גלויבן. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך צומאָל געשמדט, ווער אונטער דעם דרוק פֿון רדיפֿות און גזירות, ווער צוליב קאַריערע, און ווער צוליב ליבע. אייניקע פֿון זיי האָבן דערגרייכט די סאַמע הויכע פֿענצטער פֿון דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע און ביוראָקראַטיע. ניט זעלטן האָבן זיי געוואָלט העלפֿן זייערע אַמאָליקע ייִדישע ברידער און אַפֿילו געהאַלטן זיך אַליין פֿאַר ייִדן. צוויי נײַע ביכער דערציילן וועגן גאָר פֿאַרשידענע גורלות פֿון געשמדטע ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע.

גענעראַל מיכאַיִל וולאַדימיראָוויטש גרולעוו (1858 — 1942?) האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט געלעבט אויף פּענסיע זינט 1912. אויפֿגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער, אָבער פּאַטריאָטישער משפּחה אין דער שטאָט רעזשיצע (הײַנט רעזעקנע אין לעטלאַנד), האָט ער נאָכן חדר פֿאַרענדיקט אַ רוסישע שולע, ניט געפֿונען פֿאַר זיך קיין פּרנסה, און באַשלאָסן צו גיין דינען פֿרײַוויליק אין דער אַרמיי. די מיליטערישע דינסט איז אים געווען צום האַרצן, אָבער ווי אַ ייִד האָט ער ניט געקאָנט ווערן אַן אָפֿיציר, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע פֿאַרדינסטן. סוף־כּל־סוף, האָט ער געמוזט אָננעמען דעם קריסטלעכן גלויבן, און געמאַכט אַ גלענצנדיקע מיליטערישע קאַריערע, צוערשט, אין דער אַרמיי, און דערנאָך אינעם גענעראַל־שטאַב.

גרולעוו האָט געהאַלטן זיך פֿאַר אַ ייִד זײַן גאַנץ לעבן. אויף דער עלטער איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ הייסער אָנהענגער פֿון ציוניזם. ניט איין מאָל האָט ער געפּרוּווט זיך משתּדל זײַן פֿאַר די ייִדישע סאָלדאַטן אין דער מיליטערישער מיניסטעריע און אַפֿילו פֿאַרן קייסער ניקאָלײַ דעם צווייטן, אָבער ער האָט אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז צו טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער רוסישער נאַטשאַלסטווע. צום סוף פֿון זײַן מיליטערישער קאַריערע איז ער געווען דער קאָמענדאַנט פֿון דער בריסקער פֿעסטונג, איינע פֿון די גרעסטע און וויכטיקסטע אין רוסלאַנד. אַגבֿ, איז די דאָזיקע פֿעסטונג אויפֿגעבויט געוואָרן דורך דעם רײַכן ייִדישן פּאָדריאַדטשיק, דעם פֿאָטער פֿון דער באַרימטער ייִדישער שרײַבערין פּאָלינע ווענגעראָוו.

גרולעוו באַשרײַבט גאַנץ אָביעקטיוו, אָבער דערבײַ קריטיש, סײַ דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, סײַ דאָס לעבן אין דער רוסישער אַרמיי. אָבער די רעדאַקטאָרן פֿון דער נײַער אויסגאַבע פֿון זײַנע זכרונות (די ערשטע איז אַרויס אין פּאַריז אין 1930 און איז שוין לאַנג אַ יקר־המציאות) האָבן צוגעגעבן צו זײַן טעקסט ממש ווילדע קאָמענטאַרן, וואָס זײַנען אי פֿאַלש היסטאָריש, אי סתּם אַנטיסעמיטיש. זיי באַהויפּטן אַפֿילו, אַז ייִדן באַנוצן זיך יאָ מיט קריסטלעך בלוט פֿאַר באַקן מצות, פֿאַררופֿנדיק זיך דערבײַ אויף בלוט־בילבולים אין צאַרישן רוסלאַנד!

דאָס צווייטע בוך איז אָנגעשריבן אויף אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ און באַזירט זיך אויף ניט־באַקאַנטע דאָקומענטן אין רוסישע היסטאָרישע אַרכיוון. די רייד גייט דאָ וועגן ייִדישע פֿרויען. דער סאַמע ערשטער ענין איז די געשיכטע פֿון איינער אַ מענאַלניאַ (מלכּה) פֿונעם ליטווישן שטעטל באָרזנע, וועלכע איז אַרײַנגעפֿאַלן אין רוסישן געפֿענגעניש אין 1634. זי איז אַריבער אינעם קריסטלעכן גלויבן און האָט זיך גענומען שרײַבן בקשות צו דעם רוסישן צאַר. פֿאַר דעם איז זי באַלוינט געוואָרן מיט רײַכע מתּנות און פּריווילעגיעס. אָבער זי איז געווען גאַנץ צושטיייִק, און האָט געהאַלטן אין איין בעטן און מאָנען אין משך פֿון דרײַצן יאָר.

אַנדערע דאָקומענטן וואַרפֿן שײַן אויפֿן לעבן פֿון ייִדישע גבֿירים פֿון סוף 18טן — אָנהייב 19טן יאָרהונדערט: די צייטלינס, די פּרצעס, די נעוואַכאָוויטשעס, די זאָנענבערגס. זייערע טעכטער האָבן כּסדר באַקומען אַ רוסיש־אייראָפּעיִשע דערציִונג, און סוף־כּל־סוף חתונה געהאַט מיט רוסישע אַריסטאָקראַטן. אייניקע געשיכטעס זײַנען אַרײַּן אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און האָבן זיך איבערגעמישט מיט די קלאַסישע סוזשעטן, אַזעלכע ווי די מעשׂה וועגן אסתּר־המלכּה.

די אַרכיוואַלע דאָקומענטן דערמעגלעכן אָפּצוטיילן דעם היסטאָרישן אמת פֿון דער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע. די סאַמע באַרימטע געשטאַלט פֿון אַזאַ שניט איז געווען די אַזוי־גערופֿענע "מומע לאה", אָדער יוליאַ מיכאַיִלאָוונאַ סטאַלינסקאַיאַ (1800 — 1881). אַ פּנים, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער חסידישער משפּחה אין מאָלעוו, הגם אַנדערע מקורים זאָגן אַנדערש. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז זי געווען שיין און קלוג, און האָט סוף־כּל־סוף חתונה געהאַט מיטן רוסישן אַדמיראַל אַלעקסיי גרייג אין ניקאָלאַיעוו. זי האָט תּמיד אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט איר משפּחה און האָט אויסגעפּועלט רײַכע פּאָדריאַדן פֿאַר אירע פּלעמעניקעס. זי האָט אַפֿילו געשיקט פּדיונים און קוויטלעך צו דעם רוזשינער צדיק.

שמואל־לייּב ציטראָן דערציילט אין זײַן בוך "משומדים" עטלעכע מעשׂיות וועגן דער "מומע לאה", וועלכע זײַנען דערנאָך אַריבער אין די ערנסטע היסטאָרישע ווערק, ווי למשל, אַ מעשׂה וועגן דעם, ווי דער רוזשינער רבי האָט זי געבעטן אָפּצושאַפֿן די גזירה פֿון רעקרוטשינע אין 1827. אָבער, ווי עס באַווײַזן די אַרכיוואַלע קוואַלן זײַנען, ווײַט ניט אַלע מעשׂיות באַזירט אויף די היסטאָרישע מקורים. אין אייניקע פֿאַלן שפּיגלען זיי אָפּ די פֿאָלקסטימלעכע פֿאַנטאַזיע, וואָס האָט זיך גענייטיקט אין נסים.

דער קריטישער פֿאַרגלײַך פֿון די רוסישע און ייִדישע מקורים דערווײַזט, ווי אַזוי רעאַלע פֿאַקטן זײַנען מגולגל געוואָרן אין לעגענדעס, און דערנאָך אַרײַן אינעם קאָלעקטיוון זכּרון. ביז לעצטנס האָבן די ייִדישע היסטאָריקער, דער עיקר, געזוכט אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן פֿאַר דער געשיכטע פֿון כּלל־ישׂראל. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, און צווישן זיי די טאַלאַנטירטע יונגע פֿאָרשערין פֿון פּעטערבורג אָלגאַ מינקינאַ, האָבן אַ ברייטערן צוגאַנג. מע ווײַזט אַרויס מער אינטערעס צו יחידישע פֿאַלן, אַפֿילו ווען זיי זײַנען ניט "טיפּיש" פֿאַרן כּלל. די געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד פֿאַרמאָגט אַ סך פֿאַרכאַפּנדיקע עפּיזאָדן, וועלכע מע קאָן רעקאָנסטרויִרן דורך צונויפֿברענגען מקורים פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן.