אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds). דזשאָן ריד איז געשטאָרבן אין מאָסקווע און איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויף דעם "רויטן פּלאַץ", וווּ עס איז אין עטלעכע יאָר אַרום אויסגעוואַקסן דאָס פֿאַרגעטערטע טעמפּל, דער לענין-מאַווזאָליי.

דזשאָן רידס באַרימט בוך, "צען טעג וואָס האָבן אויפֿגערעגט די וועלט: ווי אַזוי די סאָוויעטן האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין רוסלאַנד", האָט ריד געשריבן אין ניו-יאָרק, אין אַ הויז אויף דער 4טער גאַס, בשכנות מיטן אָרט, וווּ עס געפֿינט זיך מײַן ביוראָ אין אוניווערסיטעט. די ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם בוך האָט געמאַכט משה אָלגין, דעמאָלט אַ פֿירנדיקער "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט. די צײַטונג האָט פֿריִער געדרוקט די קאַפּיטלען אין המשכים, און דערנאָך, אין 1919, האָט דער "פֿאָרווערטס" עס אַרויסגעלאָזט ווי אַ באַזונדערע אויסגאַבע. מיט רידן האָט זיך דעמאָלט אַרומגעטראָגן דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן. מע האָט געדרוקט אַרטיקלען פֿון אים און וועגן אים.

אַ חוץ דזשאָן רידן, מוז איך דערמאָנען נאָך דרײַ פּערזענלעכקייטן, און דערנאָך שוין וועל איך קענען אַריבערגיין צו דער טעמע גופֿא פֿון מײַנע הײַנטיקע נאָטיצן.

אַנדזשעלאַ דייוויס, וואָס איז איצט אַ פּראָפֿעסאָר אין קאַליפֿאָרניע, האָט מען אין די 1970ער יאָרן געקענט ווי אַ פֿירנדיקע אַמעריקאַנער קאָמוניסטקע. זי איז אַ קורצע צײַט געזעסן אין תּפֿיסה, ווײַל פֿון איר געווער האָט מען געשאָסן אין אַ ריכטער. דער פֿאַסאָן פֿון איר פֿריזור איז דעמאָלט געוואָרן פּאָפּולער אין אַ סך לענדער. אין 1980 און 1984 האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי זי אַרויסגעשטעלט ווי אַ קאַנדידאַטין פֿאַר וויצע-פּרעזידענט, כאָטש דער אַמעריקאַנער עולם האָט עס כּמעט ניט באַמערקט. אין 1991 איז דייוויס אַרויס פֿון דער פּאַרטיי, וועלכע איז אַפֿילו פֿאַר איר געוואָרן צו דאָגמאַטיש.

לעאָנאַרד פּעלטיער איז אין איין עלטער מיט פּראָפֿעסאָר דייוויס. אָבער ער לערנט ניט — ער זיצט אין תּפֿיסה פֿאַר דערשיסן צוויי עפֿ-בי-אײַ-אַגענטן. אַן אינדיאַנער פֿון צפֿון-דאַקאָטאַ, האָט פּעלטיער געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע צווישן די ראַדיקאַלע קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער סיסטעם.

סאַמאַנטאַ סמיט איז געווען אַ סך ייִנגער. זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1972 אין אַן אינטעליגענטנער משפּחה אין דעם שטאַט מיין. אַ 10־יאָריקע, האָט זי אָנגעשריבן אַ בריוו דעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן פֿירער, יורי אַנדראָפּאָוו. אַרום אירע קינדערשע קלאָץ-קשיות האָט מען געמאַכט פּראָפּאַגאַנדע, מע האָט זי פֿאַרבעטן צו קומען קיין רוסלאַנד. דאָס טאַלאַנטירטע מיידל האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן איר נסיעה, און זי איז געוואָרן אַ שטערן פֿון דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. אָבער סאַמאַנטאַס לעבן האָט זיך טראַגיש איבערגעריסן אין אַן אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע. זי איז דעמאָלט געווען אין גאַנצן 13 יאָר אַלט.

איך האָב אײַך דערמאָנט וועגן אָט די פּערזענלעכקייטן, ווײַל וועגן זיי גייט די רייד אין אַן אָפֿיציעלער ווענדונג פֿון די רוסישע קאָמוניסטן, וואָס וווינען אין פּעטערבורג. די דאָזיקע לײַט (בדרך-כּלל, אַלטע און ניט שטאַרק איבערגעשפּיצטע) בעטן די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן, ווי אויך אַנדזשעלאַ דייוויס, לעאָנאַרד פּעלטיער און די קרובֿים פֿון דין ריד און סאַמאַנטאַ סמיט, זיי זאָלן העלפֿן צו מאָביליזירן אַלע כּוחות, כּדי ברענגען צו דער מאַכט דעם דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. אמת, די פּעטערבורגער באָלשעוויקעס פֿאַרשטייען, אַז דערמיט קלײַבן זיי אויס דאָס מינדסטע בייז, ווײַל אָבאַמאַ, אין זייערע אויגן, איז אויך "אַ קאַפּיטאַליסט און קאָנטעררעוואָלוציאָנער". דאָך, בלײַבט בײַ זיי, פֿונדעסטוועגן, אַ האָפֿענונג, אַז אַ מאַסן-מאַרש פֿון אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער האָרעפּאַשניקעס וועט קענען אויספּועלן בײַ אָבאַמאַ, ער זאָל "זיך אַ קער טאָן צו אַ פּראָגרעסיווער פּאָליטישער פּראָגראַם".

אָבער דער עיקר מוז מען אָפּשטעלן מאַקקיינען, וועמעס פּאָזיציע אין די פֿראַגן פֿון אויסערן-פּאָליטיק איז זייער אַגרעסיוו. לויט דער מיינונג פֿון די פּעטערבורגער קאָמוניסטן, וויל דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט "אָנפֿאַלן אויף דעם גאַנצן פּלאַנעט, אויף איראַן, אויף קובע, אויף ווענעזועלע, אויף רוסלאַנד, און ער איז גרייט צו שיקן ראַקעטן מיט נוקלעאַרע באָמבעס אין אַלע עקן פֿון דער וועלט". די באָלשעוויקעס פֿון דער פּראָלעטאַריש-רעוואָלוציאָנערער וויג טענהן, אַז "מאַקקיין איז אַ פֿאַשיסט, ער וועט מוטשען די אַמעריקאַנער האָרעפּאַשניקעס, דערנידעריקן די אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער, פֿאַרווערן אַלע קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און העלפֿן דעם קו-קלוקס-קלאַן".

איך האָף, פֿונדעסטוועגן, אַז ניט מאַקקיין און ניט אָבאַמאַ האָבן ניט קיין פּלענער צו פֿאַרטרײַבן אין אונטערערד די קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. מע דאַרף עס ניט טאָן, ווײַל אָן די קאָמוניסטן וועט דאָך ווערן שרעקלעך אומעטיק. צוריק געשמועסט: וווּהין וועלן, נעבעך, גיין די מענטשן, וואָס די נאַטור האָט זיי געקאַרגט אויסצוטיילן דאָס ביסל געפֿיל פֿון הומאָר?

אַנדזשעלאַ דייוויס, וואָס איז איצט אַ פּראָפֿעסאָר

Ich vet aich az Angela Davis is oich a fraindin fun Barak Obama genoi vi professor Ayers. Obama hot a greise neigung tzu hobn radikale linke fraint vi Ayers, Wright un Jesse Jackson. Ich ken nisht farshteen far vus di meerheit fun di amerikaner idn shtitzen Obama - zei muzn hobn a toit vinsh. Vi azoi ken a id shtitzen emetzen mit dem nomen "Barak Hussein Obama" leigt zich mir nisht oifn seichl.