ייִדיש־וועלט, מוזיק
אַרקאַדי גענדלער אין ווין
אַרקאַדי גענדלער אין ווין

אָנהייב חודש איז דער ייִדישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר פֿון אוקראַיִנע, אַרקאַדי גענדלער, געווען עטלעכע טעג אין ווין.זײַנע אויפֿטריטן זײַנען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון ראָמאַן גרינבערגן, דעם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם "ווינער ייִדישן כאָר". זונטיק, דעם 5טן אָקטאָבער, איז פֿאָרגעקומען גענדלערס קאָנצערט מיטן כאָר.

גענדלער איז גוט באַקאַנט אין דער סבֿיבֿה פֿון קלעזמער־ענטוזיאַסטן. אויך ראָמאַן גרינבערג האָט זיך באַקענט מיט אים אויפֿן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין פּעטערבורג מיט עטלעכע יאָר צוריק און דערנאָך אויסגעלערנט מיטן כאָר גענדלערס ליד "זינגט אויף ייִדיש". אָבער פֿאַר די מענטשן פֿונעם כאָר, מיך אַרײַנגערעכנט, און פֿאַרן ווינער עולם איז דאָס געווען די ערשטע געלעגנהייט צו באַקענען זיך מיט אים פּערזענדלעך.

ווען איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אַרקאַדי גענדלערן אין אַ ווינער רעסטאָראַן, איז ער געווען גוט מיד. קיין חידוש ניט, ערשט מיט אַ טאָג פֿריִער איז ער אַהער אָנגעקומען נאָך אַ היפּשן וועג: געפֿאָרן מיט דער באַן פֿון זאַפּאָראָזשיע קיין קיִעוו, דאָרטן מיטן עראָפּלאַן קיין ווין. און אין יענעם טאָג, ווען איך האָב זיך מיט אים באַגעגנט, כּדי צו גיין צוזאַמען אויף אַ קליינעם שפּאַציר איבער ווין, האָט ער שוין געהאַט עטלעכע שעה פּראָבעס מיט ראָמאַן גרינבערגן און זײַנע מוזיקערס.

דער וועטער איז געווען אַ שלעכטער. אָבער גענדלער האָט זיך נישט אָפּגעזאָגט פֿונעם שפּאַציר. ער וויל טאַקע זען די שטאָט, וווּ ער איז דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן. און גענדלער איז דאָך, צו לאַנגע יאָרן, אַ ייִד פֿון 87 יאָר.

דער פּלאַן איז, אַז איך זאָל אים עפּעס דערציילן וועגן ווין. באַקומט זיך אַזאַ שמועס: למשל, איך זאָג עפּעס וועגן די באַגרענעצטע וווינרעכט פֿאַר ייִדן אין ווין ביזן 19טן יאָרהונדערט, דערמאָנט ער באַלד זײַן זיידן. דער זיידע אַרקע (אַהרן) גענדלער איז געווען אַ "קאַנטאָניסט". נאָך 25 יאָר אין מיליטער האָט ער געהאַט רעכט צו לעבן אויך אין די גרעסערע רוסישע שטעט. אָבער ער האָט זיך אומגעקערט צוריק קיין בעסאַראַביע. ווען ער האָט חתונה געהאַט מיט דער באָבען, איז ער שוין אַלט געווען 55 יאָר. און געלעבט ביז 108!

"הייסט עס, איר גרייט זיך, אָן עין־הרע, אויך ווערן אַזוי אַלט?", פֿרעג איך אים.

"ניין", זאָגט גענדלער, און האָט אַ גרייטן ענטפֿער. דער זיידע, זאָגט ער, האָט געטרונקען דאָס וואַסער און געגעסן די פּראָדוקטן פֿון דער בעסאַראַבער ערד. אָבער וואָס האָט ער, זײַן אייניקל, שוין געדאַרפֿט טרינקען און עסן, וווינענדיק די אַלע יאָרן אין זאַפּאָראָזשיע, איז עס ניט צו פֿאַרגלײַכן. ער האָט דאָרט געאַרבעט אין אַ כעמישער פֿאַבריק. און טאַקע צוליב דעם איז ער פֿאַר דער "פּערעסטרויקע" קיינמאָל אין אויסלאַנד ניט געווען. די פֿאַבריק האָט איר פּראָדוקציע דער עיקר אויסגעאַרבעט פֿאַרן מיליטער, איז ער שוין געווען אַ מענטש, פֿאַרבונדן מיט מלוכישע סודות, און אַזאַ ייִד האָט מען ניט געלאָזט אַרויספֿאָרן.

אָבער ווי אַזוי איז ער געקומען אַהין? געבוירן איז ער טאַקע אין בעסאַראַביע, אינעם שטעטל סאָראָקע, אין 1921. הייסט עס, אַז דעמאָלט איז ער געווען אַ רומענישער בירגער. עס איז געקומען די מלחמה. ערשט האָבן די סאָוועטן פֿאַרכאַפּט בעסאַראַביע און געשאַפֿן די סאָוועטישע רעפּובליק מאָלדאַוויע. ווען די דײַטשן זענען אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען אים גענומען אין מיליטער. נאָך פֿינף חדשים איז ער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. ער אַליין האָט געמיינט, אַז ניט צו שווער.

"מיר זענען געווען הייסע פּאַטריאָטן דעמאָלט, געוואָלט קעמפֿן קעגן דעם פֿאַשיסטישן שׂונא, אָבער דער דאָקטער האָט געהאַלטן, אַז ניין. אויפֿן פֿראָנט וועט מען אים שוין מער ניט שיקן. ווײַזט אויס, אַז אַזוי האָט ער מיר געראַטעוועט דאָס לעבן".

נאָך דער מלחמה האָט זיך געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען העכערע בילדונג אין אַן אָוונט־שול אין מאָסקווע. מען האָט אים געפֿרעגט, אין וואָסער קלאַס ער דאַרף גיין. געהאַט האָט ער נאָר אַ פֿינף־יאָריקע שול. "אין רומעניע איז העכערע בילדונג געווען נאָר פֿאַר מענטשן מיט גענוג געלט". האָט ער געטראַכט, אַז אויב ער דאַרף אַדורכמאַכן אַלע קלאַסן, וואָס עס פֿעלן אים, דערנאָך זיך לערנען אין אוניווערסיטעט, וועט עס דויערן צען יאָר, ביז ער וועט פֿאַרענדיקן און אָנהייבן צו זײַן אַ פֿאַרדינער; און דעמאָלט וועט ער שוין זײַן 35 יאָר אַלט. האָט ער געזאָגט: "אינעם צענטן קלאַס!"

און עס האָט זיך אײַנגעגעבן. באַלד אָנגעקומען אין כעמיש־טעכנישן אינסטיטוט אויף מענדעלעיעווס נאָמען אין מאָסקווע, געלערנט זיך וועגן "פּאָלימערע וואַסערשטאָפֿן", וואָס איז דעמאָלט געווען אַ נײַע פֿאַך, דער אָנהייב פֿון פּלאַסטיק־אינדוסטריע. און מע האָט אים געשיקט אַרבעטן אויף אַ פֿאַבריק אין זאַפּאָראָזשיע. דאָרטן האָט ער שוין געוווינט די אַלע יאָרן. ער האָט געשריבן ייִדישע לידער, אָבער פּובליקירן זיי איז ניט געווען וווּ. אַמאָל האָט ער געפּרוּווט שיקן אַ קאָרעספּאָנדענץ אין "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער לויטן ענטפֿער, וואָס ער האָט באַקומען, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז מען באַציט זיך ניט ערנסט צו זײַן אַרטיקל. "זיי האָבן געהאַט גענוג מענטשן, פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער. און אַזאַ בין איך ניט געווען. מע האָט געדאַרפֿט זײַן אַ מיטגליד אינעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד, און אַזוי ווײַטער".

ווי ער איז געקומען צו זינגערײַ? בײַ זיי אין דער היים האָט מען שטענדיק געזונגען. ווען ער האָט זיך ניט געקענט לערנען ווײַטער, האָט ער געדאַרפֿט אַרבעטן. זײַן טאַטע איז געווען אַ שנײַדער, און ער האָט זיך אויך געלערנט שנײַדערײַ. "מע פֿלעגט דאָך זאָגן, אַ שנײַדער, וואָס ער זינגט ניט בײַ דער אַרבעט, איז קיין שנײַדער ניט". און דערצו האָט גענדלער זיך באַטייליקט אין אַ דראַמקרײַז, וואָס האָט געשטעלט מוזיקאַלישע רעוויוען.

אין די סאָוועטישע צײַטן האָט ער געזונגען נאָר מיט משפּחה און מיט "גוטע ברידער" זײַנע. ערשט נאָך דער "פּערעסטרויקע", ווען מען האָט ווידער דערלויבט ייִדישע טעטיקייט, האָט ער גענומען לערנען מיט די קינדער.

און אין 1992 האָט מען געשאַפֿן אַ ייִדישע גימנאַזיע אין זאַפּאָראָזשיע. דער דירעקטאָר האָט אים פֿירגעלייגט צו לערנען דאָרטן ייִדיש. האָט ער געשאַפֿן אַ לערן־פּראָגראַם אויפֿן סמך פֿון לידער, אי אַזעלכע, וואָס ער האָט געדענקט, אי אַזעלכע, וואָס ער האָט אַליין אָנגעשריבן. און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זײַן צווייטע קאַריערע אויף דער עלטער, ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר און לערער פֿון ייִדישער מוזיק, אויף פֿאַרשידענע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, וווּ ער נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל.

אַז מע זעט אים ווי אַ לערער אין אַ לידער־וואַרשטאַט, אויף דער בינע, פֿאַרשטייט מען, פֿאַרוואָס מען שאַצט אָפּ גענדלערן אַזוי הויך אין דער סבֿיבֿה, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. גענדלער צייכנט זיך אויס מיט אַן אויסערגעווייטנלעכן זכּרון, און ער וויל איבערגעבן די אוצרות, וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט אַ גאַנץ לעבן, צו די קומענדיקע דורות. ער גיט איבער עפּעס, וואָס עס איז ניט צו באַשרײַבן מיט ווערטער. ער פֿאַרמאָגט אַפֿילו נאָך אין דער הויכער עלטער אַ שטים, וואָס איז שטאַרק און וואַרעם. זײַן אויספֿילן ייִדישע לידער איז אַזאַ, אַז זיי קלינגען אַלע פֿריש, הײַנטצײַטיק. עס מעג זײַן אַן אויסגעדראָשענע פֿראַזע, אָבער דער סוד פֿון זײַן זינגען איז נשמה און געפֿיל, וואָס ער לייגט אין דעם אַרײַן.