ייִדיש־וועלט, מוזיק
אַרקאַדי גענדלער אין ווין

אָנהייב חודש איז דער ייִדישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר פֿון אוקראַיִנע, אַרקאַדי גענדלער, געווען עטלעכע טעג אין ווין.זײַנע אויפֿטריטן זײַנען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון ראָמאַן גרינבערגן, דעם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם "ווינער ייִדישן כאָר". זונטיק, דעם 5טן אָקטאָבער, איז פֿאָרגעקומען גענדלערס קאָנצערט מיטן כאָר.

גענדלער איז גוט באַקאַנט אין דער סבֿיבֿה פֿון קלעזמער־ענטוזיאַסטן. אויך ראָמאַן גרינבערג האָט זיך באַקענט מיט אים אויפֿן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין פּעטערבורג מיט עטלעכע יאָר צוריק און דערנאָך אויסגעלערנט מיטן כאָר גענדלערס ליד "זינגט אויף ייִדיש".

דאָס פּינטעלע ייִדיש

טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן.