דאָס פּינטעלע ייִדיש

טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן.