- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין עטלעכע טעג, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער דרייט זיך אינעם מיטעלן מיזרח, און ווייניק ווער, סײַ די ישׂראלים, סײַ די אַראַבער, סײַ די מערבֿ־וועלט בכלל קענען פֿאַרשטיין, וואָס האָט ער דאָרט פֿאַרלוירן און וואָס וויל ער דאָרט געפֿינען. אין ישׂראל האָט מען זיך באַצויגן צו קאַרטערס באַגעגענישן מיט די פֿירער פֿונעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — נעגאַטיוו. נאָך מער: די איצטיקע רעגירונגס־פֿירער אין ישׂראל, האָבן אַפֿילו אויסגעמיטן זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אַמעריקאַנער פּרעסע שרײַבט, אַז קאַרטער קערט זיך אום אַהיים "מיט ליידיקע הענט". אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדישער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערילאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות". אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט. טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן. דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער. דעם זיבעטן טאָג נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן דערגרייכט דעם ברעג פֿונעם ים־סוף. די מיצרישע אַרמיי האָט זיי געפּרוּווט נאָכצויאָגן, נאָר ס׳איז געשען אַ נס: דער ים האָט זיך געשפּאָלטן, און די ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿון זייערע פֿאַרשקלאַפֿער. צוליב דער גרויסקייט פֿונעם דאָזיקן נס, ווערן די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ יום־טובֿ. אין די חסידישע קהילות מאַכט מען דעם לעצטן טאָג פֿון פּסח, די לעצטע פּאָר שעה פֿונעם יום־טובֿ, אַ ספּעציעלע "משיחס סעודה", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה; אין אַ סך האָטעלן איבער דער וועלט געניסן די געסט הײַנט פֿון אַ ריי הויך־טעכנאָלאָגישע באַקוועמלעכקייטן. די טירן בײַם אַרײַנגאַנג עפֿענען זיך אויטאָמאַטיש; די קראַנטן אין די עפֿנטלעכע וואַשצימערן שפּריצן אַרויס וואַסער, באַלד ווי אַ האַנט דערנענטערט זיך צו זיי, און בײַם קלאָזעט־טאָפּ דאַרף מען מער נישט אָנקוועטשן, כּדי אַראָפּצולאָזן דאָס וואַסער, ווײַל עס גיסט זיך אויס אויטאָמאַטיש, ווי באַלד דער מענטש שטייט אויף. נאָך וויכטיקער — ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער אַרײַנצוגיין אינעם האָטעל־צימער, מיר איז די טעג אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ חתונה. דער חתן געהערט צו דער קאַטעגאָריע מאַנצבלען, וואָס זײַנען געדיכט באַדעקט מיט האָר, און דאָס האָבן די לצים, זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, ניט געקענט פֿאַרשווײַגן אין זייערע הומאָריסטישע ווינטשעוואַניעס. איינער פֿון די געסט האָט אין זײַן אַרויסטרעטונג געזאָגט, אַז עס האָט געדויערט עפּעס אַ צײַט, ביז ער האָט אונטער די האָר סוף-כּל-סוף דערזען דעם גוטן בחור. דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿעסאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס. איך דערמאָן זיך וואָס מײַן טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן אָרעמקייט אין דער באַלוטער געגנט אין לאָדזש. דאָס זײַנען געווען די דרײַסיקער יאָרן, אַ רעזולטאַט פֿון דער מפּלה אויף “וואָל־סטריט," אין אַמעריקע, ווען די בענק האָבן באַנקראָטירט און די בערזע אין ניו־יאָרק האָט אויסגעצויגן די קאָפּעטעס. די וועלט איז דעמאָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַניק. מענטשן וואָס האָבן אָנגעוווירן מאַיאָנטקעס האָבן זיך גענומען שלײַדערן פֿון די פֿענצטער, נישט געקענט נאָך יאָרן פֿון שוווילטאָג אָנהייבן פֿון אויף ס’נײַ. אַז אַ בחור "גייט אויס" נאָך אַ מיידל, ווי די אַמעריקאַנער ייִדן פֿלעגן זאָגן, דאַרף ער האָבן מוט און זײַן זיכער בײַ זיך. אויב ער שעמט זיך און מאַכט נישט דעם ערשטן טראָט, וועט זיך קיין ליבע צווישן זיי נישט צעפֿלאַקערן. אַזוי האָב איך געטראַכט איין פֿרײַטיק, ווען איך האָב געקוקט אַ נאַרישן ליבע־פֿילם אין אַ טונקעלן קינאָ־זאַל און געזעסן שטיל, נישט גערירט זיך פֿון אָרט, לעבן אַ שיין מיידל. מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד. |