- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדישער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערילאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות". אַלכּסנדר ווײַסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1967 אין טשערנאָוויץ און האָט גראַדויִרט פֿון דעם טשערנאָוויצער מוזיקאַלישער אַקאַדעמיע. ער האָט געאַרבעט ווי אַ בוך־אילוסטראַטאָר און קינסטלער פֿון אַפֿישן. נאָך אין זײַנע יונגע יאָרן האָט אַלכּסנדר באַמאָלט די ווענט פֿון זײַן היים מיט קאָלירפֿולע בלומען, און די פֿיל־פֿאַרביקע קאָלירן זענען געבליבן אַ וויכטיקער שטריך אין זײַן קונסט. אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק אין טשערנאָוויץ אין 1992 האָט מען אויך געוויזן אויף דער טעלעוויזיע. הײַנט וווינט ער אין ישׂראל מיט זײַן פֿרוי און פֿיר קינדער. זײַנע בילדער האָט ער אויסגעשטעלט אין פֿאַרשיידענע גאַלעריעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע און ישׂראל. ווי דער קינסטלער אַליין זאָגט, וויל ער אויפֿכאַפּן אין זײַנע שאַפֿונגען — "די איבערלעבונגען פֿונעם ייִד, וואָס איז תּמיד אין אַ שווערן מצבֿ. זיי שפּיגלען אויך אָפּ זײַן געפֿיל, אַז ער געהערט צו אַ רײַכער און בכּבֿודיקער קולטור." זײַנע בילדער שילדערן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן: משפּחה, אמונה, שטייגער, ווי אויך די אומרויִקע צײַטן אין אונדזער תּקופֿה און מדינת־ישׂראל".
"טשערנאָוויץ איז אַוודאי נישט קיין שטעטל, אָבער פֿראַגמענטן פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן־שטייגער האָט מען נאָך דאָרטן געפֿונען: שדכנים, שוחטים, גאַסן־פֿאַרקויפֿערס פֿון געשמוגלטער סחורה... ייִדיש איז נאָך געווען די גאַסן־שפּראַך און אַפֿילו די נישט־ייִדן האָב דאָס לשון געקענט". אין זײַן אויספֿאַנטאַזירט שטעטל נעמט ער אַרײַן סײַ חסידישע צדיקים, סײַ קאָמיסאַרן פֿון איסאַק באַבעלס בוך "רויטע קאַוואַלעריע"; סײַ חלוצים מיט לאָפּעטעס און קוילן־וואַרפֿער, סײַ קלעזמאָרים מיט פֿידל און קלאַרנעטן; יונגע פּאָרלעך, ווי אויך זקנים, חכמים, שוועבן אין די הימלען. ווײַסמאַן האַלט, אַז מע טראָגט אַן אַחריות, ווען מע שטעלט מיט זיך פֿאָר איינעם פֿונעם לעצטן דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אינעם אַלטן שטעטל. "אַלע ווערק טראָגן די שטימונג פֿון אַן אָפּטאָמיסטישער עלעגיע, פֿול מיט האָפֿענונג, אַז דער סוף פֿון פֿונעם שטעטל, מיינט נישט, אַ סוף פֿונעם שטעטלס עיקר־שאַפֿונג — ייִדישקייט". אַלכּסנדר ווײַסמאַן האָט אילוסטרירט אַ צאָל ביכער געדרוקט אין ישׂראל, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, און ענגלאַנד און געאַרבעט פֿאַר עטלעכע טעאַטערס און קונסט־ און פֿילם־פֿעסטיוואַלן. זײַן וועבזײַטל www.vaisman.org האָבן שוין באַזוכט מער ווי 300,000 מענטשן. אין די בילדער פֿילט מען ווײַסמאַנס אַרומנעמיק פֿאַרשטאַנד פֿונעם שטעטל, וואָס הייבט אַרויס אַזוינע פּאַראַדאָקסן ווי: אַ טיפֿער גלויבן צוזאַמען מיט אַ ברייטן קוק אויף דער וועלט; סאָציאַלער יושר צוזאַמען מיט אַ ייִדישן חוש פֿון געשעפֿט; אַ שטאַרקער אָנהאַלט אין טראַדיציעס, ווי אויך אַן אָפֿנקייט צו דרויסנדיקע השפּעות.
מיר האָבן דעם מאָלער געפֿרעגט, צי מדינת־ישׂראל קען זיך עפּעס לערנען פֿונעם אַמאָליקן שטעטל? האָט ער געענטפֿערט, אַז "מיר דאַכט, אַז די ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז נאָך נישט אַזוי ווײַט אַוועקגעגאַנגען פֿונעם שטעטל, און איך טראַכט נישט דאָ וועגן מאה־שערים. מע האַלט זיך אָן צו דער שטעטל־מענטאַליטעט און דאָס איז אַ גוטע זאַך: אין שטעטל האָט מען פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי צו וווינען צוזאַמען איינער מיטן אַנדערן. עס איז נישט געווען קיין אידעאַל לעבן, אָבער אַזאַ לעבן נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך מענטשלעכע צווישן־באַציִונגען, וואָס מע פֿאַרלירט אָפֿט אין די הײַנטיקע מאָדערנע געזעלשאַפֿטן". שוין עטלעכע יאָר ווי ווײַסמאַן אַרבעט ווי דער קונסט־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל אין ישׂראל — "מײַן שטעטל" — וואָס ווערט אָרגאַניזירט פֿון אַרקאַדי קרומער. דער פֿעסטיוואַל ציט צו טויזנטער מענטשן צו קאָנצערטן, פֿאָרשטעלונגען און אויסשטעלונגען און גיט אים אַ געלעגנהייט צו שאַפֿן גרעסערע שאַפֿונגען, אויף ריזיקע קאַנוועס. "זאָל דערמאָנט ווערן, אַז די סבֿיבֿה פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל איז בעסער געוואָרן. לאה שם־טובֿ, אַ כּנסת־מיטגלידערין און אויך אַ טשערנאָוויצערין, העלפֿט אונדז זייער אַרויס מיט ׳מײַן שטעטל׳ און אַנדערע ייִדיש־פּראָגראַמען." דער אַדרעס פֿון דער "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" איז 6125 Montrose Road, Rockville, Marlyand. טעלעפֿאָן־נומער: 3770־348־301. A shtetl iz a simbol funm idishen durchfalSubmitted by leonlab on Thu, 2008-05-01 01:24.
Idn in Ost Eirope hobn gezolt fareiniken zeier shtetlach in ein greiser idisher mdine mit ir eigen armei. Ober di idn hobn nisht kein mol gedacht oiser di grenetzen fun zeier shtetlach - desvegen di idishe shtetlach zainen geven izolirt ein fun dem andern un tzum shlus zei zainen alle untergegangen un farshvunden. |