פּאָליטיק

דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָ­ראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער.

אַנטיסעמיטיזם איז אין עצם אַ סאָרט ראַסיזם. דאָס איז אַ וועלט־אָנשויונג, וואָס באַמיט זיך פֿאָרצושטעלן אַ מענטש אויף אַ כּמו־וויסנשאַפֿטלעכן אופֿן ווי אַן אָפּגעטיילטן פֿון דער הערשנדיקער, אָדער אַפֿילו אַלגע­מיינער, באַפֿעלקערונג פֿונעם טאָג פֿון זײַן געבוירן ווערן, צוליב זײַן אַנדערשטקייט. דער ראַסיזם האָט די טענדענץ צוצושרײַבן יעדער ראַסע מאָראַלישע קוואַליטעטן און אייגנשאַפֿטן, וואָס קענען זיך נישט ענדערן. דער ראַסיזם צעטיילט אַפֿילו די מענטשהייט לויט אַ היעראַרכיע פֿון ראַסן — אויבערשטע און נידעריקע. ראַסיזם פֿירט מיינסטנס צו דיסקרימינאַציע צווישן מענטשן אויפֿן יסוד פֿון זייער ראַסיסטישן קוואַל.

אין מיטלאַלטער זענען די ייִדן געווען אַ מינדערהייט אין דער קריסטלעכער אייראָ­פּע; זיי האָבן געהאַט אַן אַנדער רעליגיע, קולטור און געפֿירט אַנדערש זייער לעבנס־שטייגער. די באַציִונג פֿון דער קריסטלעכער סבֿיבֿה צו די ייִדן איז שטענדיק געווען אַ פֿילפֿאַרביקע און האָט זיך כאַראַקטעריזירט נישט נאָר דורך פײַנטשאַפט. נישט איינמאָל האָבן זיך אַנטוויקלט צווישן די ייִדן און זייערע שכנים גוטע צווישן־באַציִונגען, און אין אַ סך פֿאַלן — באַציִונגען פֿון סאָלידאַרי­טעט. אָבער אין קריסטלעכן רוים האָבן גע­הערשט כּוחות און שטראָמען וואָס, אָנ­שפּאַרנדיק זיך אויף דער קריסטלעך־טעאָלאָ­גישער דאָגמע, האָבן זיי געשטערט און געשעדיקט די גוטע באַציִונג צו די ייִדן. די פֿונדאַמענטאַלע שטעלונג פֿון קריסטנטום האָט געזען אין די ייִדן די יעניקע, וואָס האָבן געזינדיקט מיט נישט אַנערקענען ישו און די עוואַנגעליע. דערצו נאָך האָט מען די ייִדן באַשולדיקט אינעם טויט פֿון ישו־הנוצרי. לויט דער קריסטלעכער רעליגיע האָט גאָט באַשטראָפֿט די ייִדן צוליב זייער חטא און זיי זענען דעריבער צעזייט געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט, אָן אַ היים־אָרט און אָן אַן אומאָפּהענגיקער עקזיסטענץ.

די קריסטן האָבן געזען אין דער פֿונאַנ­דערשפּרייטונג פֿון די ייִדן אַ באַווײַז פֿון ריכטיקייט מכּוח דער קריסטלעכער רעלי­גיע און אירע פּרינציפּן, און געהאַלטן, אַז עס איז וויכטיק די ייִדן זאָלן עקזיסטירן אויף אַ נידעריקערן שטאַפּל צווישן דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט. זיי האָבן גע­גלייבט, אַז סוף־כּל־סוף וועלן די ייִדן אָננע­מען דעם קריסטנטום און מיט דעם וועט קומען די רעטונג פֿון דער וועלט.

דער אַנטיסעמיטיזם איז דערגאַנגען צו זײַן העכסטער מדרגה אין דער נאַצישער אידעאָלאָגיע, וועלכע האָט געשילדערט די מענטשלעכע געשיכטע ווי אַ קאַמף צווישן ראַסן, אין וועלכן דער אַרישער ראַסע איז באַשטימט געוואָרן די פּאָזיציע פֿון "הערן־ראַסע", וואָס דאַרף פֿאַרשקלאַפֿן די נידערי­קערע ראַסעס און, דער עיקר, קעמפֿן קעגן די ייִדן. די נאַציס האָבן דעפֿינירט די ייִדן ווי די אָנגעהעריקע צו דער "אַנטי־ראַסע", וואָס שטעלט אין סכּנה די וועלט. די דאָזיקע אידעאָלאָגיע איז געוואָרן דער צענטראַלער טרײַב־כּוח, וואָס האָט געבראַכט צו דער פֿאַרניכטונג פֿון די 6 מיליאָן ייִדן.

אָפֿיציעל האָבן די נאַציס באַשלאָסן אויף זייער וואַנזעע־קאָנפֿערענץ, דעם 20סטן יאַנואַר 1942, אין בערלין, דורכצופֿירן די פֿאַרניכטונג פֿון 11 מיליאָן ייִדן. אָבער אָנגע­הויבן האָט זיך די פֿאַרניכטונג נאָך מיט אַ האַלב יאָר פֿריִער, ווען דײַטשלאַנד האָט אַטאַ­קירט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דעם 22סטן יוני 1941. מיט זייער אַרײַנדרינגונג אין ליטע, וואָס איז געווען אויף דער גרענעץ מיט דײַטשלאַנד, האָבן די דײַטשע מיליטער־איינהייטן, די "אײַנזאַצגרופּן", אָנגעהויבן צו מאָרדן די ייִדן, וווּ נאָר זיי האָבן זיי גע­טראָפֿן.

איך פּערזענלעך בין אַרעסטירט געוואָרן דעם 24סטן יוני און געזאָלט דערשאָסן ווערן אינעם 7טן פֿאָרט אין קאָוונע צוזאַמען מיט נאָך 7,000 ייִדן. צו מײַן מזל, בין איך געווען איינער פֿון די זיבן ייִדן, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿון יענער אַקציע, און אַלע אַנדערע זענען דערמאָרדעט געוואָרן. פֿון די זיבן בין איך געווען דער איינציקער, וואָס איז זוכה געווען איבערצולעבן די מלחמה. איך האָב פֿאַרלוירן אין דעם חורבן מײַנע עלטערן און צוויי ברידער און גע­בליבן לעבן צוזאַמען מיט אַ ייִנגערן ברודער. ערשט נאָך אונדזער באַפֿרײַונג דורך דער רויטער אַרמיי, האָבן מיר — צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט — זיך דערוווּסט וועגן די מיליאָנען דערמאָרדעטע ייִדן.

אַזוי לאַנג ווי די ייִדן זענען געווען די איינציקע קרבנות פֿון היטלעריזם, האָט אויף דעם די וועלט נישט רעאַגירט. ווען ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז דער היטלעריזם באַדראָט די גאַנצע וועלט, איז שוין פֿאַר די זעקס מיליאָן ייִדן געווען צו שפּעט. דער דײַטשער גלח מאַרטין נימאַלער, אַן אַנטי־היטלעריסט, וואָס איז געווען פֿאַרשיקט אין די קאָנצענ­טראַציע־לאַגערן פֿון זאַקסענ­האַוזען און דאַ­כאַו, האָט דערקלערט: "צוערשט האָבן די נאַציס גערודפֿט די קאָמוניסטן, און איך האָב געשוויגן, ווײַל איך בין נישט גע­ווען קיין קאָמוניסט. דאַן האָבן זיי גערודפֿט די ייִדן, און איך האָב געשוויגן, ווײַל איך בין נישט געווען קיין ייִד. דאַן האָבן זיי גע­רודפֿט די קאַטאָליקן, און איך האָב געשוויגן, ווײַל איך בין געווען אַ פּראָטעסטאַנט. דאַן זענען זיי געקומען צו מיר און עס איז שוין נישט גע­ווען ווער עס זאָל זיך אָננעמען פֿאַר מיר".

נאָך מײַן באַפֿרײַונג האָב איך נאַיִוו גע­קלערט, אַז אַנטיסעמיטיזם מיינט דאָך מאַסן־מאָרד, חורבן; צו זײַן אַן אַנטיסעמיט וועט פֿון איצט אָן זײַן אַ שאַנדע. שוין אַ יאָר שפּעטער, ווען איך בין אַנטלאָפֿן פֿון ליטע קיין פּוילן, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די פּאָליאַקן האָבן דערמאָרדעט נאָך דער מלחמה ייִדן, וואָס האָבן זיך אומגעקערט אַהיים פֿון די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן און פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און האָבן געוואָלט צוריקצובאַקומען זייערע פֿאַרמעגנס. ווען איך בין געקומען אין אָקטאָבער 1945 קיין זאַלצבורג, האָב איך זיך אָנגעשטויסן דאָרט אין אַן אַנטיסעמיטישן אויסברוך, ווען אַן עסטרײַכישער שאָפֿער פֿון אַן אויטאָבוס האָט אַרויסגעוואָרפֿן אַ ייִדישן פּליט.

דעם 11טן אַפּריל הײַיאָר איז געוואָרן 47 יאָר זינט עס האָט זיך געעפֿנט אין ירושלים דער אײַכמאַן־פּראָצעס. אַדאָלף אײַכמאַן איז געמישפּט געוואָרן אין ירושלים פֿאַר די פֿאַרברעכנס קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק און קעגן דער מענטשהייט. אין זײַן דערעפֿענונג־רעדע אין געריכט האָט דער ישׂראלדיקער פּראָקוראָר, גדעון האַוזנער, דערקלערט צווישן אַנדערע:

"אויפֿן פּלאַץ, וווּ איך שטיי איצט פֿאַר אײַך, ריכטער פֿון ישׂראל, צו באַשולדיקן אַדאָלף אײַכמאַנען, שטיי איך נישט אַליין. עס געפֿינען זיך מיט מיר הײַנט דאָ זעקס מיליאָן פּראָקוראָרן, אָבער זיי קענען זיך נישט שטעלן אויף זייערע פֿיס, אָנצוּווײַזן מיט זייערע פֿינגער אויף דער גלעזערנער צעל, וווּ איר געפֿינט זיך, און אויסשרײַען: "מיר באַשולדיקן!"

אײַכמאַן איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט. דער העכסטער געריכט האָט אָפּגע­וואָרפֿן זײַן אַפּעלאַציע און ער איז אויפֿגע­האָנגען געוואָרן אין דער רמלהער תּפֿיסה.

אין "יד־ושם" אין ירושלים זענען פֿאַראַן די ליסטעס פֿון 4 מיליאָן נעמען פֿון די ייִדישע קרבנות און דער אײַכמאַן־פּראָצעס האָט געבראַכט צו אַ קאָלאָסאַלער ווענדונג אין דער באַציִונג צום חורבן. דער פּראָצעס איז זייער ברייט באַריכטעט געוואָרן אויף דער גאַנצער וועלט און האָט מיט דעם גע­בראַכט דעם חורבן אין זײַן פֿולער באַדײַטונג צום אויפֿמערק און באַוווּסטזײַן פֿון די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרײַזן אויף דער גאָרער וועלט. פֿאַר די ייִדן, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין גלות, האָט דער מישפּט געבראַכט טאָג־טעגלעך אין פֿאַרלויף פֿון צוויי יאָר די איבערלעבונגען פֿון גרויסן אומגליק מיט אַלע זײַנע שוידערלעכסטע פּרטים.

דער אײַכמאַן־פּראָצעס האָט געשטאַרקט די האָפֿענונג, וואָס האָט געהערשט צווישן אונדז, די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, אַז עס וועט סוף־כּל־סוף נעמען אַן ענדע צום אַנטיסעמיטיזם. מיר האָבן געוואָלט גלייבן, אַז די וועלט וועט פֿונדעסטוועגן פֿאַרשטיין, אַז עס איז נישטאָ קיין ערגערע זאַך ווי די שׂינאה צום מענטשן, וואָס האָט געבראַכט צו די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן און גאַז־קאַמערן. אָבער 47 יאָר נאָכן אײַכמאַן־פּראָצעס זענען מיר לעבעדיקע עדות, אַז דער אַנטיסעמיטיזם — דעפֿינירט ווי די לענגסטע שׂינאה אויף דער וועלט — איז נישט פֿאַרשוווּנדן. יעדן טאָג שטאַרקט זיך די איבערצײַגונג אין אמת פֿון ייִדישן שפּריכוואָרט, אַז "דער וועלט איז געגעבן געוואָרן 10 מאָסן פֿון ליידן: 9 פֿון זיי האָבן באַקומען די ייִדן און וואָס איז געבליבן — די גאַנצע וועלט".

מתּנות, וואָס אַנדערע פֿעלקער האָבן געירשנט מיט זייער געבורט, האָט ישׂראל נישט באַקומען אומזיסט, זי האָט געמוזט שטאַרק קעמפֿן פֿאַר זיי: אונדזער סוּווערע­ניטעט, אונדזער לאַנד, אונדזער ביסל וואַ­סער, אונדזער הויפּטשטאָט, די זיכערקייט פֿון אונדזערע הײַזער און לעבנס. אונדזערע צרות און שוועריקייטן זײַנען די איינציקע זאַך, וואָס קיינער האָט קיינמאָל נישט פּרובירט אַוועקצונעמען פֿון אונדז.

עס עקזיסטירט אַפֿילו די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן. די סיבה פֿאַר דעם איז, אַז די וואָס האָבן אונדז פֿײַנט — זייערע מאָטיוון, שטרעבונגען און מיטלען, ווי אויך זייערע העלפֿער און שטיצער — האָבן זיך נישט געענדערט אין פֿאַרלויף פֿון דער געשיכטע. עס עקזיסטירט אַ בונד פֿון עלעמענטן — דיאַמעטריש קעגנזעצלעך איינער צום אַנ­דערן — אָבער אַלע צוזאַמען זענען זיי גע­צילט קעגן די ייִדן און דער ייִדישער מדינה.

וואָס אַנדערש איז געמיינזאַם פֿאַר די אַנטיסעמיטן אין רוסלאַנד אָדער פּוילן, נעאָ־נאַציסטן אין ענגלאַנד אָדער דרום־אַפֿריקע, געגאָלטע נאַציסטן אין דײַטשלאַנד און נעאָ־פֿאַשיסטן אין איטאַליע, אַ "ליבעראַלן" רעדאַקטאָר פֿון דער "פֿאַראייניקטער קירכע" אין קאַנאַדע און אַן אַנטי־עקומענישן וואָרט­זאָגער פֿון וואַטיקאַן, אַן אַראַבישן טעראָ­ריסט פֿון "שוואַרצן סעפּטעמבער", אַ ווײַסן "טאַקואַראַ"־ראַסיסט אין אַרגענטינע און די צוויי אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרן — דזשאַן מירשהיימער און סטיוו וואָלט — וואָס האָבן לעצטנס פּובליקירט זייער בוך: "די ישׂראלדי­קע לאַבי און אַמעריקעס פּאָליטיק"?

אַן אַמעריקאַנער גוטבאַזיצער, אַ פֿאַרזי­כע­רונג־אַגענט, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לע­רער און זייער גלײַכן, ווען זיי לייענען דאָס בוך, וועלן זיי אַלע, אויב נישט די מערהייט פֿון זיי, גלייבן, אַז די ייִדן הערשן אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, איבער אירע פּאָליטי­קער און אין דער אַמעריקאַנער טעלעקאָ­מוניקאַציע. מיט איין וואָרט — זיי הערשן אין אַמעריקע. אין דער מיינונג פֿון די צוויי פּראָפֿעסאָרן, איז דער טעראָר אין אַמעריקע אַ רעזולטאַט פֿון אַמעריקעס שטיצע פֿאַר ישׂראל, און דעריבער איז ישׂראל נישט קיין פֿרײַנד פֿאַר אַמעריקע, נאָר אַ לאַסט.

איז דאָס נישט קיין אַמעריקאַנער ווערסיע פֿון די "פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון" — אַ געכּשרטער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער אַנטיסעמיטיזם?

אָבער אין דער צײַט, וואָס אונדזערע פֿײַנט און זייערע שטרעבונגען, ווי אויך די גלײַכגילטיקייט פֿון דער וועלט, זענען די זעלבע ווי זיי זענען געווען מיט איבער 60 יאָר צוריק, האָבן מיר, ייִדן, זיך געענדערט. אונדזער מדינה מיט איר סוּווערעניטעט זענען געווען דער קאַטאַליזאַטאָר, און אונדזער געשטאַלט אין די אויגן פֿון די נישט ייִדן, ווי אויך אונדזער רעאַליטעט, האָבן זיך געענדערט. טויזנטער יאָרן איז דער ייִד געווען אַ שוואַכער און גערודפֿטער. ווען אַ ייִדיש קינד האָט באַקומען קלעפּ, האָט ער געהאַט מורא צו שלאָגן צוריק. הײַנט איז עס גאָר אַנדערש. דער ייִד איז אַ נײַ־געבוירענער; ווען מען שלאָגט אים, שלאָגט ער צוריק.

וואָס שייך דער אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן: נישט נאָר וואָס די דאָזיקע טענדענץ וואַשט ריין די שולדיקע פֿון זייערע פֿאַרברעכנס, נאָר זי לייגט די שולד אויף די קרבנות; אויף די, וואָס האָבן איבערעלעבט דעם גיהנום אויף זייערע קערפּערס. די קרבנות זענען באַשולדיקט אין האָבן אויסגעטראַכט דעם בילבול פֿון פֿאַרניכטונג.

היסטאָריקער זעען אין דער אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן אויך די פֿאָלגנדיקע מאָטיוון:

(—) אַ פּרוּוו צו רייניקן דעם פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון געוויסן; אָפּוואַשן די הענט און באַרעכטיקן די גלײַכגילטיקייט; נישט רעאַגירן אויף אַזאַ שוידערלעכן טאַט ווי די מאַסן־מאָרדן פֿון די ייִדן.

(—) אַן אַקציע צו דעליגיטימיזירן דעם פּאָליטישן ציוניזם און מדינת־ישׂראל, וועמענס אויפֿריכטונג און רעכט צו עקזיס­טירן זענען צוזאַמענגעבונדן מיטן חורבן.

(—) דער ווילן צו פֿאַראייביקן דאָס געשטאַלט פֿון ייִדן, ווי אַ הערשנדיקע גרופּע איבער דער גאַנצער וועלט, ווי עס איז באַשריבן אין די "פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון", און ווי אַ מחנה וואָס האָט דעם כּוח אַרײַנצושלעפּן די גאַנצע וועלט אין אַ ליגן, וואָס זי האָט געשאַפֿן.

די טענות פֿון די חורבן־אָפּלייקענער זענען פֿאָלגנדיקע:

(—) דער חורבן האָט בכלל נישט עקזיס­טירט.

(—) נישט היטלער אָדער עמעץ אַ צוויי­טער פֿון די נאַצי־פֿירער האָט קיינמאָל נישט געגעבן אַ באַפֿעל צו פֿאַרניכטן די ייִדן.

(—) די נאַציס האָבן זיך קיינמאָל נישט באַנוצט מיט גאַז־קאַמערן צו פֿאַרניכטן די ייִדן.

(—) די צאָל פֿון 6 מיליאָן אויסגעמאָרדעטע ייִדן איז אַ העכסט־איבערגעטריבענע. לויט אַ טייל אָפּלייקענער איז די צאָל קרבנות געווען אַ מיליאָן, און לויט אַנדערע — בלויז אייניקע הונדערטער טויזנט. (אַגבֿ, די צאָל פֿון 6 מיליאָן קרבנות אינעם חורבן האָט אָנגעגעבן אויך אַדאָלף אײַכמאַן, וועלכער איז געווען דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער פֿאַר דער רעאַליזירונג פֿון מאַסן־מאָרד).

(—) די פֿילמען, געוויזן נאָך דער מלחמה, אין וועלכע מען זעט דעם מאָרד פֿון די ייִדן, זענען פּראָדוצירט געוואָרן בעת דער מלחמה פֿון די אַמעריקאַנער ווי פּראָפּאַגאַנדע קעגן דײַטשלאַנד.

(—) די היסטאָרישע באַווײַזן, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן, זענען געפֿעלשטע.

(—) אַ גרויסע צאָל אַקאַדעמיקער און היסטאָריקער האָבן מורא מודה צו זײַן, אַז דער חורבן איז אַן אויסטראַכטעניש, צוליב דעם וואָס זיי קאָנען פֿאַרלירן זייערע שטעלעס.

אַז דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון די אַליִיִרטע קרעפֿטן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענעראַל דווײַט אײַזענהאַוער — וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אויסגעוויילט ווי פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — האָט דערזען די ייִדישע קרבנות אין די טויט־לאַגערן, האָט ער געגעבן אַ באַפֿעל עס צו פֿאָטאָגראַפֿירן און זײַנע אָפֿיצירן:

"רעגיסטרירט דאָס אַלץ, נעמט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מאַכט פֿילמען, געפֿינט עדות, ווײַל וווּ נישט איז אויפֿן וועג פֿון דער געשיכטע וועט זיך געפֿינען אַ ממזר, וועלכער וועט אויפֿשטיין און זאָגן, אַז דאָס אַלץ האָט קיינמאָל נישט פּאַסירט".

די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן איז דעריבער איינע פֿון די ערגסטע און געמיינסטע אויסדרוקן פֿון אַנטיסעמיטיזם.

אין די לעצטע יאָרן האָט דער טראַדיציאָנעלער אַנטיסעמיטיזם צוגעגעבן אַנטי־ישׂראלדיקע אויסדרוקן און עס האָט זיך געשאַפֿן דער אַזוי גערופֿענער נײַער אַנטיסעמיטיזם — אַ באַגריף, וואָס שטראָמט אַרויס גלײַכצײַטיק פֿון לינקס, רעכטס, און פֿון דעם פֿונדאַמענטאַלן איסלאַם. ער דערשײַנט ווי אַן אָפּאָזיציע צום ציוניזם און מדינת־ישׂראל. דער דאָזיקער אַנטיסעמיטיזם עקזיסטירט סײַ אין די לענדער, וווּ ס׳זענען פֿאַראַן ייִדן און סײַ וווּ זיי זענען שוין נישטאָ; ער שליסט אײַן אַלע אויסדרוקן וואָס האָבן עקזיסטירט אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן אינעם טראַדיציאָנעלן אַנטיסעמיטיזם. נאָך מער: עס עקזיסטירט אַ לאַנד, איראַן, אַ מיטגליד פֿון דער "יו־ען", וואָס זײַן פּרעזידענט, אַכמאַדינעדזשאַד, רופֿט עפֿנטלעך צו פֿאַרניכטן מדינת־ישׂראל און באַמיט זיך צו פּראָדוצירן אַטאָמיש געווער, כּדי צו רעאַליזירן זײַן מערדערישן ציל.

אין אַפּריל האָט מדינת־ישׂראל און דאָס ייִדישע פֿאָלק אָפּגעצייכנט 65 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און דעם "יום־השואה והגבֿורה" — דעם טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. דעם טאָג פֿאַראייניקן מיר מיטן אָנדענק פֿון די 6 מיליאָן קרבנות, ווי אויך מיט די העלדישע טאַטן פֿון די ייִדן אין דער גרויזאַמסטער תּקופֿה. צווישן די וויכטיסקטע און באַדײַטנדיקסטע געשעענישן אין דער דאָזיקער תּקופֿה איז געווען דער אויפֿשטאַנד אינעם וואַרשעווער געטאָ — דער ערשטער עפֿנטלעכער אויפֿשטאַנד קעגן די נאַציס אין פֿאַרלויף פֿון דער מלחמה. מיר דערמאָנען אויך די העלדישע טאַטן פֿון די אויפֿשטאַנדן אין אַנדערע געטאָס און טויט־לאַגערן, די פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער און די באַטייליקונג פֿון די ייִדן אין די אַרמייען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַמעריקע און ענגלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

העלדישקייט האָט אָבער געפֿונען אַן אויסדרוק אויך אויף אַנדערע אופֿנים: די העלדישקייט פֿון אַ ייִדישער מוטער, דריקנדיק צו איר האַרצן איר קליין קינד אין די לעצטע מאָמענטן פֿאַרן דערשאָסן ווערן; די גבֿורה פֿון אַ טאַטן צו געפֿינען אַ שטיקל ברויט פֿאַר זײַן קינד; דאָס אַרויסהעלפֿן איינער דעם אַנדערן פֿון די פֿאַרמישפּטע, בעת זייערע שווערע ארבעטן. און נאָך, און נאָך...די ייִדן האָבן אַרויסגעוויזן העלדישקייט גייענדיק צו די גריבער אין זייערע טליתים, זאָגנדיק קאַפּיטלען תּהילים אָדער זינגענדיק די "התּיקווה".

די קרבנות האָבן אַרויסגעוויזן אַ גײַסטיקע העלדישקייט אָפּהיטנדיק אין די געטאָס און לאַגערן שבת, ימים־טובֿעם, צינדנדיק חנוכּה־ליכט און אָרגאַניזירנדיק אַ סדר אויף פּסח, קלאַסן פֿאַר קינדער, טעאַטער און קאָנצערט־אונטערנעמונגען; געלאָזט פֿאַר די צוקונפֿטיקע דורות אַ גבֿית־עדות, פֿאַרשרײַבנדיק די געשעענישן, וואָס עס האָבן פּאַסירט מיט די ייִדן אונטער די נאַציס.

דער באַקאַנטסטער פֿאַל פֿון אַזאַ געשריבענעם עדות וועגן די געשעענישן בעתן חורבן, איז דער טאָגבוך פֿון דעם האָלענדישן ייִדישן מיידל אַנאַ פֿראַנק.

איך פּערזענלעך האָב געשריבן אַ טאָגבוך אויף העברעיִש אין פֿאַרלויף פֿון מײַנע דרײַ יאָר באַהעלטעניש פֿון די נאַציס. מײַן בוך "יוגנט אין באַהעלטעניש", איז פּובליקירט געוואָרן אין 6 שפּראַכן: העברעיִש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מײַן טאָגבוך איז דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרעם, האָט מען דעם גאַנצן טאָגבוך רעסטאַוורירט צוליב זײַן היסטאָרישער וויכטיקייט און אָריגינעלקייט, ווײַל עס איז דער איינציקער פֿולער טאָג־בוך אויף דער וועלט אין דער העברעיִשער שפּראַך. קאָפּיעס פֿון מײַן רעסטאַוורירטן טאָגבוך געפֿינען זיך אין "יד־ושם" אין ירושלים און אין חורבן־מוזעום אין וואַשינגטאָן.

די ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָבן אויך געלערנט אַ לעקציע: דאָס ייִדישע פֿאָלק טאָר מער נישט זײַן אָן אַ היים און אָן אַ זעלבסטפֿאַרטיידיקונג. מע טאָר אונדזער זיכערהייט נישט לאָזן אין די הענט פֿון אַנדערע; מיר מוזן זיך פֿאַרלאָזן, דער עיקר, אויף זיך אַליין; מיר מוזן זײַן שטאַרק און אַנטשלאָסן צו קעמפֿן קעגן יעדן פֿײַנט. מיר ווילן שלום מיטן גאַנצן האַרצן, אָבער מיר וועלן עס נישט דערגרייכן, זײַענדיק שוואַך און אומבאַוואָפֿנט. מיר מוזן זײַן דרייסט און אַנטשלאָסן אָפּצוהיטן, וואָס איז אונדז טײַער און לעבנסוויכטיק פֿאַר אונדזער צוקונפֿט. דעריבער מוזן מיר באַקעמפֿן אַלע אויסדרוקן פֿון אַנטיסעמיטיזם, חורבן־אָפּלייקענונג און יעדן סאָרט פֿון פּראָפּאַגאַנדע — אָפֿט פֿאַרשטעלט ווי אַנטי־ישׂראל אויסדרוקן, וואָס מערן זיך פֿון טאָג צו טאָג אין געוויסע לענדער, ווי צום בײַשפּיל אין פֿראַנקרײַך, וווּ עס געפֿינט זיך איצט די גרעסטע ייִדישע קהילה אין אייראָפּע — אַרום 600,000 ייִדן. די הויפּט־סיבה, וואָס אין פֿראַנקרײַך ווערט פֿאַרשפּרייט די אַנטי־ייִדישע פּראָפּאַגאַנדע איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דאָרטן וווינען איצט צווישן 5 און 6 מיליאָן מוסולמענער.

די עקזיסטענץ פֿון דער אומאָפּהענגיקער מדינת־ישׂראל איז די איינציקע גאַראַנטיע, אַז אוישוויץ און מײַדאַנעק, בערגען־בעלזען און שטוטהאָף וועלן בלײַבן אַ פֿינצטערער אָנדענק־צייכן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס וועט זיך קיינמאָל נישט איבערחזרן.