‫פֿון רעדאַקציע

שוין עטלעכע טעג, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער דרייט זיך אינעם מיטעלן מיזרח, און ווייניק ווער, סײַ די ישׂראלים, סײַ די אַראַבער, סײַ די מערבֿ־וועלט בכלל קענען פֿאַרשטיין, וואָס האָט ער דאָרט פֿאַרלוירן און וואָס וויל ער דאָרט געפֿינען.

אין ישׂראל האָט מען זיך באַצויגן צו קאַרטערס באַגעגענישן מיט די פֿירער פֿונעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — נעגאַטיוו. נאָך מער: די איצטיקע רעגירונגס־פֿירער אין ישׂראל, האָבן אַפֿילו אויסגעמיטן זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אַמעריקאַנער פּרעסע שרײַבט, אַז קאַרטער קערט זיך אום אַהיים "מיט ליידיקע הענט". אָבער אייניקע אייראָפּעיִשע זשורנאַליסטן האַלטן, אַז קאַרטערן האָט זיך אײַנגעגעבן צו "ברעכן דאָס אײַז", כאָטש געפּאַסט וואָלט אפֿשר מער פֿאַר יענע הייסע מקומות צו זאָגן, אַז דער אָנגעגליטער מצבֿ, האָט נאָך קאַרטערס וויזיט קיין היץ נישט פֿאַרלוירן.

דזשימי קאַרטער אַליין איז בפֿירוש צופֿרידן מיט זײַן אַרבעט. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק האָט ער בעת זײַן אויפֿטריט אין ירושלים געזאָגט, אַז די פֿירער פֿון "כאַמאַס" זײַנען גרייט צו אָנערקענען די אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין עזה, לויט דעם באַשלוס, וואָס עס לייגט פֿאָר די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע בראָש מיט מאַכמוד אַבאַס; אויב דעם דאָזיקן באַשלוס וועט שטיצן דער דורכגעפֿירטער פֿאָלקס־רעפֿערענדום.

פֿון דעם מאַכט קאַרטער זײַן אייגענעם אויספֿיר: אויב דער פּאַלעסטינער רעפֿערענדום וועט באַשטעטיקן דעם פּלאַן פֿון שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה, וועט עס גלײַך מיינען, אַז "כאַמאַס" אָנערקענט די עקזיסטענץ פֿון צוויי באַזונדערע מלוכות — ישׂראל און פּאַלעסטינע.

אינעם זעלבן טאָג, מיט עטלעכע שעה שפּעטער, האָט מאַשאַל, מיט וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געהאַט אַזאַ האַרציקן שמועס און באַקומען "פֿאַרלאָזלעכע צוזאָגענישן", געלאָזט וויסן פֿון דמשׂק, אַז "׳כאַמאַס׳ וועט שטיצן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה אין די גרענעצן פֿון יאָר 1967, מיט דער הויפּטשטאָט אין מיזרח־ירושלים און מיט אַ פֿולער סוּווערעניטעט, ווי אויך מיט אַלע רעכט פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים זיך אומצוקערן..." — און ווײַטער גיט מאַשאַל צו: "אָבער ׳כאַמאַס׳ וועט קיין מאָל נישט אָנערקענען מדינת־ישׂראל". נאָך מער, ער האָט באַטאָנט, אַז "כאַמאַס" וועט פֿאָדערן, אַז אינעם רעפֿערענדום זאָלן זיך באַטייליקן אַלע פּאַלעסטינער, אַרײַנגערעכנט די פּליטים, וואָס געפֿינען זיך אין די לאַגערן פֿון לבֿנון, סיריע און יאָרדאַניע...

מאַשאַל האָט דערקלערט אַ סך אַנדערע פּונקטן, באַרירט בעתן שמועס מיט פּרעזידענט קאַרטער, וואָס האָבן נאָך דעם אַרויסגעשטעלט דעם הויכן אַמעריקאַנער גאַסט פֿאַר אַ ליגנער.

די ישׂראל־פּרעסע גופֿא באַטאָנט, אַז "כאַמאַס" האָט פּראָסט און פּשוט אויסגענוצט קאַרטערן, וואָס האָט מיט זײַנע "באַגעגענישן" פֿאַקטיש געוויזן דעם וועג פֿאַר אַנדערע וועלט־פֿירער צו אָנערקענען די טעראָריסטישע מחנה אין עזה. די פֿירער פֿון "כאַמאַס", אין שפּיץ מיט מאַשאַלן האָפֿן זייער, אַז אָט דער ערשטער טראָט וועט מאַכן אַ סוף צום אינטערנאַציאָנאַלן בויקאָט פֿון "כאַמאַס" און זייער נחלה — עזה.

וואָס זשע האָט אַזוינס אויפֿגעטאָן דזשימי קאַרטער מיט זײַן נסיעה אין מיטעלן מיזרח? ער האָט עפֿנטלעך גערופֿן צו אָנערקענען די פֿירער און אָרגאַניזאַציעס, וואָס פּריידיקן טעראָריזם, מאַסן־מערדערײַ און פֿאַרניכטונג פֿון אַ שכנישער מדינה. ער האָט אַרויסגעוויזן זײַן שוואַכן וויסן פֿון די פּראָבלעמען אין מיטעלן מיזרח, אין די נאַציאָנאַלע אייגנאַרטיקייטן פֿון דער אַראַבישער פּאָליטיק, ווען אויף ענגליש זאָגט מען איינס, און אויף אַראַביש מיינט מען גאָר פֿאַרקערטס; ער האָט ווידער, נאָכן פּובליקירן זײַן מיאוסן בוך קעגן ישׂראל, אַנטפּלעקט זײַן פּאָליטישע אומקאָרעקטקייט צו דער ישׂראל־רעגירונג און אירע באַמיִונגען אײַנצושטעלן אַ יושרדיקן שלום מיט אירע שכנים.

ווי זאָגט מען בײַ אונדז: מיט אַ קראַנקן קאָפּ שטופּט מען זיך נישט אין פֿײַער אַרײַן.