אין אַ סך האָטעלן איבער דער וועלט געניסן די געסט הײַנט פֿון אַ ריי הויך־טעכנאָלאָגישע באַקוועמלעכקייטן. די טירן בײַם אַרײַנגאַנג עפֿענען זיך אויטאָמאַטיש; די קראַנטן אין די עפֿנטלעכע וואַשצימערן שפּריצן אַרויס וואַסער, באַלד ווי אַ האַנט דערנענטערט זיך צו זיי, און בײַם קלאָזעט־טאָפּ דאַרף מען מער נישט אָנקוועטשן, כּדי אַראָפּצולאָזן דאָס וואַסער, ווײַל עס גיסט זיך אויס אויטאָמאַטיש, ווי באַלד דער מענטש שטייט אויף. נאָך וויכטיקער — ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער אַרײַנצוגיין אינעם האָטעל־צימער, ווײַל אַנשטאָט דעם אַלט־מאָדישן שליסל, עפֿנט מען די טיר דורך אַן עלעקטראָניש קאַרטל.
אָבער בײַ די ייִדן וואָס היטן שבת איז אָט די נײַע טעכנאָלאָגיע דווקא אַ קאָפּווייטיק. די תּורה רעכנט אויס 39 מלאכות, וואָס אַ ייִד טאָר נישט טאָן שבת, און צווישן זיי איז "לא תבערו אש בכל משבתיכם ביום השבת" (שמות 35: 3) — נישט צינדן אינעם טאָג פֿון שבת קיין פֿײַער אין אײַערע וווין־ערטער — אַ פֿאַרווער וואָס, לויט די הײַנטיקע רבנים, נעמט אַרײַן אַלע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן.
דאָס איז געוואָרן אַ פּראָבלעם פֿאַר די פֿרומע ייִדן אויף וואַקאַציע, נישט בלויז שבת, נאָר אויך יום־טובֿ. הגם יום־טובֿ מעג מען קאָכן, זענען אַלע אַנדערע פֿאַרווערן פּונקט די זעלבע ווי שבת.
יאָרן לאַנג איז די גרעסטע טעכנאָלאָגישע שטרויכלונג פֿאַרן פֿרומען ייִד געווען דער ליפֿט. פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן איז דער ענטפֿער געווען אַ פּשוטער: מע האָט באַשטעלט אַ צימער אויף אַ נידעריקן שטאָק, און אַרויפֿגעגאַנגען צו־פֿוס. אָבער צוליב דעם וואָס געוויסע מענטשן האָבן געהאַט שוועריקייטן מיטן אַרויפֿגיין די טרעפּ, האָבן ס׳רובֿ רבנים געפּסקנט, אַז מע מעג ניצן אַ שבת־ליפֿט, וואָס ווערט פּראָגראַמירט זיך אָפּצושטעלן אויף יעדן גאָרן. געוויסע האָטעלן, ווי דער "אידען ראָק" אין מיאַמי־ביטש, ניצן אַ שבת־ליפֿט יעדעס יאָר במשך פֿון דער פּסח־וואָך. דער "אידען ראָק", וואָס האַלט איצט אין רעמאָנטירט ווערן און וועט זיך ווידער עפֿענען אין יאָר 2009, ווערט געכּשרט אויף פּסח יעדעס יאָר, און איז דערפֿאַר אַ פּאָפּולער פּסחדיק וואַקאַציע־אָרט.
הײַנט אָבער איז די גרעסטע זאָרג — דער עלעקטראָנישער שליסל. אַלץ מער האָטעלן ניצן אים, און פֿאַר וואָס נישט? ער איז ביליק, און צוליב דעם וואָס מע וואַרפֿט אים אַרויס ווען דער גאַסט פֿאַרלאָזט דעם האָטעל — איז ער אויך אַ סך זיכערער ווי דער אַלטער מין שליסל. אין כּמעט אַלע מאָדערנע האָטעלן האָט די עלעקטראָנישע סיסטעם שוין פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם האַנטשליסל — דער איינציקער מין שליסל, וואָס אַ פֿרומער ייִד ניצט שבת, און דעריבער מוז דער גאַסט איצט אויספּלאָנטערן, ווי אַזוי וועט ער קענען עפֿענען די טיר פֿון זײַן צימער?
דער גרינגסטער און פֿאַרשפּרייטסטער ענטפֿער איז צו ניצן אַ שבת־גוי. דאָס איז טײַטש: צו בעטן אַ נישט־ייִד צו טאָן די אַרבעט שבת, וואָס אַ ייִד טאָר נישט טאָן. (סײַ דער זינגער עלוויס פּרעסלי, סײַ דער געוועזענער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר קאָלין פּאַועל האָט דערציילט, אַז ער האָט יונגערהייט געדינט ווי אַ שבת־גוי.) פּיני ווירצבערגער, אַ ניו־יאָרקער פֿרומער פֿאָר־אַגענט, וועלכער האָט שוין באַזוכט צענדליקער שטעט איבער דער וועלט, זאָגט, אַז יעדעס מאָל וואָס ער שטייט אײַן אין אַ האָטעל שבת, גייט ער ערבֿ־שבת צו צו אַן אָנגעשטעלטן פֿונעם האָטעל און דערקלערט אים אָדער איר די פּראָבלעם. דערנאָך בעט ער דעם אַרבעטער צו עפֿענען די טיר פֿאַר אים בײַ געוויסע צײַטן פֿון טאָג, און ער גיט אים איבער דעם עלעקטראָנישן שליסל. "ס׳שאַט נישט, אים אונטערצורוקן אַ ביסל טרינקגעלט אויך," האָט ער געזאָגט.
געוויסע האָטעלן האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו העלפֿן זייערע פֿרומע ייִדישע געסט אין דעם פּרט, בפֿרט אויב זיי קומען ווי אַ טייל פֿון אַ ספּעציעלער אונטערנעמונג. הרבֿ נחמן כּהן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג בײַם "פֿאַרבאַנד פֿון אָרטאָדאָקסישע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער", האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ווען ער האָט פֿאַראַיאָרן אָנגעפֿירט מיט דער וואָך־לאַנגער פּסח־פּראָגראַם בײַם "ראַנטשאָ בערנאַרדאָ האָטעל" לעבן סאַן־דיעגאָ, האָט דער האָטעל, לטובֿת די פֿרומע ייִדישע געסט, פֿאַרביטן דעם עלעקטראָנישן אַפּאַראַט אויף די טירן אויף געוויינטלעכע שלעסער. "נאָך 10 טעג האָבן זיי ווידער אַרײַנגעשטעלט די עלעקטראָנישע," האָט ער געזאָגט.
און בעת אַ בר־מיצווה אין אַ האָטעל לעבן לאַ־גוואַרדיע פֿליפֿעלד אין קווינס, נ״י — האָט דער רבֿ צוגעגעבן — האָט דער האָטעל צוגעשטעלט אַ וועכטער אויף יעדן שטאָק. די געסט האָבן זיך געפֿילט רויִק בײַם לאָזן זייערע טירן אָפֿן ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז דער וועכטער האַלט אַן אויג. די טײַערסטע חפֿצים האָבן די געסט באַהאַלטן אין אַ סייף בײַ די האָטעל־פֿאַרוואַלטער.
אָבער וואָס טוט אַ פֿרומער ייִד, אויב ער קען בכלל נישט געפֿינען קיין האָטעל וואָס איז גרייט צוצושטעלן אַזוינע באַדינונגען? מיט אַ שמייכל האָט ווירצבערגער געענטפֿערט: "זאָלן זיי אויסזוכן אַן אַלט־מאָדישן האָטעל."