|
טעמפּלערס אין דער קאָלאָניע ווילהעלמאַ |
|
אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט.
די טעג, ווען איך שרײַב מײַן הײַנטיקן “בריוו פֿון ירושלים", איז אין פּוילן אָפּגעצייכנט געוואָרן 65 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ לויט דעם אַלגעמיינעם קאַלענדאַר. לויטן ייִדישן לוח איז עס געשען אין דער ערשטער סדר־נאַכט.
דאָנערשטיק, כ״ו ניסן, דעם 1טן מײַ, וועלן מיר אין ישׂראל און אומעטום אין דער ייִדישער וועלט אָפּמערקן דעם טרויעריקן טאָג פֿון “יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה", אין זכר פֿון דעם חורבן און אומקום פֿון די זעקס מיליאָן קדושים. מיטוואָך, ב’ אייר, וועלן מיר אָפּמערקן “יום־הזכּרון לחללי צה"ל", אונדזער טרויער־טאָג נאָך די געפֿאַלענע זעלנער אין קאַמף מיט אונדזערע שׂונאים, און גלײַך אויף צו מאָרגנס וועלן מיר פֿײַערן דעם 60סטן יוביליי פֿון דעם אויפֿקום פֿון אונדזער פֿרײַער ייִדישער מדינת־ישׂראל, ווי אויך 40 יאָר זינט דער פֿאַראייניקונג פֿון ביידע טיילן פֿון ירושלים — דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט מיט דער עיר־החדשה, מיט דעם נײַעם טייל פֿון שטאָט.
יעדע פֿון די דאָזיקע דאַטעס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מײַלשטיין און ווענדפּונקט אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק, וואָס פֿאָדערט פֿון אונדז צו מאַכן אַ דין־וחשבון, סײַ פֿאַר אונדזער אייגענער קעגנוואַרט און סײַ פֿאַר אונדזערע קומענדיקע דורות.
* * *
אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿײַערונגען לכּבֿוד 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, זענען אין לויף פֿון דעם יאָר דערשינען צענדליקער ביכער, פֿאָרש־אַרבעטן און אַנדערע פּובליקאַציעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער מדינה אין אַלע אירע פֿאַזעס און אַנטוויקלונגען.
גאָר אינטערעסאַנט און זייער אַטראַקטיוו אַרויסגעגעבן איז דאָס בוך “המושבֿה הגרמנית ורחובֿ הרפֿאים" (“די דײַטשישע קאָלאָניע און די שדים־גאַס") פֿון דעם גוט־באַקאַנטן אַרכיטעקט און באַגאַבטן היסטאָריקער פֿון ירושלים דוד קרויאַנקער, מחבר פֿון אַ צאָל ביכער וועגן אַלט־ און נײַ־ירושלים, דער געשיכטע פֿון אירע קוואַרטאַלן און געגנטן, דער אַרכיטעקטור פֿון די הײַזער און זייער פֿאַרגאַנגענהייט.
עס איז רײַך אין אינהאַלט און עס איז באַגלייט מיט הערלעכע אילוסטראַציעס, מיט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, מיט באַלערנדיקע דערקלערונגען און אינפֿאָרמאַציע וועגן די אײַנוווינער און זייער לעבנס־שטייגער.
פֿאַר מיר איז דאָס בוך באַזונדערס אינטערעסאַנט, ווײַל איך און מײַן משפּחה האָבן געוווינט אין דער געגנט עטלעכע יאָר, נאָך דעם ווי מיר זענען עולה געווען קיין ירושלים, גענוי מיט 30 יאָר צוריק!
די דאָזיקע געגנט איז באַקאַנט ווי די “מושבֿה גרמנית", ווײַל מיט אַרום 130 יאָר צוריק האָבן זיך אין איר באַזעצט מיטגלידער פֿון דער דײַטשישער רעליגיעזער סעקטע די “Tempelgeselschaft" און דעריבער האָט מען זיי גערופֿן די “טעמפּלערס".
זיי האָבן געהערט צו דער פּראָטעסטאַנישער באַוועגונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין דרום־דײַטשלאַנד אין דעם 19טן י"ה דורכן גײַסטיקן פֿירער קריסטאָף האָפֿמאַן. זייער ציל צו באַזעצן זיך אין דעם הייליקן לאַנד איז געווען צוגרייטן דעם באָדן פֿאַר דעם צווייטן צוריקקער פֿון יעזוסן, און אַזוי אַרום דערנענטערן די גאולה לויט דער קריסטלעכער רעליגיע.
זיי האָבן פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד סוף 19טן — אָנהייב 20סטן י"ה און אָנגעקומען קיין פּאַלעסטינע; זיך באַזעצט אין אייניקע פּונקטן פֿון לאַנד און זיך באַשעפֿטיקט מיט האַנדל, האַנטווערקערײַ און אַנדערע פֿאַכן. במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָבן זיי געפֿירט אַן אָפּגעשלאָסן אַרט לעבן צווישן זייערע ייִדישע און אַראַבישע שכנים. זייערע באַציִונגען מיט זיי זענען געווען פֿרײַנדלעכע און קאָרעקטע, ווי עס האָט געפּאַסט פֿאַר דעם דײַטשישן שטייגער.
אָבער אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן אויפֿקום פֿון היטלעריזם אין דײַטשלאַנד, איז בײַ זיי פֿאָרגעקומען אַ דראַסטישע ענדערונג, באַזונדערס צווישן די יוגנטלעכע און מיטל־יאָריקע, וועלכע זענען געוואָרן באַאײַנפֿלוסט פֿון דער דײַטשישער, אַנטיסעמיטישער נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע. זיי האָבן אָנגעהויבן געטרײַ אויסצופֿירן די דירעקטיוון פֿון דעם העצערישן פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער געבעלס און זײַנע אַגענטן אומעטום.
אין דער שטילער, פּאַסטאָראַלער קאָלאָניע, אין האַרץ פֿון ירושלים, אין דער “מושבֿה הגרמנית — עמק רפֿאים", אין אירע גאַסן און געסלעך אַרום, וואָס זענען געווען אין שכנות מיט די ייִדישע געגנטן “קטמון" און “תּלפּיות", האָט זיך אַנטוויקלט אַן אינטענסיווע טעטיקייט פֿון דער נאַצישער פּאַרטיי, וואָס האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ צענטער פֿון נאַציזם אין פּאַלעסטינע און אין די נאָענטע אַראַבישע לענדער אַרום.
אויף זייערע הײַזער האָבן זיי אַרויסגעהאָנגען פֿענער מיט האַקנקרייצן אויף דער מיט, די מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי האָבן אָפֿן און אומדערשראָקן באַגריסט אין די גאַסן פֿון ירושלים איינער דעם צווייטן, מיט דער נאַצישער באַגריסונג מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט און מיט דעם אויסרוף “הײַל היטלער".
אין זייערע הײַזער און אינסטיטוציעס האָבן זיי אויפֿגעהאָנגען די בילדער פֿון היטלערן און זײַנע אַרויסהעלפֿער. אין זייערע שולן און לערן־אַנשטאַלטן פֿאַר דערוואַקסענע האָבן זיי זיך באַנוצט מיט לערנביכער וואָס זיי האָבן אַרײַנגעפֿירט פֿון דײַטשלאַנד; זיי האָבן איבערגעריסן זייערע האַנדלס־קאָנטאַקטן מיט די ייִדן און זייערע שכנים אַרום.
אין זײַנע פֿאָרשונגען האָט דוד קרויאַנקער אויך געפֿונען אַ דאָקומענט וואָס האָט באַשטעטיקט, אַז געוויסע טעמפּלערס האָבן פּלאַנירט אַרײַנצושמוגלען געווער פֿון דײַטשלאַנד, כּדי צו באַוואָפֿענען די אַראַבער אין זייער קאַמף קעגן די ייִדן. שוין אין 1933 איז געגרינדעט געוואָרן אַן אָפּטייל פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי אין חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ און אַנדערע מקומות. ער ציטירט אויך פֿון דער שילדערונג פֿון חבֿיבֿ כּנען, וועלכער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געדינט ווי אַ פּאָליציאַנט אין דער בריטישער אַרמיי און פּאַטראָלירט זייער אָפֿט אין די געסלעך פֿון “מושבֿה גרמנית" — די דײַטשישע קאָלאָניע: “די טעמפּלערס האָבן זיך צו מיר באַצויגן מיט חשד. עס איז זיי ניט געווען געפֿעלן וואָס אַ ייִד איז באַשטימט געוואָרן צו זײַן זייער שומר. זיי האָבן מיר אָפֿט באַליידיקט און געטריבן שפּאַס אויף מײַן חשבון". ער האָט אויך געזען ווי די דאָזיקע “היטלער־יוגנט" מאַכט מיט גרויס פֿלײַס און באַגײַסטערונג מיליטערישע געניטונגען אונטער די קלאַנגען פֿון דײַטשישער מיליטערישער מוזיק.
אין 1936, בשעת דעם אַראַבישן אויפֿשטאַנד קעגן די ענגלענדער, האָבן די אַראַבער געהאָפֿט, אַז די טעמפּלערס וועלן קאָלאַבאָרירן מיט נאַצי־דײַטשלאַנד, באַזיגן די ענגלענדער און אָקופּירן פּאַלעסטינע. אין 1939, ווען עס איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה, האָבן זיך טאַקע צו יוגנטלעכע פֿון די טעמפּלערס אָנגעשלאָסן אָן דער דײַטשער נאַצי־אַרמיי אין אייראָפּע אין קאַמף קעגן די אַליִיִרטע און זייערע פֿאַרבינדעטע.
אין פּאַלעסטינע גופֿאַ האָט די ענגלישע מאַנדאַטאָרישע מאַכט דערקלערט די טעמפּלערס ווי אַ “פֿינפֿטער קאָלום" און זיי אינטערנירט אין לאַגערן אין שרונה, וואַלדהיים, ווילהעלמאַ און בית־לחם הגלילית. די מערסטע פֿון זיי האָבן די ענגלענדער שפּעטער פֿאַרשיקט קיין אויסטראַליע. עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ צאָל פֿון זיי איז אויסגעביטן געוואָרן אויף ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט ארץ־ישׂראל־פּאַספּאָרטן און זענען שוין געווען אין געוויסע קאָנצענטראַציע־לאַגערן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
דעם 17טן אַפּריל 1948 האָט די “הגנה" באַהערשט פֿון די ענגלענדער די לעצטע קאָלאָניעס פֿון די טעמפּלערס אין לאַנד און זיי אַלעמען קאָנצענטרירט אין וואַלדהיים און אין בית־לחם הגלילית. נאָך אַ קורצער צײַט זענען זיי אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין ציפּערן און שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַראייניקט מיט זייערע קרובֿים אין אויסטראַליע.
מיטן אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה אין 1948 איז דער באָדן וואָס האָט געהערט צו זיי, נאַציאָנאַליזירט געוואָרן פֿון דער רעגירונג. אין 1962 האָט די ישׂראל־רעגירונג קאָמפּענסירט די טעמפּלערס און זייערע יורשים מיט 54 מיליאָן מאַרק, וואָס איז דאַן ווערט געווען צו מיליאָן דאָלאַר, ווי אַ “גוטמאַכונג" פֿאַר זייער באָדן און אייגנטום.
אַזוי האָט זיך אָפּגעשלאָסן דער קאַפּיטל “די טעמפּלערס אין ארץ־ישׂראל".