דאָס פּינטעלע ייִדיש

טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן.


די ייִדישע ליטעראַטור אין און וועגן ווין איז אַ קאָמפּליצירטער פֿענאָמען. צומאָל האַלט מען, אַז עס גייט פּשוט וועגן אַ גרופּע ייִדישע מחברים, וועלכע זײַנען געקומען קיין ווין מיט דער גרויסער כוואַליע פֿון גאַלי­ציאַנער פּליטים נאָכן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, און האָבן כּלומרשט ממשיך געווען די ליטעראַרישע טראַדי­ציע פֿון זייער היימלאַנד, ביז זיי האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך אומצוקערן אַהיים. אָבער דאָס איז בלויז אַ טייל פֿון דער געשיכטע. ווען מע באַטראַכט די ביאָגראַ­פֿיעס פֿון איינצלנע שרײַבער און מע שטו­דירט די פֿאָרמירונג פֿון ליטעראַרישע גרופּעס אין ווין מער אויפֿמערקזאַם, ווײַזט זיך אַרויס, אַז זייערע ליטעראַרישע קאַריע­רעס און לעבנס־געשיכטעס לאָזן זיך ניט אַרײַנ­לייגן אינעם סדום־בעטל פֿון אַזאַ פּשוטער סכעמע. אָנהייבן דאַרף מען פֿון די וויכ­טיקסטע היסטאָרישע דאַטעס און טענ­דענצן, וועלכע האָבן באַשטימט די אַנטוויק­לונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווין.

אַרום דעם סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך אויסגעפֿורעמט צוויי מאָדערנע נאַ­ציאָ­נאַלע אידעאָלאָגישע שטרעמונגען, וועלכע האָבן קאָנקורירט פֿאַר דער נשמה און דעם גוף פֿון די "ייִדישע מאַסן" פֿון מיזרח־אייראָ­פּע׃ ציוניזם און סאָציאַליזם. דער "בונד" מיט זײַן אידעאָלאָגיע פֿונעם וועלט­לעכן סאָציאַ­ליסטישן גלות־נאַציאָנאַליזם האָט ניט געהאַט קיין גרויסן דערפֿאָלג אין גאַליציע. פּאָפּולער איז געווען די לינקע ציוניסטישע פּאַרטיי "פּועלי־ציון", וואָס איז געווען אויסן צונויפֿ­צושמעלצן ציוניזם מיט סאָציאַליזם. אין 1904 איז אין לעמבערג געשאַפֿן געוואָרן די ציוניסטיש אָריענטירטע טעגלעכע צײַ­טונג "לעמבערגער טאָגבלאַט". אין דער זעל­בער צײַט האָט די פּאַרטיי "פּועלי ציון" אַרויסגע­לאָזט אַן אייגענע צײַטונג "דער ייִדישער אַרבעטער", וועלכע איז אַרויס­גע­גאַנגען צוערשט אין ווין, דערנאָך אין קראָקע, און שפּעטער אין לעמבערג. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די דאָזיקע צײַטונג אַרויסגעגאַנגען אין ווין, און דער­נאָך איז זי ווידער צוריקגעקומען קיין לעמבערג.

די ביידע צײַטונגען האָבן געעפֿנט זייערע פֿעליעטאָן־סעקציעס פֿאַר יונגע ליטעראַטן, אַזעלכע ווי די דיכטער מלך כמעלניצקי, שמואל יעקבֿ אימבער און מלך ראַוויטש, וועלכע האָבן דאָרט געדרוקט זייערע ערשטע ווערק. כמעלניצקי האָט זיך אין גיכן באַזעצט אין ווין און האָט געוווינט דאָרט ביז 1938. ער איז אויך געווען אַ שטענדיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס". שוין פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן אין ווין געוווינט די העברעיִשע פּובליציסטן ד. י. זילבערבוש און י. אַ. לובעצקי, וועלכע האָבן נאַטירלעך גוט געקענט ייִדיש אויך. זייערע ווערק קענען דינען ווי אַ מוסטער אַריבערצוגיין פֿון דער השׂכּלה צו ציוניזם.

די שפּראַך־פֿראַגע איז געוואָרן אַ וויכ­טיקער ענין אין דער פּאָלעמיק צווישן די ציוניסטן, אַסימילאַטאָרן און גלות־נאַציאָ­נאַליסטן. די פֿאַרשפּרייטונג פֿון ציוניס­טישע און סאָציאַליסטישע אידעען אין גאַ­ליציע האָט גורם געווען אַן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער פּרעסע אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן׃ דײַטש, פּויליש, העברעיִש און ייִדיש. אַרום 1903—1904 האָט דער ווינער פּובליציסט נתן בירנבוים אָנגעהויבן צו פּראָפּאַגאַנדירן זײַן נוסח פֿון ייִדישיסטישן גלות־נאַציאָנאַליזם ווי אַן אַלטערנאַטיווע צו ציוניזם. אין זײַן קאָנצעפּציע האָט ייִדיש געדינט ווי די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון דער "קולטור־אויטאָנאָמיע" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע. צו דער צײַט פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ (1908) האָט שוין די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אין גאַליציע דערמעגלעכט דער ליטעראַרישער יוגנט צו פֿילן זיך ווי אַ טייל פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. נאָך דער קאָנפֿערענץ זײַנען די גדולים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — י. ל. פּרץ, שלום אַש, אבֿרהם רייזען, דוד פּינסקי — אַרומגעפֿאָרן איבער דער גאַליצישער פּראָווינץ מיט ליטע­ראַרישע לייען־אָוונטן.

בירנבוים און זײַנע חסידים האָבן גע­פֿירט אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע פֿאַר דער אָנערקענונג פֿון ייִדיש ווי אַן "אָנגענומענע שפּראַך פֿונעם לאַנד", וואָס מען זאָל קאָנען נוצן פֿאַר אָפֿיציעלע צוועקן. ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך געדוכט, אַז אין אַ קורצער צײַט אַרום וועט ייִדיש טאַקע יאָ באַקומען דעם סטאַטוס פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער שפּראַך. שמואל יעקבֿ אימבער האָט געזאַמלט אַרום זיך אַ קרײַזל פֿון יונגע לײַט מיט ליטעראַרישע אַמביציעס. צווישן זיי זײַנען געווען זכריה־חנא בערגנער (מלך ראַוויטש), אבֿרהם־משה פֿוקס און יעקבֿ מעסטעל. אימבער האָט געשטאַמט פֿון אַ ציוניסטישער משפּחה מיט קינסטלערישע אינטערעסן, און זײַן ליטעראַרישער אָפּגאָט איז געווען הײַנריך הײַנע. די עסטעטישע רעוואָלוציע, וואָס אימבערס יוגנטלעכע לידער האָבן געמאַכט צווישן זײַנע מיטצײַטלער אין גאַליציע, איז שווער צו באַגרײַפֿן פֿאַרן הײַנטיקן לייענער. אַ מוסטער פֿון אימבערס נאַציאָנאַלער ראָמאַנטישער דיכטונג איז דאָס זאַמלבוך "היימלידער", וואָס איז אַרויס אין ווין אין 1918. אימבערס סטיל האָט אין גיכן אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט־רעאַקציע בײַ די גאַליצישע "מאָדערניסטן".

ווין האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויף דער נײַער ייִדישער דיכטונג פֿון גאַליציע. בערגנער (ראַוויטש) איז אין 1913 געקומען פֿון לעמבערג קיין ווין, וווּ ער האָט געקראָגן אַ שטעלע אין אַ באַנק. אַ ביסל שפּעטער זײַנען געקומען א. מ. פֿוקס מיט זײַן פֿרוי, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַמעריקע, און האָבן די ערשטע צײַט געוווינט בײַ ראַוויטשן. דעם זעלביקן יאָר איז פֿון רוסלאַנד געקומען משה ליוושיץ, אַ לײַדנשאַפֿטלעכער לירישער דיכטער, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער צאַרישער אַרמיי. סוף 1912 האָט זיך אין ווין באַזעצט בער באָראָכאָוו. ער איז פֿאַרבליבן דאָ ביזן אויסבראָך פֿון דער מלחמה, ווען ער איז געצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן עסטרײַך ווי אַ רוסישער בירגער. באָראָכאָוו האָט געהאַלטן קאָנטאַקטן מיט בירנבוימס קרײַז, צו וועלכן עס האָט אויך אָנגעהערט מלך ראַוויטש. אין ווין האָט באָראָכאָוו אָנגע­שריבן זײַנע וויכטיקסטע טעאָרעטישע ווערק וועגן דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע.

די ערשטע וועלט־מלחמה איז געווען אַ וויכטיקער קערפּונקט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווין. פֿון איין זײַט, האָט די מלחמה איבערגעריסן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון לעבן; אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די מלחמה אויפֿגעוועקט נײַע טענדענצן, וועלכע וואָלטן מסתּמא אַנדערש ניט מקוים געוואָרן. בלי־ספֿק האָט די מלחמה איבערגעלאָזט איר שטעמפּל סײַ אויף די ליטעראַטן און סײַ אויף זייערע שאַפֿונגען.

די ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך אײַנגע­פֿונדעוועט אין ווין זינט 1915, ווען דער ציוניסטישער פֿאַרלעגער מאַקס היקעל פֿון ברין האָט אָנגעהויבן צו דרוקן ייִדישע ביכער אין זײַן פֿאַרלאַג, וועלכער האָט זיך בעת דער מלחמה געפֿונען אין ווין. דער פֿאַבריקאַנט און ציוניסטישער טוער נפֿתּלי־מאיר ראַקער האָט געשטיצט די ציוניסטישע צײַטונג "ווינער מאָרגענצײַטונג" (זינט 1919 "ייִדישע מאָרגענפּאָסט"), וואָס האָט עקזיסטירט ביז די מיט 1920ער יאָרן. אַן אַקטיווער מיטאַרבעטער פֿון דער דאָזיקער צײַטונג איז געווען ד. י. זילבערבוש, וועל­כער האָט באַשריבן דעם מצבֿ פֿון מלחמה־פּליטים פֿון גאַליציע אין ווין, צומאָל סענטימענטאַל, צומאָל הומאָריסטיש. זײַן משׂכּילישן סטיל האָט מען דעמאָלט גע­האַלטן פֿאַר אַלטמאָדיש, אָבער פֿאַר אונדז איז זײַן שרײַבן אינטערעסאַנט צוליב זײַן עט­נאָ­גראַפֿישער פּרטימדיקייט. די קרי­טיק פֿונעם מצבֿ פֿון די פּליטים האָט זיך אָנגעשטויסן אויף ווידערשטאַנד מצד דער מלוכישער צענזור. די בילדער פֿונעם כאַאָס, וואָס האָבן געהערשט צווישן די פּליטים אין ווין האָבן געוויזן, אַז עסטרײַך־אונגאַרן איז געווען ווײַט ניט אַזוי גוט צוגעגרייט צו דער מלחמה, ווי עס האָט באַהויפּט די אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדע. נאָך אַן אַנדערהאַלב יאָר איז די "ייִדישע מאָרגענצײַטונג" אָפּגעשטעלט געוואָרן און האָט ווידער אָנגעהויבן אַרויס­גיין ערשט אָנהייב 1918. ווין בעתן ערשטן מלחמה־יאָר ווערט באַשריבן אין "מלחמה־נאָטיצן פֿון אַ ייִדישן אָפֿיציר" פֿון יעקבֿ מעסטעל, דעם באַקאַנטן ייִדישן טעאַטער־טוער .

די מלחמה און די אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנ­דרוק אויפֿן ייִדישן קולטור־לעבן אין ווין. די פּאָליטישע אַקטיוויסטן פֿון סאָ­ציאַליסטישע פּאַרטייען האָבן געגלייבט, אַז די ראַדיקאַלע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע ענדערונגען אין מיזרח־אייראָפּע וועלן גורם זײַן אויך אַ קולטורעלע רעוואָלוציע. מען האָט געהאַלטן, אַז די רעוואָלוציע וועט לייזן אויך די "ייִדישע פֿראַגע". אַרום 1919 האָט זיך געדאַכט, אַז מע שטייט שוין אויף דער שוועל פֿון דער וועלט־רעוואָלוציע. די דאָזיקע שטימונג האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אויך אין מלך ראַוויטשעס דיכטונג פֿון יענער צײַט. אין זײַן בוך "נאַקעטע לידער" האָט ער געשאַפֿן אַ געשטאַלט פֿונעם צוקונפֿטיקן "נײַעם מענטשן".

מען האָט געגלייבט, אַז אין דער נײַער וועלט וועט דווקא ווין, וואָס געפֿינט זיך צווישן מיזרח און מערבֿ, ווערן אַ צענטער פֿון ייִדישער פֿאַרלעגערישער טעטיקייט. אַזאַ איז געווען דער חלום פֿון משה זילבורג, דעם פּאָליטישן עמיגראַנט פֿון ווילנע, וועלכער איז געוואָרן אַ פֿירנדיקע פֿיגור צווישן דער לינק־געשטימטער ייִדישער אינטעליגענץ אין ווין נאָך דער מלחמה. ווי דער ערשטער טריט, האָט ער געשאַפֿן די ליטעראַרישע צײַטשריפֿט "קריטיק".

צווישן די יאָרן 1919 און 1922 איז ווין געווען דער וויכטיקסטער פּאָליטישער צענ­טער פֿון פּועלי־ציון. דווקא דאָ האָט די פּאַרטיי אָנגענומען באַשלוסן, וועלכע האָבן באַשטימט איר צוקונפֿט און האָבן באַווירקט די אַלגעמיינע ציוניסטישע פּאָלי­טיק. די צעשפּאַלטונג פֿון דער פּאַרטיי אויף די "לינקע" און די "רעכטע" פּועלי־ציון האָט גורם געווען די ירידה פֿון ייִדישער קול­טו­רע­לער טעטיקייט זינט 1923. אַן אַנדער נעגאַטיווער פֿאַקטאָר איז געווען פֿון דער עקאָנאָמישער. צוערשט, האָט די היפּער־אינפֿלאַציע ניט געלאָזט צו פּלאַנירן די פֿאַרלעגערישע טעטיקייט, און נאָך דעם, ווי מען האָט סטאַביליזירט די וואַלוטע, האָט זיך שוין ניט געלוינט צו עקספּאָרטירן ייִדישע ביכער־פּראָדוקציע פֿון ווין.

דער וויכטיקסטער ווינער ייִדישער פּראָ­זאַיִקער איז בלי־ספֿק געווען אבֿרהם־משה פֿוקס (וועלכער האָט אויך געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס"). אין זײַן דערציילונג "די קליינע מאַניע" האָט ער געשאַפֿן אַ פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדישער אַרבעטאָרין אין דער ווינער געגנט לעאָפּאָלדשטאַדט. מאַניעס סעקסועלע באַעוולונג דורך דעם ראַבינער־קאַנדידאַט לעבערהערץ דינט ווי אַן אילוסטראַציע פֿונעם קלאַסן־קאָנפֿליקט אויף דער ייִדישער גאַס. פֿוקסעס סטיל פֿון שאַפֿן ליטעראַרישע געשטאַלטן, רײַך אין פּרטים און אָנגעלאָדן מיט אַדיעקטיוון, שטײַגט צומאָל איבער די גרענעץ פֿון גראָטעסק. הגם מען האָט אים צומאָל קריטיקירט פֿאַר "אומרחמנותדיקייט" אין זײַנע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן, ווײַזט די דאָזיקע דערציילונג בפֿירוש, אַז ער האָט געהאַט אַ טיפֿן מיטגעפֿיל פֿאַר די "עניים און אבֿיונים".