ליטעראַטור
Gil Anidjar. Semites: Race, Religion, Literature. Stanford University Press, 2008.
Gil Anidjar. Semites: Race, Religion, Literature. Stanford University Press, 2008.

דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿע­סאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס.

אין זײַן נײַעם בוך, וואָס באַשטייט פֿון פֿיר עסייען אויף פֿאַרשידענע טעמעס, באַהאַנדלט אַנידזשאַר אַזעלכע ענינים ווי "סעמיט" און "מאָדערנע העברעיִשע לי­טע­ראַטור". לויט זײַן טעאָרעטישע אײַנ­שטע­לונגען, געהערט ער צו דער פּאָסט־סטרוקטוראַליסטישער שיטה, וואָס שטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן אַלע אָנ­גענו­מע­נע באַגריפֿן, כּדי צו אַנטפּלעקן זייער "אמתדיקן" מהות, און דווקא דורכן טעאָרע­טישן מעטאָד פֿון "דעקאָנסטרוקציע". דער רעזולטאַט איז תּמיד דער זעלביקער׃ אַלע עיקרדיקע ענינים און באַגריפֿן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע ווײַזן זיך אַרויס ווי פֿאַרבאַהאַלטענע אינסטרומענטן פֿון דערשטיקונג און עקספּלואַטאַציע. אין תּוך גענומען, איז דער דאָזיקער מעטאָד ניט קיין נײַער׃ ער האָט געדינט געטרײַ פֿאַר אַ סך טעאָרעטישע קאָנסטרוקציעס, וואָס די סאַמע באַרימטע פֿון זיי זײַנען מאַרקסיזם און פּסיכאָ־אַנאַליז. איצט ווערט אַן ענלעכער צוגאַנג גענוצט אין דער פֿעמיניסטישער קריטיק פֿון דער מאַנצ­בילישער העגעמאָניע און אין די פּאָסט־קאָלאָניאַלע פֿאָרשונגען.

פּראָפֿעסאָר אַנידזשאַר האָט באַשלאָסן צו באַנוצן זיך מיט אָט דעם אַלטן און געטרײַעם קריטישן מכשיר, כּדי צו אַנטפּלעקן פֿאַר דער גאַנצער וועלט די נישטיקייט פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און צו דעמאַסקירן איר פֿאַרבאַהאַלטענעם קאָלאָניאַלן מהות. צוריק גערעדט, איז דאָס אויך ניט קיין גרויסער חידוש׃ יעדער איינער, וואָס האָט אַ מאָל אַרײַנגעקוקט אין טעאָדאָר הערצלס חיבורים, ווייסט, אַז דער גרינדער פֿונעם פּאָליטישן ציוניזם איז בשעתּו שטאַרק נתפּעל געוואָרן פֿון די אייראָפּעיִשע קאָלאָניאַלע אונטערנעמונגען. די אַנדערע קריטישע טענות, וואָס פּראָפֿעסאָר אַנידזשאַר שטעלט אַרויס קעגן ציוניזם און דער מאָדערנער העברעיִשער קולטור, זײַנען אויך שוין לאַנג באַוואַקסן געוואָרן מיט מאָך. קיינער האָט ניט קריטיקירט ציוניזם אַזוי שאַרף ווי ייִדן אַליין, און דערצו נאָך פֿון גאָר פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס.

און דאָך האָט פּראָפֿעסאָר אַנידזשאַר עפּעס נײַעס צו זאָגן. צווישן אַנדערע קרבנות פֿון זײַן דעקאָנסטרוקציע־מעטאָד איז דער באַגריף פֿון געשיכטע גופֿא. ווי אַ טעאָרעטיקער פֿון ליטעראַטור, האַלט ער דעם היסטאָרישן קוק אויף דער וועלט פֿאַר אַ "חשד", וואָס מע מוז אומבאַדינגט "פֿאַרהערן". ווען מע הערט אַזאַ מין לשון פֿון יונגע פּאָסט־מאָדערנע טעאָרעטיקער פֿון ליטעראַטור, טראַכט מען וועגן אַנדערע "טעאָרעטיקער", וועלכע פֿלעגן "פֿאַרהערן" ניט נאָר "חושדיקע" טעקסטן און באַגריפֿן, נאָר אויך לעבעדיקע מענטשן אין די קעלערן פֿון לוביאַנקע. ווען מען מאַכט אַ פּרוּוו צו דעקאָנסטרויִרן דעם סטיל פֿון הײַנטיקע טעאָרעטישע סיכסוכים, וועלכע זײַנען אויסן צו פֿאַרהערן און מישפּטן טעקסטן, שווימט אַרויס די אַלטע באַקאַנטע מעטאָדאָלאָגיע פֿון סטאַליניסטישער "קריטיק".

דאָס אָפּלייקענען די ממשותדיקייט פֿונעם היסטאָרישן מעטאָד איז טאַקע דער טשוואָק, אויף וועלכן עס האַלט זיך די גאַנצע קאָנסטרוקציע פֿון אַנידזשאַרס דע­קאָנסטרוקציע פֿון ציוניזם און מאָדערנעם העברעיִש. אויב דער עבֿר איז ניט מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע, טאָ ווי אַזוי זשע קאָנען אָט די ציוניסטן און העבראַיִסטן טענהן, אַז זיי זײַנען מחיה־מתים די אַלטע פּאָליטישע און קולטורעלע טראַדיציע?

אָבער מען דאַרף זיך מודה זײַן, אַז אַנידזשאַר האָט טאַקע יאָ באַרירט דעם סאַמע נערוו פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער פּראָבלעם, די פּראָבלעם פֿון דער ירושה. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אויפֿן און קעגן זײַן ווילן, טוט ער פּונקט אַזאַ אָפּעראַציע ווי עס האָבן אַ מאָל געטאָן ציוניסטן. אַ מאָל האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט פֿון גלות, און איצט קומען די פּאָסט־ציוניסטן, און זאָגן זיך אָפּ פֿונעם ציוניזם. פֿאַר וואָס נישט?

דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון דער גלות־ירושה, און אין דער ערשטער ריי פֿון ייִדיש, צוליב שאַפֿן אַ נײַעם ציבור, האָט גורם געווען אַ גאַנצע ריי פּראָבלעמען. ביזן חורבן האָט די ציוניסטישע אידעאָלאָגיע און די יונגע העברעיִשע קולטור זיך אַנטוויקלט אין אַן אַקטיוון דיאַלאָג, צומאָל אין אַ שאַרפֿן וויכּוח, מיט אַנדערע קולטורעלע און אידעאָלאָגישע ייִדישע שטראָמונגען. איצט פֿאַרמאָגט ציוניזם ניט קיין שטאַרקן אידעאָלאָגישן אָפּאָנענט אויף דער ייִדישער גאַס — אָבער דאָס מאַכט זײַן פּאָזיציע שוואַכער, ניט שטאַרקער.

פּראָפֿעסאָר גיל אַנידזשאַרס ווערק איז אַ סימפּטאָם פֿון דער קולטורעלער אַמנעזיע, וואָס איז אַ בײַ־פּראָדוקט פֿון דער מאָנאָפּאָליע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע אויף דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל. כּדי צו באַפֿרײַען זיך פֿון אָט דעם יאָך, מוז ער לגמרי אָפּוואַרפֿן דעם באַגריף פֿון ירושה און המשך. אַנשטאָט צו ציִען ווײַטער די טראַדיציע פֿונעם ייִדישן קריטישן געדאַנק, מוז ער, נעבעך, אונטערכאַפּן ברעקלעך פֿון פֿרעמדע טישן, בײַם רבי עדוואַרד סאַיִד און רבי פּאָל דע מאַן, וועלכע זײַנען, מישטיינס געזאָגט, ניט געווען צווישן די בעסטע פֿרײַנד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.