- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. אוממעגלעך נישט צו פֿילן דעם שטראָם פֿון סימפּאַטיע וואָס שאַפֿט זיך צווישן דער שיינער פֿרוי אויף דער בינע און דעם באַצויבערטן פּובליקום אין זאַל. ס'איז מיר נאָר אַ גרויסער שאָד, וואָס ווען זי איז געקומען מיט אַ טאָג פֿריִער אין שרײַבער־פֿאַראיין, בין איך דאָרט נישט געווען. גראַדע בעת די דאָזיקע אומפֿאָרמעלע באַגעגענישן אין לייוויק־הויז טרעפֿט זיך צופֿעליק יענע איינמאָליקע געשעעניש, וואָס קיינער קאָן נישט פֿאָרויסזען פֿון פֿריִער און וואָס לאָזט איבער אַ בענקשאַפֿט נאָך אַ פֿאַרגאַנגענעם זכּרון. און יענעם פֿרײַטיק איז עס געשען. טערעזאַ טובֿה — אַ זינגערין, אַקטריסע, שרײַבערין איז געקומען קיין ישׂראל מיט קאָנצערטן. זי איז אויפֿגעטראָטן אין ירושלים, אין לאָקאַל פֿון "יונג ייִדיש". פֿרעגט שוין גאָרנישט וואָס דאָרט איז פֿאָרגעקומען! מ'האָט זי נישט געלאָזט אַראָפּגיין פֿון דער בינע ביז זי האָט נישט צוגעזאָגט קומען צו זיי אין גיכן נאָך אַ מאָל. איך האָב זי געזען אין תּל־אָבֿיבֿ, אין בית־לייוויק און בין באַגײַסטערט געוואָרן. נישט נאָר איך. בעיקר, פֿון דעם אײַנפֿאַל צו קאָמבינירן אַלטע ייִדישע לידער מיט דזשעז און עראָטיק; פּלוצעם האָט "מײַן שטעטעלע בעלץ" באַקומען אַן אַנדער דימענסיע אין דער אויפֿפֿירונג פֿון טערעזאַ טובֿה; אויך דאָס ליד "איך האָב דיר צופֿיל ליב", צי "ביי מיר ביסטו שיין", פֿריש און נײַ, ווי געהערט צום ערשטן מאָל. יענע באַקאַנטע לידער פֿון שטענדיק וואָס מען חזרט זיי איבער אָן אַ סוף (און איך בעט אַנטשולדיקונג פֿאַרן אויסדרוק) זײַנען שוין אַ ביסל צוגעגעסן געוואָרן, איז דערשינען טערעזאַ טובֿה און זיי געגעבן אַ נײַעם לבוש; די ווערטער זײַנען די זעלבע, זיי האָט זי נישט געביטן, אַנדערש איז אָבער דער ריטעם — דזשעז, פּאָפּ, בלוז, ראָק — און ווי אַזוי זי פֿירט אויס דאָס ליד: זי זינגט און יעדע באַוועגונג אירע פֿון קערפּער, פֿון דער האַנט און אַפֿילו פֿון פֿינגער זײַנען פֿילעוודיק און פֿאַרבעטנדיק. נישט בלויז לידער פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט אין הײַנטצײַטיקן סטיל זינגט טערעזאַ טובֿה; אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם איז געווען געווידמעט די לידער פֿון דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס טובֿה פֿירט זיי אויס מיט אַ באַזונדערער וואַרעמקייט, אין איינקלאַנג מיט דער טיפֿער פֿרײַנדשאַפֿט וואָס פֿאַרבינדט די זינגערין מיט דער דיכטערין. טערעזאַ טובֿה, דעם נאָמען טובֿה — נאָך דער באָבע טאָבטשע, איז געבוירן געוואָרן אין פּאַריז בײַ עלטערן לעבנס־פֿאַרבליבענע פֿון חורבן, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש מיט די קינדער און ווען די קינדער זײַנען געווען גאָר יונג האָט די גאַנצע משפּחה זיך באַזעצט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע. צו 17 יאָר איז טובֿה געגאַנגען אין אוניווערסיטעט זיך לערנען טעאַטער און מיט אירע נאַטירלעכע אייגנשאַפֿטן איז נישט קיין וווּנדער, וואָס זי האָט געמאַכט אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע אין איר וווינשטאָט טאָראָנטאָ ווי אַ זינגערין, אַקטריסע, שרײַבערין און קאָמפּאָזיטאָרין. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן אין פּאַריז, ניו־יאָרק, אין וואַרשע און אין אַנדערע ערטער און מיט נאָך צוויי זינגערינס, באַוווּסטע ווי "די דרײַ דיוואַס", נעמען זיי אויס אין יעדן אָרט, וווּ זיי טרעטן אויף. טערעזאַ טובֿה וועט זיכער קומען צוריק און אפֿשר איז דאָס נישט אַזוי ווײַט. דערווײַל האָט זי דאָ איבערגעלאָזט איר טאָכטער און אַ סך פֿאַרערערס, וואָס בענקען שוין נאָך אירע אויפֿטריטן. באַגײַסטערטSubmitted by shtelfartreter on Sat, 2008-10-25 22:05.
און בין באַגײַסטערט געוואָרן... בעיקר, פֿון דעם אײַנפֿאַל צו קאָמבינירן אַלטע ייִדישע לידער מיט דזשעז און עראָטיק; פּלוצעם האָט "מײַן שטעטעלע בעלץ" באַקומען אַן אַנדער דימענסיע אין דער אויפֿפֿירונג פֿון טערעזאַ טובֿה; אויך דאָס ליד "איך האָב דיר צופֿיל ליב", צי "ביי מיר ביסטו שיין", פֿריש און נײַ, ווי געהערט צום ערשטן מאָל. נאך וויSubmitted by shtelfartreter on Sat, 2008-10-25 22:05.
טאקע בפירוש א געוואלדיק זעלטענער איינפאל: דזשעז און עראטיק צונויפגעפארט מיט "ביי מיר ביסטו שיין" --ווער וואלט זיך עס דערטראכט צו אזא זעלטן איינפעלערישע קאמבינאציע? פ. פארטנוי האט דא צונויפגענייט א זעלטן אריגינעל שבחים-מאנטל פאר דער זינגערין וואס ווערט ניט מיד צו זינגען אזעלכענע שעדעוורען ווי פון דעם יידישן ליד-רעפערטואר! בראווא, בראוויסימא |