הערשל פּאָליאַנקער |
און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן. זייערע נעמען זײַנען גוט באַקאַנט געווען צווישן לייענער ניט־ייִדן.
דאָס מאָל וויל איך אײַך באַקענען, אָדער בלויז דערמאָנען וועגן הערשל פּאָליאַנקערן. אַ שרײַבער, וואָס מיט זײַן באַזונדערקייט, אַנדערשקייט אין שאַפֿן, אין זײַן פּערזענלעכקייט, האָט ער אויף שטענדיק זיך פֿאַראַנקערט אין מײַן זכּרון. איך טו עס, ווײַל אַפֿילו נאָכן סוף פֿון אַלע סופֿן פֿאַרדינט ער, זײַן גוטער נאָמען זאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן.
וועגן הערשל פּאָליאַנקערן לאָזט זיך זאָגן, אַז ער איז געווען פֿון די שרײַבער, וואָס זײַנען שטענדיק שעפֿעריש אָנגעלאָדן און מעג מען יאָ (אין יענע באַדינגונגען), צי מעג מען ניט, נאָר ניט קוקנדיק אויף גאָרניט, פֿאַרציט מען ניט אין דער לאַנגער באַנק און ווי די שורות האָבן זיך אויסגעלייגט אין קאָפּ, אַזוי ווערן זיי קלאָר און דײַטלעך פֿאַרצייכנט אויף פּאַפּיר., זײַן ליטעראַרישער אויפֿמערק איז געווען מער געווענדט צום עולם־הזהדיקן, צום, וואָלט איך געזאָגט, פּשוט ערדישן ווי צום גײַסטיקן.
זײַן דערצייל־שפּראַך האָט ער געשעפּט פֿון די פֿאָלקס־קוואַלן, פֿון דעם בעל־מלאָכישן עולם און, זעט אויס, אויך מיט דעם פֿלעגט ער כּלומרשט אָן אַ באַזונדערן מיין באַוווּסטזיניק אַנטקעגנקומען דעם ווילן פֿון ניט ראַפֿינירטן, פּראָסטן עולם. דאָס וואָס זײַן נוסח און געבוי פֿון ווערק איז אַפֿילו אין יענע צײַטן געווען ווײַט פֿון דער מאָדע, איז אים ווייניק אָנגעגאַנגען. ניט ער איינער האָט געהאַלטן, אַז דאָס גייט ער פֿון טאַטע־מאַמעס היים, אויף שלום־עליכמס וועג. אַ רײַכן באַגאַזש פֿון אָפּשפּעט־ווערטער האָט ער פֿאַרמאָגט און געקענט זיי מײַסטעריש אויסנוצן. צו מאָל פֿלעגט ער זיי אַזוי אַ דריי טאָן, אַז זיי האָבן געקענט שטעכן ווי נאָדלען.
פּאָליאַנקערס דערציילונגען, נאָוועלן האָב איך געלייענט נאָך זײַענדיק אַ שילער פֿון אַ מיטלשול. ער האָט שוין דעמאָלט געהאַט אַ שם פֿון אַ באַוווּסטן שרײַבער און ווי איר פֿאַרשטייט, איז מיר אויפֿן געדאַנק ניט געקומען, אַז ס’וועט קומען אַ צײַט און מיר וועלן זײַן באַפֿרײַנדט, שעהענווײַז פּאָלעמיזירן און איבערשרײַבן וועלן מיר זיך כּמעט ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן.
באַקאַנט האָבן מיר זיך שוין נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. קיין מאָסקווע פֿלעגט ער קומען זייער אָפֿט און שטענדיק מיט זיך פֿירן אַ פּאָר פֿלעשער גוטן בראָנפֿן (אַליין האָט ער ליב געהאַט מוסקאַט־ווײַן) און פֿאַרבײַסעכץ, וואָס אין די קראָמען איז עס ניט צום קריגן. זאָגן, אַז ער האָט שטאַרק ליב געהאַט דעם ביטערן טראָפּן, וועט מסתּמא זײַן איבערגעטריבן, נאָר צורעדן אַנדערע, דאָס האָט ער געקענט.
נאָך איז ער געווען אַ זעלטענער טאָסט־מײַסטער. זײַנע שאַרפֿזיניקע, טרעפֿלעכע ווערטער פֿלעגט ער, אַ מענעריש־קרעפֿטיקער, אַרויסברענגען מיט אַ ווייך קול, טעאַטראַליש, מיטן גאַנצן טשאַק. דער מענטש האָט ליב געהאַט יום־טובֿים און אַ טיש־חבֿר איז ער געווען אַ געוווּנטשענער. אין יעדער קאָמפּאַניע האָט ער זיך געפֿילט אויסגעבונדן, היימיש. קיין שטילער און באַשיידענער איז הערשל ניט געווען. ער האָט ליב געהאַט זײַן פֿון אויבנאָן, און דאָס פֿלעגט זיך אים אײַנגעבן. ער איז געווען פֿון די, מיט וועלכע מען רעכנט זיך און ניט אומזיסט, פֿלעגט ער מיט פֿולן רעכט אויסגעוויילט ווערן אין שרײַבער־פֿאַרוואַלטונגען, רעדאַקציעס און קאָמיסיעס. לויט דער נאַטור איז ער געווען אַ געזעלשאַפֿטלער און דערצו אַזאַ, וועמען מען האָט געקענט אַרײַנזאָגן, אָנרירן זײַן קריוודע און ער פֿלעגט זיך ניט פֿאַרקרימען. ס’הייסט, קיין זײַדענער איז ער ניט געווען, נאָר קיין נקמה־דאָרשטיקער אויך ניט. דאָס, ווייסן מיר, דאַרף מען אויך שעצן.
נאָך אַ שטריך: פּאָליאַנקער האָט ליב געהאַט אַליין לייענען זײַנע ווערק. צוליב דעם איז ער גרייט געווען אַוועקוואַרפֿן אַלע זאָרגן און בײַ יעדן וועטער זיך לאָזן אין וועג. אויף דער בינע האָט ער זיך אויפֿגעפֿירט שטיפֿעריש. אַ וויצנזאָגער, ווי אַ מין הערשעלע אָסטראָפּאָליער. די מויל־מלאָכה פֿון לוסטיק־מאַכן האָט ער פֿון יוגנט אָן באַהערשט. די שורה און אַפֿילו אַ באַזונדער וואָרט האָט ער געקענט ציִען פֿון אַ פֿינגער. וואָס ניט דערזאָגט מיטן מויל, איז מיט דער געהעריקער מימיק. מיט אַ מאָל האָט ער געקענט אַנטשוויגן ווערן, ווי פֿאַרלוירן דאָס לשון. אַזוי האָט ער געטאָן, כּדי בעסער אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ פֿון דעם וואָס הערט דאָס ערשט אַרויסגעזאָגטע. דער שפּיץ איז געווען, אַז דער עולם פֿלעגט הילכיק לאַכן און אַפּלאָדירן. דער זאַל האָט געטומלט און דער בעל־דרשן, איז געשטאַנען שטיל ווי אַ קאָטינקע.
איך האָב געקענט אַ פּראָזאַיִקער, וואָס האָט אים געפּרוּווט נאָכמאַכן. געווען איז עס אין טשערנאָוויץ און אין בעלץ, וווּ אַ ייִדיש וואָרט האָט מען נאָך ניט באַדאַרפֿט פֿאַרטײַטשן. געפּרוּווט, נאָר ס׳האָט זיך ניט באַקומען. מען קען זײַן אַ גוטער שרײַבער און אַ שוואַכער פֿאָרלייענער. ס׳איז קיין נײַעס ניט, נאָר פֿאַרוואָס ניט דערמאָנען.
די ביטערע בשׂורה. אַז הערשל פּאָליאַנקער, איינער פֿון אונדזערע וויכטיקסטע שריפֿטשטעלער איז געשטאָרבן, האָט מיר מיט קלעמעניש אָנגעזאָגט דוד האָפֿשטיינס טאָכטער לויה האָפֿשטיין, וואָס איז שוין אויך, ליידער, אַוועק פֿון לעבן. לויה האָט אויף איר שטייגער ניט געבעטן, נאָר שטרענג געפֿאָדערט, כ’זאָל זיך גלײַך נעמען פֿאַר דער פּען און צוגרייטן אַ נעקראָלאָג. מיט איר הילף זײַנען צווישן די אונטערגעשריבענע געווען רחל בוימוואָל (ירושלים), שירה גאָרשמאַן (אַשקלון), הערש דאָבין (ראשון לציון), דאָרע כײַקינע (חיפֿה), אַלכּסנדר ליזען (לוואָוו), אַבֿרהם קאַצעוו (קרית־מוצקין), יוסף קערלער (ירושלים), הירש רעלעס (מינסק) און יחיאל שרײַבמאַן (קעשענעוו).
קלאָר, אַז אַלע ביז איינעם זײַנען מיר שטערבלעך, אויף טויט פֿאַראורטיילטע. קיין פֿאַרגעסענע זײַנען ניטאָ. אויף דעם שטייט די וועלט. אויך די נײַן שרײַבער האָט די טויט־סכּנה ניט אויסגעמיטן. עס באַקומט זיך אָבער, ווי די ערד וואָלט אײַנגעשלונגען ניט נאָר די שרײַבער, נאָר אויך זייערע ווערק. ווי דען אַנדערש, אויב מיר פֿאַרמאָגן שוין כּמעט ניט קיין אָפּנעמער, קיין ייִדיש־לייענער. ס’איז ניט צום חידושן זיך, ווײַל פֿון וואַנען זאָלן זיי זיך נעמען, אויב זיידע־באָבע זײַנען שוין אָפּגעוווינט פֿון זייער מאַמע־לשון. דער סטאַלין־רעזשים האָט אומגעבראַכט די בעסטע, איינציק־אַרטיקע שרײַבער וואָס האָבן אונדז יאָרן־לאַנג געלײַכט.
אין סאַמע בלי פֿון לעבן זײַנען אין קאַמף קעגן היטלער־דײַטשלאַנד אומגעקומען די ייִנגערע — הערשל פּאָליאַנקערס פּען־קאָלעגעס און ווער זאָל זיי פֿאַרבײַטן? נעמט עס אויפֿן געדאַנק, ווער? אויב קוקן דעם אמת אין די אויגן, איז עס אַ רעאַלער חשבון־הנפֿש, כּמעט אַ ליטעראַרישער סך־הכּל, וואָס לאָזט זיך ניט פֿאַרזאַמען. דאָ קען מען זיך קיין עצה ניט געבן, ווײַל די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון אונדזערע לייענער זײַנען פּענסיאָנערן מיט געבאָרגענע יאָרן. דער זאָג, אַז מיט גוט־אָנגעשריבענע ביכער קען מען זיך נאָך בײַם לעבן אַוועקשטעלן אַ דענקמאָל, איז פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער ניט גילטיק.
איז גוט נאָך אויב אויף די בית־עלמינס וועלן זיך פֿאַרהיטן שטומע עדות — געדענק־שטיינער מיט מצבֿה־אויפֿשריפֿטן: "פּה־נקבר" (דאָ איז באַגראָבן). דאָס וואָס די אויסגעקריצטע ווערטער זײַנען גענומען ניט פֿון אונדזער וויגל־שפּראַך, פֿון אונדזער ירושה־אוצר, אויף וועלכן מיר האָבן גערעדט, געשריבן, דאָ איז שוין ניט צום באַקלאָגן זיך. דאָ איז שוין אויף זיכער אָן חלוקי־דעות. צי איז אויף הערשל פּאָליאַנקערס מצבֿה, אויסער זײַן נאָמען און פֿאָטערנאָמען, אויך אָנגעוויזן די מעלות פֿון פֿאַרשטאָרבענעם — אין דעם מעג מען צווייפֿלען, וועל איך זיך פּרוּוון פֿאַרקלײַבן אין לאַנד פֿון זכּרון. ניט אַלץ געדענקט זיך מיר, נעם איך זיך פֿאַר זײַנע בריוו צו מיר און פֿאַר זײַנע צוויי ביכער, וואָס כ’האָב דאָ אין ישׂראל קוים געקראָגן.
* * *
הערשל פּאָליאַנקער איז געבוירן געוואָרן דעם 15טן פֿעברואַר 1911 אין אומאַן (אוקראַיִנע) — אַ שטאָט, וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון איינעם פֿון די גרעסטע פּערזענלעכקייטן אין דער באַוועגונג פֿון חסידות, רבי נחמן פֿון בראַסלאַוו. אונדזערע לייענער דערמאָן איך וועגן דעם נאָר דערפֿאַר, ווײַל אין זײַן צײַט האָט דער רבי פֿון חסידות אײַנגעפֿירט, אַז יעדן טאָג זאָלן זײַנע חסידים ניט ווייניקער פֿון אַ שעה צײַט זיך אויסשמועסן מיט גאָט אויף ייִדיש. אַזוי האָט ער געהייסן זיך מתבודד זײַן. און נאָך: אַליין רבי נחמן האָט אויסער די תּורה־ספֿרים אונדז איבערגעלאָזט זײַנע וווּנדערלעכע דערציילונגען־לעגענדעס, וואָס געשריבן האָט ער זיי ניט אין לשון־קודש, נאָר אין ייִדיש. אונדזער טײַער מאַמע־לשון האָט נאָך דאַן קיינער ניט געוואַגט אָפּצושאַפֿן.
אַ מעשׂה פֿון יאָרן:
אין קיִעוו, דעם גרויסן צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל און דעם וויגעלע פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור בפֿרט, דאָרטן, וווּ ס’האָבן געלעבט און געשאַפֿן באַלד נאָך שלום־עליכמען אַזוינע גרויסע ייִדישע שרײַבער, ווי דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, לייב קוויטקאָ, איציק קיפּניס און עלי שעכטמאַן, איז דערנאָך אויפֿגעוואַקסן דער צווייטער דור טאַלאַנטירטע דיכטער און פּראָזאַיִקער און צווישן זיי דער סאַמע ייִנגסטער, הערשל פּאָליאַנקער, ווען ער איז געווען קוים אַ צוואַנציקער. ער האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ פֿעיִקער אָרגאַניזאַטאָר אויך. שוין אין די 1930ער יאָרן ווערט ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם קיִעווער זשורנאַל "פֿאַרמעסט", אַקטיווער אָנטיילנעמער פֿון אַלע ליטעראַרישע פּראָצעסן אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דער חשבון־הנפֿש פֿון אַ שרײַבערס לעבנס־וועג זײַנען זײַנע פֿאַרעפֿנטלעכטע ווערק. מיט דער פֿולער זיכערקייט קען מען זאָגן, אַז פּאָליאַנקער איז געווען דער סאַמע פֿרוכטבאַרער פּראָזאַיִקער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. וועגן אים האָט אַ באַגאַבטער קריטיקער געשריבן: "פֿרוכטבאַרקייט, ווייסט מען, איז איינע פֿון די וויכטיקסטע קריטעריעס פֿון שעפֿערישער באַגאַבונג". אַז דאָס איז טאַקע אַזוי, אין דעם צווייפֿל איך. מע קען אויך זאָגן, אַז ניט די צאָל ביכער איז וויכטיק. שרײַבמענערישע פֿאַכמענערישקייט קומט, געוויינלעך, מיט דער צײַט און צוליב דעם פֿאָדערן זיך שטרעקעס־יאָרן. פּאָליאַנקער אַליין האָט עס דערוויזן, ווי נאָר ער האָט אָנגעהויבן, ניט געכאַפּט, שילדערן מענטשן און געשעענישן. אָט דאַן האָט ער געשאַפֿן זײַנע בעסטע ווערק, וואָס האָבן אַ בליץ געטאָן מיט אומדערוואַרטקייט.
פּאָליאַנקערס ליטעראַרישער אָנהייב איז געווען אַזאַ: ווען אים איז געגאַנגען דאָס 21סטע יאָר, דערשײַנט זײַן ערשט בוך "קוילן". דערנאָך איז בײַ אים אַוועק אַ גאַנג אויף ניט אָפּצושטעלן. אין 1937 דערשײַנען אין קיִעווער "אוקרנאַצמינדפֿאַרלאַג" זײַנע צוויי ביכער: "זקנים האָבן גענומען דאָס וואָרט" און "די צווייטע באַגעגעניש".
אונדזער ליטעראַרישער בנין האָט זיך דאַן געהאַלטן אויף שטאַרקע זײַלן. דער זעלבער אוקראיִנישער מלוכה־פֿאַרלאַג פֿאַר נאַציאָנאַלע מינדערהייטן פֿלעגט דעמאָלט אַרויסלאָזן הונדערטער ייִדישע ביכער אַ יאָר און פּאָליאַנקערן איז געגאַנגען דורך טירן און טויערן. אָן אָפּהאַלט דערשײַנען אין קומענדיקן 1938 זײַנע דרײַ ביכער נאָך אַנאַנד: "אַ גאַסט אין שטעטל", "אויף צעבליטע סטעפּעס" און "שאָול דער זיפּנמאַכער".
פֿינף ביכער פֿאַר צוויי יאָר! דאַכט זיך איבערגענוג און ס’וואָלט געמעגט אויף אַ צײַט קומען אַן איבעררײַס, איז איין מאָל ניין. דעם יונגן פּראָזאַיִקער (מען קען זאָגן אַן אָנפֿאַנגער) דאַכט זיך, אַז ער איז נאָך פֿול מיט שפֿע און פֿאַר אַ גאָר קורצער צײַט דערשײַנען זײַנע ביכער "פֿון דניעסטער ביז דונײַ", "דער פֿעטער יאַשע" און "שמײַע גזלן".
ראָמאַנען, דערציילונגען, נאָוועלן, פֿאַרצייכענונגען, פּיעסעס, אָפֿטע אַרטיקלען אין צײַטונגען און ליטעראַריש־קינטלערישע זשורנאַלן, עפּעס אַ קלייניקייט? איז צי דאַרף מען ניט אַזאַ איינעם לויבן און רימען? מע דאַרף, פֿאַרוואָס ניט? אָבער בלויז דאַן, אויב די קינסטלערישע ווערטן פֿאַרדינען עס. די אָפּשאַצונג וועגן דעם ווי דאָס ווערק איז אָנגעשריבן איז וויכטיקער, ווי וועגן וואָס עס ווערט דערציילט. אַזוי דאַכט זיך מיר. יעדנפֿאַלס, אָן אַ באַזונדער נויטווענדיקייט וועל איך שוין אין די אויבנגעבראַכטע ביכער ניט אַרײַנקוקן. סײַדן אין "שמײַע גזלן".
דערפֿאַר האָבן ניט פֿאַרלוירן זייער ווערט זײַנע שפּעטערדיקע ראָמאַנען. "דער בעקער פֿון קאָלאָמייע", "יצחק סאַנטאָס און זײַנע יורשים", "דער לערער פֿון מעדזשיבאָזש". אָפֿט קוק איך מיט פֿאַרגעניגן אַרײַן אין פּאָליאַנקערס זאַמלונג אַפֿאָריזמען, שפּריכווערטער, אַנעקדאָטן, וויצן. די דרײַ ראָמאַנען זײַנען שרײַבעריש בעסער פֿילטרירט, לײַדן ניט פֿון ווערטער־איבערפֿלוס און אויף וויפֿל דאָס איז אין יענע באַדינגונגען מעגלעך געווען, לעבט אין זיי דער גײַסט פֿון יענער צײַט. נאָך דאַרף געזאָגט ווערן, אַז גראָד אויף פּאָליאַנקערס ביכער איז דער נאָכפֿרעג געווען אַ גרעסערער, ווי אויף אַנדערע.
אַזוי איז געווען.
מלחמה־צײַט איז הערשל פּאָליאַנקער געווען אויפֿן פֿראָנט. פֿון אַ פּראָסטן סאָלדאַט איז ער דערגאַנגען צום ראַנג פֿון אַ גוואַרדיע־מאַיאָר. אין צווישנצײַט האָט ער, ווי אַ פֿראָנט־קאָרעספּאָנדענט, געשיקט מאַטעריאַלן אין מאָסקווער צײַטנוג "אייניקייט". נאָך דעם ווי די היטלער־אַרמייען זײַנען ענדגילטיק צעשמעטערט געוואָרן איז הערשל פּאָליאַנקער געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט מאַרשירט צווישן די אויסדערוויילטע מלחמה־העלדן אויפֿן נצחון־פּאַראַד אין מאָסקווע.
דאָס האָט אָבער ניט געשטערט מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין די שוואַרצסטע סטאַלינישע יאָרן, בעתן מערדערישן פֿאַרניכטן די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור, אַרײַנצוּוואַרפֿן אים אין תּפֿיסה, פֿאַרשיקן אין פּײַן־לאַגערן, וווּ ער איז אָפּגעקומען זײַן סאַמע בליצײַט.
ליטעראַריש־שעפֿעריש און געזעלשאַפֿטלעך טעטיק איז פּאָליאַנקער געווען, קען מען זאָגן, ביז זײַן לעצטן אָטעם. ממש אַ פּאָר וואָכן פֿאַר זײַן טויט, שוין אַ שווער קראַנקער און דערשיטערנדיק פֿאַראָבֿלט נאָך דער פּטירה פֿון זײַן פֿרוי, אסתּר, האָט ער נאָך מיט די לעצטע כּוחות געלייענט אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון "וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור" זײַן חריפֿותדיקן רעפֿעראַט "שלום־עליכמס קיִעוו".
דעם 31סטן אָקטאָבער 2008 ווערט צען יאָר זינט הערשל פּאָליאַנקער, איינער פֿון אונדזער פֿיל־געליטענעם ייִדיש־שאַפֿערישן דור, איז אַוועק אין דער אייביקייט
ערע זײַן אָנדענק!