|
פֿון רעכטס: נטה נתניאל, אַסף שריף (דער ישׂראלדיקער גענעראַל־קאָנסול אין ניו־יאָרק),
און ד״ר שולמית קאַצמאַן, בעת אַ בענעפֿיט פֿאַר Larger than Life, דעם 8טן פֿעברואַר 2008, אינעם "האַרוואַרד־קלוב", מאַנהעטן |
|
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק געבראַכט זייער 1/2־2 יאָריק קינד קיין אַמעריקע אויף אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דאָס קינד האָט געהאַט אַ טומאָר אין מוח, און דער איינציקער דאָקטער וואָס איז געווען גרייט עס צו אָפּערירן האָט זיך געפֿונען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.
די משפּחה האָט אָבער נישט געהאַט קיין קרובֿים אָדער גוטע פֿרײַנד אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, וואָס זאָלן זיי בײַשטיין במשך פֿון דער שווערער צײַט. צום גליק, האָבן עטלעכע וואָלונטירן זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן — באַגלייט זיי אין שפּיטאָל, געגעבן עמאָציאָנעלע שטיצע, און אַפֿילו געפֿונען אַ משפּחה, בײַ וועמען זיי קאָנען עסן אַ שבתדיקע מאָלצײַט.
די וואָלונטירן זענען געווען פֿון די הונדערטער פֿרײַוויליקע אַרבעטער פֿון Larger Than Life ("נאָך גרעסער פֿונעם לעבן") — אַ היגע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַמיט זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו העלפֿן די ייִנגסטע ראַק־פּאַציענטן אין ישׂראל, ווי אויך זייערע משפּחות, ווען זיי קומען קיין אַמעריקע אויף באַהאַנדלונג. אַחוץ דעם באַגלייטן זיי אין שפּיטאָל, דינען די וואָלונטירן אָפֿט מאָל ווי נייטיקע איבערזעצער, בפֿרט ווען די משפּחה פֿאַרשטייט נישט וואָס דער דאָקטער זאָגט.
|
|
|
נטה נתניאל, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון Larger Than Life, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע משפּחות, וואָס קומען אויף באַהאַנדלונג פֿאַר זייער קינד, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק דווקא נישט געדאַרפֿט קיין פֿינאַנציעלע הילף. "געדאַרפֿט האָבן זיי עמאָציאָנעלע און פּראַקטישע שטיצע," האָט נתניאל דערקלערט. "סתּם, עמעצער זאָל זיי אַרויסווײַזן וואַרעמקייט און פֿרעגן: ׳ווי אַזוי איז עס הײַנט געגאַנגען?׳" די אָפּעראַציע האָט טאַקע מצליח געווען, און די משפּחה האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ערבֿ די ימים־נראים, זיך אומגעקערט קיין ישׂראל.
Larger than Life באַמיט זיך אויך ווי ווײַט מעגלעך צו פֿאַרווײַלן די יונגע ראַק־פּאַציענטן. צוויי מאָל אַ יאָר ברענגט מען אַ גרופּע פֿון בערך 25 פֿון זיי, באַגלייט פֿון מעדיצינישע פּראָפֿעסיאָנאַלן, קיין אַמעריקע, אויף עקסקורסיעס אין "דיסני־וווּרלד" אין אָרלאַנדאָ, פֿלאָרידע, אָדער "דיסני־לאַנד" אין לאָס־אַנדזשעלעס. די וואָלונטירן זאַמלען אויך געלט פֿאַר אַקטיוויטעטן אין ישׂראל, ווי, למשל, אַ זומער־לאַגער לעבן חיפֿה פֿאַר די קינדער און עקסורסיעס פֿאַר זייערע מאַמעס צום ים־המלח, כּדי זיי צו געבן אַ געלעגנהייט זיך אויסצושפּאַנען. מיט אַ חודש צוריק, האָט די אָרגאַניזאַציע געשיקט 10 פּאָרטאַטיווע קאָמפּיוטערס אין דרײַ ישׂראלדיקע שפּיטאָלן פֿאַר די קראַנקע קינדער.
אַחוץ די וויזיטן אין די "דיסני־פּאַרקן", געפֿינען די וואָלונטירן אויך אַנדערע אופֿנים זיי אויפֿצומינטערן. אַבֿרהם כּהן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון Larger than Life, האָט דערציילט וועגן איין פּאַציענט, וועלכער איז געווען אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון דער קוישבאָל־מאַנשאַפֿט Miami Heat. "ווי נאָר מיר האָבן זיך דאָס דערוווּסט, האָבן מיר אים געקויפֿט בילעטן צו אַ מאַטש מיט דער מאַנשאַפֿט, און נאָכן מאַטש האָט מען צוגעפֿירט די קוישבאָל־שפּילער זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן מיט אים," האָט ער דערציילט.
|
אַ יונגער פּאַציענט מיט איינעם פֿון די פּאָרטאַטיווע קאָמפּיוטערס, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס געשאָנקען דרײַ ישׂראלדיקע שפּיטאָלן |
|
אין אַ צווייטן פֿאַל, האָט אַ וואָלונטיר באַמערקט, ווי עטלעכע פֿון די קינדער באַוווּנדערן זײַן "פֿעראַרי". האָט ער זיי געפֿרעגט, צי זיי ווילן ער זאָל זיי אַרומפֿירן אינעם עלעגאַנטן ספּאָרט־אויטאָ. "אַוודאי!" האָבן די קינדער זיך דערפֿרייט.
דער וויזיט קיין אַמעריקע האָט אַ וויכטיקן פּסיכאָלאָגישן עפֿעקט, האָט פֿרוי נתנאל דערציילט. "בײַ אַ סך פֿון זיי קומט עס פֿאָר דאָס ערשטע מאָל, וואָס זיי פֿאָרן אַרויס פֿון ישׂראל. עס גיט זיי עפּעס אויף אַ האָפֿענונג. פּשוט דאָס אַוועקרײַסן זיך אויף אַ ווײַלע פֿון דער כעמיאָטעראַפּיע און די ראַדיאַציעס גיט זיי צו אַ שטיק געזונט. נאָך בלויז 2־3 טעג טוען זיי אויס זייערע פּאַרוקן, און הייבן אָן רעדן פֿרײַ וועגן זייערע געפֿילן."
ד״ר שולמית קאַצמאַן, אַ קינדער־דאָקטער אין מיאַמי, און די דירעקטאָרין פֿון Larger than Life, זאָגט, אַז בעת די נסיעות, זעט מען אַפֿילו סימנים פֿון אַ פֿיזישער פֿאַרבעסערונג. "די בלוט־טעסטן ווײַזן בעסערע רעזולטאַטן, און בײַ אַ טייל פֿון זיי הייבן ווידער אָן צו וואַקסן די האָר."
פֿרוי נתנאל האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", ווי אַזוי זי האָט זיך אַליין דערוווּסט וועגן דער אָרגאַניזאַציע. "כ׳האָב באַקומען אַ דרינגלעכן טעלעפֿאָן פֿון ד״ר קאַצמאַן, צי קען איך אפֿשר אַ מענטש, וואָס קען גלײַך פֿאָרן אינעם שפּיטאָל ׳בית־ישׂראל׳, אין מאַנהעטן, דינען ווי אַן איבערזעצער פֿאַר אַ ישׂראלדיקער משפּחה מיט אַ קראַנק קינד?"
פֿרוי נתנאל האָט נישט געקענט קיין איבערזעצער, איז זי אַליין געפֿאָרן אַהין. זי האָט באַגריסט די עלטערן און דאָס קינד — רעי (ראָיִ) גאָלדמאַן, אַ 16־יאָריקער בחור, וועלכער האָט קוים געקענט שטיין אויף די פֿיס. מע האָט איר דערציילט, אַז דער בחור האָט שוין דורכגעמאַכט 40 סעסיעס פֿון כעמיאָטעראַפּיע און ראַדיאַציע, און שרעקלעכע בײַ־עפֿעקטן, און דער וויזיט צו דעם דאָקטער אין ניו־יאָרק איז געווען זייער לעצטע האָפֿענונג.
|
אַ גרופּע מאַמעס פֿון ראַק־פּאַציענטן פֿאַרברענגען אַ וואָך אַוועק פֿון די צרות |
|
דער דאָקטער האָט אָבער געוואָרנט, אַז די פּראָצעדור איז בלויז עקספּערימענטאַל. ווען טאַטע־מאַמע האָבן געפֿרעגט, צי וועט עס אים קענען ראַטעווען, האָט ער געענטפֿערט, אַז ניין, ס׳וועט בלויז פֿאַרלענגערן זײַן לעבן אויף עטלעכע חדשים. "שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ זאַך," האָט פֿרוי נתנאל געזאָגט. "אָט שטיי איך מיט אַ פֿרעמד פּאָרפֿאָלק, און דאַרף זיי מודיע זײַן, אַז זיי וועלן אין גיכן זיך מוזן צעשיידן מיט זייער קינד. מיר זענען געשטאַנען דאָרט און אַלע געוויינט..."
פֿרוי נתנאל האָט זיך תּיכּף געוואָנדן צו אירע באַקאַנטע נאָך הילף. איינער האָט געשאָנקען רעין אַ העברעיִש ביכל, אַ צווייטער — אַ ווידעאָ־שפּיל, אַ דריטער האָט אַראַנזשירט פֿאַר אים אַ פּריוואַטן טור איבער מאַנהעטן. פֿרוי נתנאל האָט אים אַפֿילו געבראַכט צו אַ פּסיכאָלאָג וואָס פּראַקטיצירט "פֿאַנטאַזיע־טעראַפּיע", און צום קבֿר פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. "זיי זענען נישט געווען רעליגיעז, אָבער ס׳האָט זיי געגעבן אַ האָפֿענונג. מיר האָבן באַשלאָסן בײַ זיך: דער דאָקטער איז דאָך נישט גאָט, ער פֿאַרלאָזט זיך בלויז אויף סטאַטיסטיק, אפֿשר וועט טרעפֿן אַ נס." רעי איז אָבער געוואָרן אַלץ שוואַכער און שוואַכער, און דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר איז ער טאַקע ניפֿטר געוואָרן. די איבערלעבונג האָט אויף דער פֿרוי נתנאל געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ווען מע האָט אָנגעהויבן זוכן אַן עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט זי זיך גערן אָנגעבאָטן.
אַ וויכטיקער טייל פֿון דער וואָלונטיר־אַרבעט, פֿאַרשטייט זיך, איז צו זאַמלען געלט פֿאַר די פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן. צוויי פֿון די גרעסטע מנדבֿים פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען ד״ר קאַצמאַן און איר מאַן, חיים קאַצמאַן, אַ גרונט־מיסחר־מאַגנאַט. פֿרוי נתנאל זאָגט, אַז ביידע זיי זענען אויך גרויסע מסירת־נפֿשדיקע לײַט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זענען ממש ביליאָנערן און פֿאַרמאָגן אַפֿילו אַן עראָפּלאַן, אַרבעט ד״ר קאַצמאַן ווײַטער ווי אַ דאָקטער אין אַן אָרטיקן שפּיטאָל.
|
אַ זומער־לאַגער פֿאַר די קראַנקע קינדער, לעבן חיפֿה |
|
אַ צאָל וואָלונטירן אָרגאַניזירן אָוונטן אין זייערע אייגענע היימען, וווּ זיי דערקלערן די געסט וועגן די אויפֿטוען פֿון דער אָרגאַניזאַציע. סענדי מאָס, אַ פֿרוי אין טענאַפֿלײַ, ניו־דזשערזי, וועלכע זיצט אויפֿן ראַט פֿונעם אָרטיקן "אַמעריקאַנער ייִדישן אַפּעל", האָט די וואָך, אין איינעם מיט איר מאַן, פֿאַרבעטן 35 מענטשן צו זייער סוכּה, פֿאַר דעם צוועק. "דאָ אין טענאַפֿלײַ האָבן מיר שוין אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט קינדער מיט ראַק, מיטן נאָמען Jenna‘s Rainbow. ס׳איז זייער וויכטיק, אָבער מיר דאַרפֿן אויך האָבן אַזאַ אָרגאַניזאַציע אין דער ייִדישער קהילה," האָט פֿרוי מאָס באַמערקט.
אויך קינדער האָבן אָנגעהויבן אַרויסווײַזן אַן אינטערעס צו Larger than Life. מיט צוויי חדשים צוריק האָבן צוויי צווײַגן פֿון די "צופֿים" (ישׂראלדיקע קינדער־סקויטן) — אין מאַנהעטן און אין בערגען־קאַונטי, ניו־דזשערזי — אַרויסגעשיקט לשנה־טובֿות צו די קראַנקע קינדער אין ישׂראל. און פֿאַראַכטאָגן זונטיק, ווען דער ייִדישער קאָמונאַלער צענטער פֿון טענאַפֿלײַ האָט פֿאַרבעטן די אָרטיקע ייִנגלעך און מיידלעך זיך צו באַקענען מיט אַ צאָל צדקה־אָרגאַניזאַציעס, האָבן אַ צאָל פֿון זיי אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו Larger than Life. איין מיידל, נאָכן קוקן דעם 1/2־3־מינוטיקן ווידעאָ וועגן די קראַנקע קינדער, האָט אַפֿילו געפֿרעגט, אויב זי קאָן זיך דורכשרײַבן מיט איינער פֿון די מיידלעך און אַפֿילו זיך טרעפֿן מיט איר, ווען זי פֿאָרט קיין ישׂראל דעם קומענדיקן זומער.
אויף פֿרוי נתנאל האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם דער פֿאַקט, וואָס אַ וואַקסנדיקע צאָל אַמעריקאַנער קינדער זענען גרייט צו שיקן אַ חלק פֿון זייערע בר־ און בת־מיצווה מתּנות פֿאַר צדקה. "אין ישׂראל, בפֿרט אינעם סעקולערן ציבור, לערנט מען נישט די קינדער וועגן דער וויכטיקייט פֿון געבן צדקה, אַז דאָס טאָן אַפֿילו אַ קליינעם חסד, קאָן האָבן אַ גרויסע השפּעה," האָט זי געזאָגט.
דאָס זעט אויס ווי עס האַלט זיך אין ענדערן. לויט אַבֿרהם כּהן, זענען בערך 60% פֿון די וואָלונטירן אין Larger than Life ישׂראל־געבוירענע, און ער האַלט, אַז דאָס איז נישט קיין צופֿאַל. "מיר, ישׂראלים, פֿילן אַלע ווי מיר האָבן איבערגעלאָזט אַ טייל פֿון זיך דאָרט. אויב מיר גייען שוין אָפּגעבן אונדזער צײַט און געלט פֿאַר אַ צוועק, זאָל עס כאָטש זײַן פֿאַר אַ צוועק אין ישׂראל."