מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד.
שׂימחת־תּורה
פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד
כ׳געדענק נאָך ווי הײַנט מײַן פּאַפּירענע פֿאָן,
דעם מעשענעם לײַכטער, די וואַקסענע ליכט;
כ׳געדענק ווי איך האָב זיך געשטופּט אויבן אָן,
אַ גליקלעכער, מיט אַ באַגײַסטערט געזיכט.
און "שׂישׂו ושׂמחו" עס גיסט זיך דער ווײַן
דאָס ליד פֿון דער תּורה, דאַן גייט עס אַ גאַנג,
מען טאַנצט! טאַטע־פֿאָטער, אויף לאַנג זאָל דאָס זײַן —
דער פֿריילעכער יום־טובֿ, דער זיסער געזאַנג.
מײַן ליכטל ברענט העל און מײַן פֿאָן איז גאַנץ,
איך שפּרינג אַרום אין גאָטס קאַראַהאָד,
אַ הייליקער ניגון, אַ הייליקער טאַנץ,
די טאַטעס, די קינדער צוזאַמען מיט גאָט...
צעריסן די פֿאָן, דאָס ליכטל פֿאַרברענט, דאָס לײַכטערל
אויס און איך טאַנץ ניט אין קאָן,
דאָך פּלוצלינג ווערט ליכטיק, איך האַלט אין די הענט,
אַ נײַערע, שענערע, שטאַרקערע פֿאָן...
אין סוכּה
פֿון אַבֿרהם רייזען
אַ סוכּה אַ קליינע,
מיט ברעטער געמיינע,
האָב איך קוים מיט צרות געמאַכט;
געדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביבעלע סכך,
און כ׳זיץ אין איר סוכּות בײַ נאַכט.
מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר מײַן ווײַב באַלד אַרײַן;
זי שטעלט זיך אַוועק
און זאָגט מיט שרעק:
דער ווינט וואַרפֿט די סוכּה באַלד אײַן.
פֿון ווינט דעם קאַלטן,
וואָס בלאָזט דורך די שפּאַלטן,
מײַן ליכטעלע לעשן זיך וויל;
דאָך מאַך איך מיר קידוש
און — זעט נאָר דעם חידוש — מײַן ליכטל ברענט רויִק און שטיל...
אין סוכּה
פֿון אהרן צײַטלין
כ׳בין דעמאָלט נאָך געווען אַ ייִנגל,
אַ ליטוואַקל, אַ וואַרשעווער און כ׳קען עס נישט פֿאַרגעסן,
אין אַ סוכּהלע, וואָס האָט זיך אָנגעלענט
אָן דער דרויסן־וואַנט פֿון ליפּע דעם מלמדס דירה,
בין איך פֿאַרגאַפֿט געזעסן —
אַ ייִד, אַ חסיד קעגן־איבער —
דער סוד פֿון דער יצירה
האָט סינידיק און שכינהדיק געפֿלאַטערט.
אויף זײַן באָרד און פּאות,
און אויף די אויגן — צוויי קמיעות,
געווען איז ער אין גאַנצן
אַ באַפּאַנצערטער מיט קדושהדיקן גלאַנץ.
און ווען איך בין פֿאַראָבֿלט אין ניו־יאָרק געזעסן
אין יענע פֿינצטערסטע פֿון פֿינצטערע מעת־לעתן,
בעת מען האָט אויף יענער זײַט געשלײַדערט ייִדן אין די אויוונס,
פֿלעגט אַהערשווימען צו מיר נישט איין מאָל דאָס געשטאַלט
פֿון יענעם ייִד וואָס איז ווי ס׳גאַנצע פֿאָלק זײַנס
געווען נישט יונג, נישט אַלט,
נאָר אייביק.
זעסט די סוכּה
(פֿראַגמענט) פֿון י.י. סיגאַל
זעסט די סוכּה, הויט און ביינער,
דאָרט אַ ברעטל, דאָרט אַ ברעט,
נאָר דער גרינער סכך דער שיינער
צערטלט איר דעם קאָפּ און גלעט.
סוכּה, גוטע סוכּה און וווילע,
כ׳פֿיר דיך שוין מיט זיך אַרום
אויף די שטעקלדיקע זײַלן
אויסגעהאָרבעט, שוואַך און קרום.
איבער וועלטן, איבער ערדן,
איבער ים און טריקעניש,
איבער שׂנאה, איבער שווערדן,
און דײַן אַלטער קרומער טיש.
שטייט אויף זײַנע פֿיס — אַ גיבור,
און די בענטשליכט שײַנען העל,
יאָר נאָך יאָר גייט פֿעסט אַריבער
דײַן געבענטשטער שמאָלע שוועל.
און די ליכט אין לײַכטער ברענען,
און די מאַמעס בענטשן זיי,
ליכט און מאַמעס — הייליק זײַנען
זיי — אין יעדן ווינטל־וויי.
יעדן פֿלאַטער, יעדן פֿלעמל,
ציטערט אויף דאָס האַרץ אין שרעק,
נאָר די צײַטן — הײַנט ווי דעמאָלט,
יאָגן זייער אַנגסט אַוועק.
שׂימחת־תּורה
פֿון מ. וואַרשאַווסקי
קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה,
שׂימחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט!
תּורה איז די בעסטע סחורה —
אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט!
אוי־וויי, אוי־אוי־אוי,
פֿריילעך, קינדער, אָט אַזוי,
רענדלעך שיטן זיך פֿון זעק —
פֿריילעך אָן אַן עק!
כאָטש איך בין אַן אָרעם ייִדל
און עס דאַרט מיר גוט דער מוח,
שׂימחת־תּורה זינגט זיך אַ לידל
און מאַך אַ גוטע כּוסה אויך.
ווער סע קען ניט מײַנע צרות,
זאָל זיי ניט קענען — זאָג איך אײַך,
נאָר טאַקע גלײַך מיט אַלע שׂררות
בין איך אום שׂימחת־תּורה רײַך!
דבֿורה, גיב מיר די נײַע קאַפּאָטע,
איך וויל זי אָנטאָן טאַקע אַצינד,
איך וויל דיר זאָגן, אַלצדינג איז בלאָטע —
אַבי מען איז ברוך־השם געזונט!
וווּ איז בערל און וווּ איז דוואָסיע?
רוף זיי אַלע אין שטוב אַרײַן,
די מומע סאָסיע, דער פֿעטער יאָסע —
זאָלן זיי אַלע פֿריילעך זײַן!
שׂימחת־תּורה — פֿון גאָט אַ מתּנה —
זאָל אונדז תּמיד הייליק זײַן,
אַפֿילו די שטערן מיט דער לבֿנה
זענען געגאַנגען טרינקען ווײַן.
אוי וויי, דבֿורה, וואָס האָסטו מורא,
כ׳בין אַ ביסל פֿריילעך, כ׳קען ניט שטיין;
דבֿורה־לעבן, אום שׂימחת־תּורה
ווער איז ניט פֿריילעך? זאָג אַליין.
צי עס דרייען זיך מיט מיר די גאַסן,
צי עס דרייט זיך מיט מיר די שטוב!
דבֿורה, אָט האָסטו באמת גענאָסן,
לעבן זאָלסטו, דאָס לעבן איז ליב!
פֿריילעך, קינדער, אָט אַזוי!
רענדלעך שיטן זיך פֿון זעק,
פֿריילעך, אָן אַן עק!