געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט. פּינקטלעכער, פֿילט מען עס יאָ, אין די וואַקסנדיקע פּרײַזן, אָבער דאָס איז, פֿונדעסטוועגן, ניט אַזוי דראַמאַטיש.

ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז אַפֿילו אַזעלכע, צופֿעליקע בר-מזלס ווי איך, וועלן סוף-כּל-סוף דערפֿילן דעם פֿינאַנציעלן קריזיס, אויב ער וועט זיך ניט אויססדרן אין די קומענדיקע חדשים. מע קען ניט זײַן זיכער, פֿון וועלכער זײַט וועט עס אַ קלאַפּ טאָן, אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז פֿון עפּעס אַ זײַט וועט מען געוויס באַקומען אַ שטאַרקן זעץ. אַזוי אַז מע דאַרף כאָטש פֿאַרשטיין, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אונדז.

די צרה איז, אַז איטלעכער אַנאַליטיקער און פּאָליטיקער טענהט זײַנס, צי אירס. למשל, מע פּרוּווט פֿאַרקויפֿן דעם המון אַזאַ מעשׂה: אַז עפּעס אַ קאָרומפּירטע מחנה ספּעקולאַנטן פֿון וואָל-סטריט האָבן זיך געיאָגט צו פֿאַרדינען וואָס מער געלט, און דעריבער האָבן זיי זיך אויפֿגעפֿירט ניט לײַטיש, דאָס הייסט — האָבן אָפּגענאַרט אי די פּראָסטע מענטשן אי די מלוכה. מיר שײַנט, אַז אַזאַ דערקלערונג, מישטיינס געזאָגט, איז אויסגערעכנט אויף קליינע קינדער. ווײַל יעדער דערוואַקסענער מענטש פֿאַרשטייט, אַז וואָל-סטריט איז ניט קיין אָרט פֿאַר צדקה-אינסטיטוציעס. אַדרבה, דאָרטן מאַכט מען געלט, וואָס מער געלט. קיין אַנדערע צילן האָט עס, אין תּוך אַרײַן, ניט.

די כּוונה פֿון אַזעלכע פּאָפּוליסטישע פּלאַפּלערײַען איז ניכּר: פֿאַררעדן די ציין דעם עולם, בפֿרט איצט, ערבֿ די וואַלן. ווײַל רעדן דאַרף מען, אין דער אמתן, וועגן דער פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון די מלוכישע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן געמוזט קאָנטראָלירן וואָל-סטריט, מע זאָל דאָרטן מאַכן, געזונטערהייט, געלט, אָבער אָן אַרײַנשלעפּן די גאַנצע עקאָנאָמיע אין אַ טעמפּן ווינקל, פֿון וועלכן ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן אויסוועג.

וואָס ווײַטער ווערט אַלץ קלאָרער די ממשותדיקע ראָלע, וועלכע עס האָט געשפּילט אַלען גרינספּען אין אָט דער גאַנצער מעשׂה. מיט אים, דעם געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿונעם "פֿעדעראַלן רעזערוו", איז דאָך פֿאַרבונדן אַ גאַנצע תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער פֿינאַנציעלער געשיכטע. ער האָט אין משך פֿון צוויי יאָרצענדליק, 1987—2006, באַשטימט, אין וועלכן ריטעם וועט קלאַפּן דאָס האַרץ פֿון דער באַנק-סיסטעם. ניט צופֿעליק האָט מען אים גערופֿן "אָראַקל". בכלל, אַ גאַנצע מיטאָלאָגיע איז געשאַפֿן געוואָרן אַרום אָט דעם מענטשן, דעם מײַסטער פֿון זאָגן ווערטער, וועלכע מע האָט ווייניק פֿאַרשטאַנען, אָבער פֿאַרטײַטשט זיי ווי נבֿואות.

איצט איז גרינג צו זײַן "אַ חכם דערנאָך". מע האָט שוין אָנגעשריבן הונדערטער טויזנטער ווערטער וועגן גרינספּענס גרײַזן. קודם-כּל, וועגן זײַן גלויבן, באמונה-שלמה, אין דעם אַז דער פֿרײַער מאַרק אַליין קען תּמיד געפֿינען אַ סגולה פֿאַר אַלע קריזיסן. מע האָט שוין געמאַכט אַ פּרטימדיקע כראָנאָלאָגיע פֿון די מאָמענטן, ווען אָפּאָנענטן פֿון אָט דעם צוגאַנג האָבן געשריִען גוואַלד, אָבער מע האָט זיך פֿון זיי אָפּגעטרייסלט, ווײַל אידעאָלאָגיש האָבן זייערע וואָרענונגען געקלונגען ווילד, ממש סאָציאַליסטיש.

גרינספּען איז געווען — און בלײַבט נאָך איצט — אַ חסיד פֿון די אַזוי-גערופֿענע "דעריוואַטן", וואָס האָבן זינט די 1990ער יאָרן זיך פֿאַרשפּרייט אין די פֿינאַנציעלע מערק. די דאָזיקע דעריוואַטן שטעלן מיט זיך פֿאָר גאַראַנטיעס (אַ מין פֿאַרזיכערונגען) פֿאַר כּלערליי פֿינאַנציעלע פּראָדוקטן. למשל, אַ באַנק גיט אַ הלוואה אויף אַ הויז און פֿאַרזיכערט די דאָזיקע הלוואה בײַ אַנדערע פֿינאַנציסטן — גיט זיי איבער די ריזיקע, און יענע קענען זי איבערגעבן נאָך ווײַטער. דאָס מאַכט דרייסטער דעם הלוואה-געבער און, ווי אַ פּועל-יוצא, לעבעדיקער דעם גאַנצן מאַרק. אָבער גלײַכצײַטיק ווערט אַנטוויקלט זייער אַ קאָמפּליצירטע, איבער דער גאַנצער וועלט צעוואָרפֿענע נעץ פֿון ריזיקאַלע פֿאַרבינדונגען, וועלכע האַלט איצט אין איין צערײַסן זיך — דאָ און דאָרטן, אין פֿאַרשיידענע פֿינאַנץ-אינסטיטוציעס און מדינות.

וואָס איז דער סוף? עס ווערט טאַקע גאַנץ סאָציאַליסטיש, ווײַל די מלוכות האָבן שוין ניט קיין ברירה און, כּדי אַרויפֿלייגן לאַטעס אויף די לעכער, נאַציאָנאַליזירט מען — גאַנצערהייט צי שטיקלעכווײַז — די פּריוואַטע בענק, וואָס הענגען אויף משקולת. און מע פֿאַרמעסט זיך אויף דעמאָקראַטישע אינסטיטוטן. אַ סימן פֿון דעם איז די קאַמפּאַניע, וועלכע איז געצילט אויף דערלויבן מײַקל בלומבערגן צו בלײַבן, אויפֿן דריטן טערמין, אַ מייאָר פֿון ניו-יאָרק, כאָטש דאָס איז קעגן די איצטיקע תּקנות. איך האַלט פֿון בלומבערגן, אָבער נאָך מער האַלט איך אַ וועלט פֿון דעם פּרינציפּ, אַז די פֿירער דאַרף מען בײַטן. גרינספּענען — אויך אַ זעלטענעם חכם-מופֿלג — האָט מען דאָך לאַנג געהאַלטן פֿאַר אַן אומבאַגיילעכן מענטש און, סוף-כּל-סוף, האָט מען אים איבערגעהאַלטן.

צי וועלן מיר זיך אַרויסבאַקומען פֿונעם זומפּ, געשאַפֿן דורך די אוטאָפּישע אידעאָלאָגן פֿון אַליין-רעגולירנדיקע מערק? אַ סבֿרא, אַז עפּעס אַ סגולה וועט מען געפֿינען. די פֿראַגע איז וועמען וועט עס מאַכן שטאַרקער און וועמען וועט עס מאַכן שוואַכער. ס׳איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז די איצטיקע פֿינאַנציעלע בהלה קען אָפּשוואַכן דווקא די אינטערנאַציאָנאַלע פּאָזיציעס פֿון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע. אָבער וועגן דעם איז נאָך דערווײַל פֿרי צו ברײַען.