- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו זיין 65סטן יאָרצײַט מיר האָבן געהערט דעם נאָמען פֿון חיים גילדין פֿונעם ליד וואָס סידאָר בעלאַרסקי האָט געזונגען און אַּרײַנגענומען אין זײַן זאַּמלונג לידער. דאָס איז געווען אַּ ליד צו זײַן שוועסטער ווען ער איז געזעסן אין תּפֿיסה צוויי יאָר פֿאַר זײַן רעוואָלוציאָנערער אַּרבעט אין 1905. די מוזיק אין בעלאַרסקיס בוך האָט געשאַפֿן לעאָן גילדין. די ווערטער זײַנען:
וויינען קען איך ניט
כאָטש ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אַליין ניט געשריבן פּאָעזיע, איז דער גרויסער ייִדישער לינגוויסט געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס־פּאָעזיע ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, רעדאַקטאָר, לערער און מנהיג — און אויך דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, ווי אַן איבערזעצער, וועלכער האָט אין זײַנע פֿרייִקע יאָרן איבערגעזעצט אַ טייל פֿון האָמערס "איליאַדע". אין די 20ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ער קאָמענטירט אויף אַ פּוילישער רעצענזיע פֿון ב.י. ביסטראָן אויף ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלכע האָבן פּוילישע השפּעות. צו זיין 65סטן יאָרצײַט דאָס פּאָפּולערסטע ליד וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם חורבן איז אָן אַ ספֿק דאָס פּאַרטיזאַנער־ליד — "זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". כּמעט יעדעס יאָר — ווען עס דערנענטערט זיך די דאַטע פֿון דער הזכּרה פֿון דער שואה און 19טן אַפּריל — קומט אַ בקשה וועגן דעם ליד. צווישן די לידער וואָס מע בעט זײַנען — "ס׳ברענט, ברידערלעך ס׳ברענט", "אַני־מאמין" און דער "פּאַרטיזאַנער־הימען". בײַ די הזכּרות וואָס איך האָב בײַגעוווינט זינגט מען דאָס ליד שטייענדיקערהייט אין כּבֿוד פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער. צו זײַן 55סטן יאָרצײַט נחום באָמזע איז אַהערגעקומען אין 1948 פֿון אייראָפּע, צו דער דערעפֿענונג פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט אַ גרופּע ייִדישע פּליטים־שרײַבער, ווי חיים גראַדע און שמערקע קאַטשערגינסקי צוו׳אַנד. די היגע שרײַבער און קולטור־טוער האָבן זיי אויפֿגענומען מיט פֿרײַנדלעכקייט און פֿרייד און זיי געהאָלפֿן זיך אײַנבירגערן אין לאַנד און אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות. צו זײַן 35סטן יאָרצײַט עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור דיכטערס וואָס זײַנען ניט אַזוי באַקאַנט — ווייניק האָט מען געשריבן אָדער דערציילט וועגן זיי און אין די לעקסיקאָנען געפֿינען זיי זיך ניט. אַזוי איז דער פֿאַל מיט פּינחס אָדער פּינטשע בערמאַן, וואָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך ניט אין די אָריגינעלע בענד פֿון לעקסיקאָן, נאָר אין דעם הוספֿה־באַנד. און דאָרט געפֿינען מיר ווייניק ידיעות וועגן אים, בלויז אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַנטאָפּאָל, פּאָלעסיע, אין 1892 און געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1974. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט איינער פֿון די פֿיל אומבאַקאַנטע ייִדישע דיכטער איז געווען יצחק אַהרן בערגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין בירזש, ליטע, אין 1889. ער האָט געלערנט אין אַ חדר. אין 1902 איז ער געקומען מיט דער משפּחה קיין אַמעריקע. ער האָט געלערנט אין באָסטאָן אַלגעמיינע לימודים. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין ניו־יאָרק. ער האָט דעביוטירט אין 1907 מיט אַ ליד אין "צײַטגײַסט" און האָט געדרוקט לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. צו זײַן 45סטן יאָרצײַט אַז מע וועט פֿרעגן געוויסע מענטשן צו דערמאָנען אַ ייִדישן פֿירער וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זייערע לעבנס, וועלן עטלעכע טויזנטער ענטפֿערן אַז דאָס איז געווען לייבוש לעהרער, דער פֿאַרטראַכטער און גײַסט פֿונעם זומערקעמפּ "בויבעריק". וויפֿל גײַסטיקע שפּײַז מענטשן ווי איך און מײַן פֿאַמיליע, למשל, האָבן גענאָסן פֿון לייבוש לעהרערס "בויבעריק" — איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב, ווי אויך מײַן שוואָגער בנימין "בינג" זײַנען געווען קעמפּערס — מלכּה איז געווען אַקאָמפּאָניסטקע ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן, "בינג" — פֿאָרזיצער פֿון קעמפּ־קאָמיטעט, און איך — געזאַנג־לערערין. צו זײַן 25סטן יאָרצײַט דער פּאָעט חיים לייב פֿוקס איז באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר זײַן דיכטונג, נאָר אויך פֿאַר זײַנע עסייען, ווערק אויף ליטעראַטור־געשיכטלעכער טעמאַטיק — אַנטאָלאָגיעס, לעקסיקאָנען און אַנדערע ווערק. למשל, ער איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אין דעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט געשריבן לידער און פּאָעמעס וועגן ישׂראל, וועגן דער היים און זײַן משפּחה; וועגן מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט, צווישן אַנדערע, געלעבט אַ געוויסע צײַט. ער האָט אַרײַנגעוועבט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן אין זײַנע לידער: מיט 40 יאָר צוריק איז וועק פֿון דער וועלט זעליג העללער, אַ פּאָעט וואָס האָט געלעבט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אין שיקאַגע. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואָלפּע, גראָדנער געגנט, פּוילן. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ פּריוואַטער שול. אין 1906 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ פֿאַרפֿולקאָמט זײַן בילדונג. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין שיקאַגע, וווּ ער איז געווען טעטיק אין דעם ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. העללער האָט אָנגעהויבן דרוקן לידער אין שיקאַגע אין 1916 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און מעשׂהלעך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן. ער איז, גלייבן מיר, דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט אויסגעלייגט זײַן נאָמען מיט צוויי פֿון די זעלביקע אותיות — העללער. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט לייב מאָרגענטוי איז געווען אַ ייִדישער פּאָעט וואָס האָט געשטאַמט פֿון פּינסק, געלעבט אין סאָוועט־רוסלאַנד בעת דער מלחמה, און צום סוף — אין ישׂראל. לייב מאָרגענטוי איז דער פּסעוודאָנים פֿון חנן־לייב סאַפּאָזשניק. ער איז געבוירן אין 1905 אין פּינסק, אין אַן אַרבעטער־משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר, אין אַ ייִדיש־העברעיִשער פֿאָלקסשול, און אין אָוונט־קורסן. צו 13 יאָר איז ער געוואָרן אַ שוסטער. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט די שרײַבער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" האָט אַרײַנגענומען אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, שמערקע קאַטשערגינסקי און אויך אלחנן וואָגלער, אַ געבוירענער אין ווילנע, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער מיטבאַטייליקטער אין די שריפֿטן פֿון דער “יונג־ווילנע"־גרופּע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿאַרן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1907, איז פֿרי געוואָרן אַ יתום, דערצויגן געוואָרן אין אַ יתומים־הויז אין ווילקאָמיר, דערנאָך צוריקגעקומען קיין ווילנע. |