|
ד״ר מאַקס ווײַנרײַך |
Forward Association |
כאָטש ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אַליין ניט געשריבן פּאָעזיע, איז דער גרויסער ייִדישער לינגוויסט געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס־פּאָעזיע ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, רעדאַקטאָר, לערער און מנהיג — און אויך דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, ווי אַן איבערזעצער, וועלכער האָט אין זײַנע פֿרייִקע יאָרן איבערגעזעצט אַ טייל פֿון האָמערס "איליאַדע".
אין די 20ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ער קאָמענטירט אויף אַ פּוילישער רעצענזיע פֿון ב.י. ביסטראָן אויף ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלכע האָבן פּוילישע השפּעות. ביז דעמאָלט האָבן אַלפֿרעד לאַנדוי און נח פּרילוצקי אָנגעוויזן נאָר אויף דײַטשע מקורים און י.ל. כּהן — אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכיקע מקורים. פֿריִער, אין 1888, האָט פֿ. ראָזענבערג אָנגעוויזן אויף דײַטשע מקורים אין אײַזיק וואַליכס מאַנוסקריפּט פֿון 16־17טן יאָרהונדערט. אין זײַן בוך "שטאַפּלען" האָט ווײַנרײַך דער ערשטער אָנגעוויזן אויף אַ פֿאָלקלאָריזירטן וואַריאַנט פֿון מיכל גאָרדאָנס אַ ליד.
ווײַנרײַך איז אויך געווען פֿון די געציילטע ליטעראַטור־היסטאָריקער, וועלכע האָבן געשריבן וועגן דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט אַנאַליזירט דאָס "בבֿא־בוך" און "שמואל־בוך", און צוו״אַנד געגעבן אַ סינאָפּסיס פֿון די קאַפּיטלעך פֿון די ראָמאַנסן, אָנגעוויזן אויף זייער ליטעראַרישער וויכטיקייט, זייער גראַמען־געבוי און שפּראַך — צוזאַמען מיט עריק, צינבערג און שפּעטער יאָפֿע, מינקאָוו א״אַנד. ער האָט באַשריבן זעלטענע איינסן פֿון דער עלטערער ליטעראַטור, וואָס ער האָט אַנטדעקט בעת זײַנע נסיעות אין די מערבֿ־אייראָפּעיִשע ביבליאָטעקן.
בעת ער האָט אַמטירט אין דער קאָאַליציע פֿון דער אויספֿיר־ביוראָ פֿון ווילנער ייִוואָ, צוזאַמען מיט זעליג קלמנאָוויטש און זלמן רייזען, איז ער געווען אַ מיטגליד אין דער פֿאָלקלאָר־קאָמיסיע וואָס פֿלעגט אויסהערן די אַרבעט פֿון די אַספּיראַנטן שמואל־זײַנוול פּיפּע, נחמה עפּשטיין א״אַנד; פּיפּע — ספּעציעל אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסלידער.
ווען ווײַנרײַך איז געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1940 איז ער געוואָרן דער וויסנשאַפֿטלעכער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, אַן אַמט וואָס ער האָט געשאַפֿן און וואָס האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן נאָך זײַן אַוועקגיין.
בעת זײַן קאַדענץ האָט ער רעדאַקטירט צוויי בענד פֿון י.ל. כּהנס שריפֿטן: דער ערשטער געווידמעט שטודיעס פֿון כּהן וועגן פֿאָלקסלידער, מעשׂיות א״אַנד מינים פֿאָלקלאָר, און דער צווייטער — צו העכער פֿינף הונדערט לידער וואָס כּהן האָט געזאַמלט און פֿאַרעפֿנטלעכט בעת זײַן לעבן. די ביכער האָט כּהן פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אין עטלעכע בענד. אָבער ערשטנס, דער טויט און צווייטנס, דער חורבן, האָבן גורם געווען, אַז כּהנס זאַמלונגען האָבן זיך ניט אויפֿגעהיט אין די אָפּגעפֿונענע און צוריקגעבראַכטע מאַטעריאַלן פֿון ייִוואָ.
כּהנס אָריגינעלע בענד לידער זײַנען געווען צווישן די ערשטע זאַמלונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט מוזיק־נאָטירונג אין 1912. ווײַנרײַכס רעדאַקציע האָט מען בולט געקענט זען אין די שפּראַכלעכע פֿאַרטײַטשונגען און אויפֿקלערונגען. מיר האָבן צוגעגעבן די טאַקט־מעסטונג וואָס האָט געפֿעלט, פֿון אידלסאָנען.
אין 1948 איז ווײַנרײַך פֿאַרבעטן געוואָרן אין לאָס־אַנדזעלעסער־אוניווערסיטעט צו געבן, צום ערשטן מאָל, אַ קורס אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. דער צווייטער קורס איז געווען וועגן ייִדישער לינגוויסטיק. ביידע קורסן זײַנען געווען זייער אינטערעסאַנט. דער פֿאָלקלאָרקורס איז באַשטאַנען פֿון לעקציעס וועגן די פֿאַרשיידענע געביטן פֿון פֿאָלקלאָר בכלל. איין וואָך איז אָפּגעגעבן געוואָרן צו פֿאָלקסלידער. ווײַנרײַך האָט אונדז באַקענט מיט מוסטערן פֿון פֿאַרשיידענע לידער, וואָס מיר האָבן געזונגען, און דערבײַ גרויס הנאה געהאַט. ווײַנרײַכס גרויס וויסן, זײַן אופֿן פֿון לערנען, זײַן ערודיציע האָבן אימפּאָנירט אַלע סטודענטן. אין די נאָכמיטאָג־שעהען פֿלעגן זיך די ייִוואָ־סטיפּענדיאַנטן טרעפֿן מיט ווײַנרײַכן, צו האָבן סעמינאַרן, שמועסן וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. איין מאָל אַ וואָך פֿלעגן גאַבי ווײַנרײַך און איך האָבן "זינגערײַען" מיט די אוניווערסיטעט־סטודענטן: יאָסל מלאָטעק איז געווען אונדזער סאָליסט, אוריאל ווײַנרײַך האָט צוגעגרייט אַ פּראָגראַם וועגן "ליבע אין ייִדישן פֿאָלקסליד", וואָס מיר, סטודענטן, פֿלעגן אויפֿפֿירן. יאָסל און שיקל פֿישמאַן האָבן געשריבן אַן אַרבעט וועגן די לידער פֿון ווילנער געטאָ און טראַנסניסטריע. איך האָב געשריבן אַן אַרבעט וועגן די רעקרוטן־לידער. מיר האָבן אַפֿילו געהאַט אַ ליאַלקע־טעאַטער, אונטער אוריאלס אָנפֿירונג, און האָבן געשטעלט "דאָס גרויסע געווינס" און "די באָבע יאַכנע".
ווען די סטודענטן זײַנען צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק האָבן מיר געשאַפֿן דעם "כּהן־פֿאָלקלאָרקלוב בײַם ייִוואָ". ווײַנרײַך איז געווען אונדזער מדריך. ער האָט אונדז געגעבן אַ קורס אין ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק און געזען, אַז אַנדערע געלערנטע, ווי שאַצקי, גינינגער, מענעס, רודאָלף גלאַנץ, נאָבל — זאָלן קומען און רעפֿערירן פֿאַר אונדז. מיר האָבן אויך פֿאַרבעטן אויף לעקציעס רות רובין, בען סטאָנהיל, און חוץ דעם האָבן די מיטגלידער גופֿא געלייענט אַרבעטן. איך געדענק זייער אַ גוטן רעפֿעראַט פֿון אוריאל ווײַנרײַך וועגן וואַריאַנטן אין קונסט־אָביעקטן ווי אַ באַזיס פֿאַר אַנאַליזירן וואַריאַנטן אין לידער. דער קלוב האָט אָנגעהויבן פּראָצעסירן דעם ליטווין־אַרכיוו פֿון ייִוואָ, מיט אַן ערך דרײַ הונדערט געזאַמלטע פֿאָלקסלידער. מיר האָבן געפֿילט, אַז מיר זײַנען ממשיך אַ ביסל די אַרבעט פֿון די פֿאַרשניטענע ייִוואָ־זאַמלער און פֿאָרשער. אין יענער צײַט האָט דער קלוב אָנגעהויבן אַרויסגעבן דעם זשורנאַל "ייִדישער פֿאָלקלאָר" אונטער דער רעדאַקציע פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך, וואָלף יונין און מיר. מיר האָבן געשריבן אייגענע אַרבעטן: בינה וועגן פּאָגראָם־לידער און אַ פּסח־אַנקעטע, אוריאל וועגן מיששפּראַכיקע לידער, איך וועגן מיכל גאָרדאָנס "די באָרד". מײַן אַרבעט האָב איך געמאַכט אונטער ווײַנרײַכס רעדאַקציע. מיכל גאָרדאָנס ליד איז געווען צו ערשט געדרוקט אין 1868 אין זשיטאָמיר, און זײַן ביכעלע איז געווען אַ זעלטענער איינס. ווײַנרײַך האָט געמיינט, אַז עס קען זיך געפֿינען אין דער קעמברידזשער ביבליאָטעק און האָט מיר געעצהט שרײַבן אַלעקסאַנדער עהרליך, וואָס האָט זיך דאָרטן געלערנט. אַלעק האָט מיר געשיקט אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון ביכעלע און איך האָב געקענט פֿאַרגלײַכן מײַן געזאַמלטן וואַריאַנט מיטן אָריגינאַל. אין דער צווייטער גאָרדאָן־העפֿט זײַנען שוין געווען ענדערונגען אין ליד. איך האָב נאָך פֿאַרשריבן עטלעכע וואַריאַנטן און געפֿונען עטלעכע אין דער ליטעראַטור: יעדעס נײַע געפֿינס פֿלעגן ווײַנרײַך און איך אויפֿנעמען מיט אַ שׂימחה. ווען איך האָב פֿאַרענדיקט די אַרבעט, האָט ווײַנרײַך מיר געהייסן עס איבערגעבן שאַצקין, וואָס האָט איבערגענומען ווײַנרײַכס אַמט ווי רעדאַקטאָר פֿון די "ייִוואָבלעטער".
איך פֿלעג אָפֿט אַרבעטן מיט ווײַנרײַכן אין זײַן היים, און אַזוי פֿלעג איך לייענען אָדער דיסקוטירן מײַנע אַרבעטן מיט אים: ווען איך האָב געהאַלטן מײַן רעפֿעראַט אויף אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ, געלייענט מײַנע רעפֿעראַטן פֿאַר די ניו־יאָרקער לערערס, געשריבן וועגן אַמעריקע אין ייִדישן ליד, רעדאַקטירט אַ ייִדיש־לערנבוך, געמאַכט אַ מאַפּע פֿון די ייִדישע שטעטלעך, אַ רשימה פֿון פּרעפֿערירטע פּלאַטעס, געלייענט קאָרעקטור אאַז״וו. ער האָט מיר אַלע מאָל געגעבן קלוגע, גוט־דורכגעטראַכטע עצות, פֿאַר וועלכע איך בין אים אַלע מאָל געווען דאַנקבאַר; און דאַנקבאַר אויך, פֿאַר אַרײַנפֿירן מיך אין אַ וועלט, וואָס האָט באַרײַכערט מײַן וויסן און לעבן.
ד״ר ווײַנרײַך האָט באַווירקט אַ סך מענטשן אין זייער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט — מיך, צווישן זיי — און מיר געדענקען אים מיט גרויס כּבֿוד און אָפּשײַ.