|
ערשטע ריי פֿון רעכטס: אַבֿרהם סוצקעווער, שמערקע קאַטשערגינסקי, יוסף אַפּאַטאָשו, חיים גראַדע, בן־ציון מיכטאָם, אלחנן וואָגלער. צווייטע ריי פֿון רעכטס: משה לעווין, פּרץ מיראַנסקי, שמשון כּהן, לייזער וואָלף, ווילנע, 1935 |
|
צו זײַן 40סטן יאָרצײַט
די שרײַבער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" האָט אַרײַנגענומען אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, שמערקע קאַטשערגינסקי און אויך אלחנן וואָגלער, אַ געבוירענער אין ווילנע, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער מיטבאַטייליקטער אין די שריפֿטן פֿון דער “יונג־ווילנע"־גרופּע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿאַרן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1907, איז פֿרי געוואָרן אַ יתום, דערצויגן געוואָרן אין אַ יתומים־הויז אין ווילקאָמיר, דערנאָך צוריקגעקומען קיין ווילנע.
צו 16 יאָר איז ער געוואָרן אַ שילדן־מאַליער און ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך מפֿרנס געווען דערפֿון. ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין די יוגנט־יאָרן אונטער דער השפּעה פֿון משה קולבאַק, און האָט דעביוטירט אין זשורנאַל “שפּראָצונגען", וואַרשע, 1925. ער איז, ווי געזאָגט, געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער דיכטער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" און איינער פֿון די הויפּט־מיטאַרבעטערס אין אַלע אירע אויסגאַבעס. בעת היטלערס אָנפֿאַל אויף רוסלאַנד, איז ער אַנטלאָפֿן צו פֿוס פֿון ווילנע און נאָך לאַנגע וואָגלענישן געקומען קיין אַלמאַ־אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, וווּ ער האָט געלעבט עטלעכע יאָר אין זייער שווערע באַדינגונגען. דערנאָך אַ צײַט האָט ער געלעבט אין מאָסקווע, פֿון וואַנען ער איז אין 1947 צוריקגעקומען קיין פּוילן. ביז 1949 איז ער געווען אין לאָדזש, שפּעטער האָט ער געלעבט אין פּאַריז, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1969.
די לידער וואָגלערס פֿאַרמאָגן נאַטור־ און פֿילאָסאָפֿישע מאָטיוון. ער דערציילט וועגן דער ווילנער לאַנדשאַפֿט, וועגן חורבן אין פּאָנאַר. די דאָזיקע לידער ווירקן שטאַרק אויף דעם לייענער — ספּעציעל די פֿיר וואָס מיר ברענגען הײַנט צו די לייענערס.
דער יונגער גאָט
אויף פּאָנאַר, בײַ ליכט פֿון שקיעה,
רוט אין אַש מײַן טויטע שטאָט.
פֿון טומאַן, אַ יונגער גאָט —
שוועבט אין שויס פֿון דער וויליע.
זײַן בלויער רײַטוואָגן פֿון שטערן,
פֿון מילכוועג רוישט אויף ייִדיש־גאַס
און ס’באַהויכט דער מערבֿ־פּאַס
מיט פֿונקען זײַן געקרוינטן שטערן.
ער הייבט אויף פֿון שטויב איר שאַרבן,
פֿון די הוילע אויגן־לעכער
רינט אויס די נאַכט — און איבער דעכער
שטראָמט אַ רעגן־בויגנס פֿאַרבן.
אין געשפּאַן פֿון ווײַסע שוואַנען
שטראַלן זײַנע גאָלדנע לייצן,
סנאָפּעס ליכט דאָס גרוב פֿאַרפֿלייצן,
וווּ מײַן וויגל איז געשטאַנען.
כ’בין דורכגאַן אַ פֿעלד מיט זאַנגען,
אַצינד בין איך — אַ ביינער־טאָל;
אין דער קאָסעס בלאַנק פֿון שטאָל —
אויף אייביק איז מײַן זון פֿאַרגאַנגען.
ער גראָבט אויף מײַן פֿרוכטבאַר צער,
פּראַלט אויף מײַן ליימיק האַרץ און קניט
פֿאַר מײַן ביינערדיקער ליד —
דער גרויער עדה אויף פּאָנאַר.
ער וועקט מיט פֿאָרכט פֿון שלאָף די זון
און ווילנע — אונטער קייט און שווערד,
דורך בליץ און דונערן דערהערט —
ער לייענט פֿאַר איר תּלין דעם פּסק־דין.
אויפֿן הימל שוואַלבן שורות
מיט געזאַנג זײַן ליבשאַפֿט מעסטן,
איבער אָפּגעברענטע נעסטן
צוויטשערן זיי זאַנפֿטע בשׂורות.
און די וועלט — אויף אַלע וועגן
אײַנגעהילט אין רויך פֿון טרויער,
דורך אַ רעגן־בויגן־טויער —
שפּאַנט דעם יונגן גאָט אַנטקעגן.
דאָס צווייטע ליד איז אי געפֿילפֿול, אי עס איז אינטערעסאַנט די קאָנסטרוקציע און די גראַמען־סיסטעם.
פּורפּורנע טויערן
איך ווייס, איך וועל אייביק באַדויערן,
וואָס איך האָב מײַן היים אָנגעוואָרן.
דורך אירע פּורפּורנע טויערן
זײַנען אַדורך מײַנע יאָרן.
דורך אירע פּורפּורנע טויערן
דער וועג צו דער אייביקייט גליט,
עס וועלן מיך שטערן באַדויערן,
וואָס אייך האָב דעם וועג נישט געהיט.
אין אירע פּורפּורנע טויערן
דער טאָג אין אַ מענטש איז פֿאַרשטעלט;
די זון וועט מיט שײַן מיך באַדויערן —
וואָס זוך איך דעם טאָג אין דער וועלט.
זי וועט אין פֿאַרנאַכטן מיך לויערן,
פֿאַר שאַנד ווערן רויט און פֿאַרגיין,
וואָס איך האָב דעם וועג צו די טויערן
נישט אויסגעבעט מיט מײַן געביין.
מאַמע, פּראַל אויף דײַנע טויערן,
דער פֿויגל, צו מיזרח וואָס פֿליט,
וועט אויף אַ דעמב נאָך מיר טרויערן,
זינגען באַגינען מײַן ליד:
— ווילנע, מײַן וויג און מײַן דויערן,
מיטן קלאַפּ פֿון מײַן האַרץ אויף פּאָנאַר
אַ וועג לייגן צו דײַנע טויערן
וועל איך מיט מײַן שטיינערנעם צער.
כ’וויל זײַן אַ שוועל צו די טויערן,
קושן פֿון מאָרגנס די טריט,
דער האַמער וועט אָבער באַדויערן,
מײַן לעבן איז נישט פֿון גראַניט.
די טשערעשניכע וועט מיך באַדויערן,
כ’בין אויף איר האַלדז נישט דער צוויט,
צו אירע נעסטיקע אויערן
וועט זינגען דער קוקוק מײַן ליד:
— מאַמע, פּראַל אויף דײַנע טויערן,
כ’וויל אַ ווײַנגאָרטן זײַן אין דײַן שײַן
דײַן ליפּ וועט מיט וויי נאָר באַדויערן:
אַ טרער רוישט אין דנאָ פֿון מײַן ווײַן.
די ליטווישע ערד וועט באַדויערן,
כ’בין אויף איר פֿעלד נישט דער שניט,
צו אירע באַרגיקע אויערן
וועלן זינגען די טײַכן מײַן ליד:
— מאַמע, פּראַל אויף דײַנע טויערן,
כ’וויל זײַן דאָס פֿעלד דײַנס מיט קאָרן,
דער סערפּ וועט אין אָוונט באַדויערן,
כ’האָב די קערנער אין שטורעם פֿאַרלאָרן.
- - - - - - - - - - -
די זון האָט פֿאַרריגלט די טויערן,
דער פֿויגל, צו מיזרח וואָס פֿליט,
וועט מיך מיט אַ פֿליגל באַדויערן
און זינגען באַגינען מײַן ליד.
אין דעם ליד בענטשט ער וואָס זײַן וועג האָט אים געפֿירט צו דער זון מיט ליבשאַפֿט:
איך בענטש דיר אויף מײַן פּייפּיאַל
איך בענטש דיר אויף מײַן פּייפּיאַל,
דעם וועג צו דער זון, וואָס מיך פֿירט.
— זײַ געלויבט, וואָס דו האָסט פֿון מײַן עול
אַ זילבערנע ליכט אויסגעקנאָטן.
און טועם געווען פֿון מײַן צער —
דעם ליימענעם בעכער מיט ספּירט,
אונטערן באַרג פֿון פּאָנאַר —
ליגט מײַן האַרץ פֿאַרשאָטן.
דער וועג צום באַגין איז די נאַכט,
עולה־רגל צו אים זײַנען נאָר די גערעכטע,
מײַן נאַקעטן גורל, וואָס לאַכט,
באַקלייד נישט אין גילדענע טרערן.
זײַ מיר אַ שוועסטער, אַ מאַמע
און זאָל דײַן האַנט די רעכטע
איבער מײַן היים פֿון סאַמע
ליבשאַפֿט — אָנצינדן מײַן יוגנט־שטערן.
אין דעם לעצטן ליד, לייענט מען, אַז וואָגלער האָט אויך געהאַט אַ חוש פֿאַר הומאָר
אַ חתונה
דעם הונט ליבט די צויג, דעם קאָטער — די קאַץ,
נאָר מײַנע פֿרײַנד זײַנען די אותיות;
מײַן לאַנד איז דאָס ליד: יעדער סטראָף אַ פּאַלאַץ,
מײַן גוססע מאַמע — די ליכט אויף מײַן טישל — זי ווייסט עס.
דאָס האַרץ מײַנס — אַ וווּנד, די ליבע איז יאָד...
כ׳האָב חתונה הײַנט מיטן פֿרילינג;
מיט מײַן כּלה — דעם ווײַסן, דעם בלינדן סאָד,
וועל איך האָבן די נאָענטסטע באַציִונג.
דעם ברוינעם באַראַן און דעם באָק וואָס איז בלינד
אויף מײַן חתונה האָב איך פֿאַרבעטן;
כ׳האָב פֿונאַנדערגעשיקט דורך מײַן חבֿר דעם ווינט
פּאַסיעקעס פֿאַר זיי — מײַנע גרינע בילעטן.
איך האָב געוויינט — און דורך נאַכט איז אַיעדער
גאָרטן פֿאַרשריבן געוואָרן מיט גראָז;
אײַנגעטונקט אין מײַן טרער, איז געלאָפֿן מײַן פֿעדער —
אויף די לאָנקעס אַן אונטערגעצונדענער האָז:
— מחותּנימלעך חשובֿע, — שרײַב איך זיי — קאָמע,
איר אַלע, וואָס קאָנט ווי איך שטומען;
איר וועט ניט מײַן שׂימחה פֿאַרשטערן מסתמא
און אויף מײַן חתונה קומען.
בײַ מיר זײַנען אַלע קרובֿים גלײַכע;
סײַ די אָרעמע שקאַפּע — מײַן פֿעטער דער בלינדער,
סײַ די יאַלאָווע קו — מײַן מומע די רײַכע,
סײַ די קעלבער און לאָשעקלעך — זייערע קינדער.
מחותּנים געאַכפּערטע, קראַצט אויס די בערד!
מחותּנתטעס, פּוצט זיך אין אײַערע שפּיגלען — די קרענעצעס!
למען־השם, פֿעטערל, אָרעמע פֿערד,
נעם מיט די לאָשעקלעך, מײַנע פּלימעניצעס!....