- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין ישׂראל קומען איצט פֿאָר צוויי גרויסע האַנדל־יאַרידים: צו שאַפֿן אַ רעגירונג־קאָאַליציע נאָך די וואַלן און אײַנשטעלן כאָטש אַ קורצווײַליקן שטילשטאַנד מיט “כאַמאַס" נאָך דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע אין עזה. אויב אויפֿן ערשטן יאַריד גייט אָן דער האַנדל אַרום דער מאַכט, וואָס אין ישׂראל איז עס נישט גאָר אַ וואַזשנע סחורה; דינגט מען זיך אויפֿן צווייטן יאַריד וועגן מענטשלעכע לעבנס, און קודם־כּל, וועגן דעם לעבן פֿונעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שליט, פֿאַרכאַפּט מיט דרײַ יאָר צוריק אין געפֿאַנגענשאַפֿט. די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער". מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. דער ערשטער און עד־היום דער איינציקער (חוץ דער ייִדישער "וויקיפּעדיע") פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבע אויף ייִדיש איז געווען "די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" (בערלין, פּאַריז און ניו־יאָרק, 1932—1966). דער ציל פֿונעם דאָזיקן ווערק איז געווען צו באַקענען די ייִדיש־רעדנדיקע לייענערשאַפֿט מיט די לעצטע דערפֿינדונגען און דערגרייכונגען פֿון וויסנשאַפֿט און טעכניק, כּדי מען זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט. ווען איך בין קינדווײַז געווען אַ תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול 21, פֿלעג די לערערין, בלומע לעדערהענדלער, יעדן פֿרײַטיק, בײַם עונג־שבת, דערציילן אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע — געוויינטלעך וועגן אַן אָרעמען פּאָרפֿאָלק, וואָס מוז, נעבעך, שווער האָרעווען, כּדי צו קאָנען קויפֿן חלה, פֿיש און פֿלייש לכּבֿוד שבת. אין אַ טייל פֿון די מעשׂיות, איז דער ייִד אַהיימגעקומען פֿון שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס מיט אַן אורח, און געבעטן זײַן פֿרוי שטעלן נאָך אַ טעלער אויפֿן טיש. דאָס פֿלעג מיך זייער פֿאַרחידושן. "ואלה המשפּטים" — "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט איבערגעבן די ייִדן", האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו משה רבינו. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן, דער עיקר, מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים און סאָציאַלע באַציִונגען צווישן מענטשן. הײַנט איז אויך שבת־שקלים — דער "ספּעציעלער" שבת, וואָס קומט פֿאַרן ראָש־חודש אָדר, ווען מע לייענט אין דער צווייטער ספֿר־תּורה וועגן דער מעשׂה מיטן "מחצית־השקל" — ווי די ייִדן האָבן מנדבֿ געווען אַ האַלבן זילבערנעם שקל, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער אויפֿשטעלונג פֿונעם משכּן. איך האָב פֿון עמעצן געהערט אַזאַ שפּאַס וועגן די ליובאַוויטשער חסידים — אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר "אַ סעקטע, וואָס איז גאַנץ נאָענט צו דער ייִדישער אמונה". זיי זײַנען טאַקע אַנדערש פֿון די איבעריקע חרדים, בפֿרט ווײַל זיי באַשעפֿטיקן זיך מיט אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע. ווען עס קומט די צײַט פֿון אַ ייִדישן יום-טובֿ, לאָזן זיי ניט לעבן — מע שטעלט דיך אָפּ מיט כּלערליי פֿראַגעס: "דו ביסט אַ ייִד? צי האָסטו שוין הײַנט ... ?" מע זאָגט, אַז זיי ווילן דערמיט מיר דערמאָנען אַז איך בין אַ ייִד. אפֿשר. אויב איר זײַט אַ ניו־יאָרקער וועט איר זיך ווייניק וואָס וווּנדערן ווי מען בויט דאָ די קאַנאַליזאַציע, ווי אַזוי מען לייגט רערן אונטער די טראָטואַרן און וועגן, ווי לאַנג עס נעמט צו פֿאַרריכטן אַ לאָך אין מיטן שאָסיי. איז קודם־כּל, פֿאַרשליסט מען די גאַס אויף פֿופֿציק יאָר. אין צווישנצײַט, צעקאַליעטשעט מען די גאַנצע גאַס אַזוי, אַז אַלע געשעפֿטן אויף דער גאַס מוזן באַנקראָטירן. העלפֿט גאָט, און עס גייען אַוועק אַ פֿופֿצן יאָר, און מ’פֿאַרשיט די לעכער און מען לייגט מיט מזל אַ טראָטואַר. די מוזיק־שול פֿון "בוכמאַן־מעטאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004. זינט דעמאָלט, האָט דער אַנשטאַלט דורכגעפֿירט נישט ווייניק אויפֿטוען, וואָס זײַנען ווערט מ'זאָל זיי באַצייכענען. מיר האָט דווקא דערוועקט צו שרײַבן וועגן דער מוזיק־שול קאָנצערט. אַ קאָנצערט? דאָס איז דאָך טאַקע דאָס ממשותדיקע פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע, דאָס איז דאָך איר צוועק און דער תּכלית פֿון איר עקזיסטענץ, איז וווּ שטעקט דאָ דער וווּנדער? אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט די שרײַבער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" האָט אַרײַנגענומען אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, שמערקע קאַטשערגינסקי און אויך אלחנן וואָגלער, אַ געבוירענער אין ווילנע, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער מיטבאַטייליקטער אין די שריפֿטן פֿון דער “יונג־ווילנע"־גרופּע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿאַרן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1907, איז פֿרי געוואָרן אַ יתום, דערצויגן געוואָרן אין אַ יתומים־הויז אין ווילקאָמיר, דערנאָך צוריקגעקומען קיין ווילנע. |