פּובליציסטיק, רעליגיע, װיסנשאַפֿט
טשאַרלז דאַרווין
טשאַרלז דאַרווין

מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם.

אַ סך מענטשן באַטראַכטן דאַרווינען ווי "דעם אַנטדעקער פֿון עוואָלוציע". אין דער אמתן, איז אַזאַ טיטל נישט אינגאַנצן באַרעכטיקט. כּדי אָפּצושאַצן זײַנע אמתע דערגרייכונגען, איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט דער פֿאָרגעשיכטע פֿונעם עוואָלוציאָנערן געדאַנק, ווי אויך מיט דער סאָציאַלער אַטמאָספֿער, אין וועלכער דאַרווינס עוואָלוציע־טעאָריע איז געשאַפֿן געוואָרן.

דער געדאַנק, אַז די לעבעדיקע אָרגאַניזמען אַנטוויקלען זיך במשך פֿון צײַט, און פֿאַרוואַנדלען זיך בהדרגה אין מער קאָמפּליצירטע באַשעפֿענישן, איז באַקאַנט זינט די אוראַלטע צײַטן. נאָך מיט 2,300—2,500 יאָר צוריק, האָבן אַזאַ אידעע אויסגעדריקט די גריכישע פֿילאָסאָפֿן אַנאַקסימאַנדר און עמפּידאָקל, און דער גרויסער כינעזישער דענקער דזשואַן־דזי. עמפּידאָקל, אַ נאָכפֿאָלגער פֿון פּיטאַגאָר, האָט געהאַלטן, אַז אין די אוראַלטע צײַטן האָבן אין דער וועלט געלעבט פֿאַרשיידענע משונהדיקע באַשעפֿענישן, וועלכע זענען שפּעטער אויסגעשטאָרבן; בלויז אַ טייל פֿון זיי זענען געבליבן לעבן אינעם געראַנגל פֿון "ליבע און קעגנערשאַפֿט".

די ערשטע ווערק וועגן געאָלאָגיע און פּאַלעאָנטאָלאָגיע — די געביטן פֿון ווינסשאַפֿט, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאָרשן דעם ווײַטן עבֿר פֿון דער ערד — שטאַמען אויך פֿון יענער תּקופֿה. מיט 3,300 יאָר צוריק, האָט דער גריכישער פֿילאָסאָף טעאָפֿראַסט צונויפֿגעשטעלט דעם טראַקטאַט "וועגן שטיינער", וווּ ער האָט באַשריבן די אייגנשאַפֿטן און דעם פּראַקטישן באַנוץ פֿון אַ סך באַקאַנטע מינעראַלן, און דערמאָנט אויך די פֿאָסילן פֿון פֿאַרשיידענע באַשעפֿענישן. שוין אין יענער תּקופֿה, האָבן די וויסנשאַפֿטלער אָנגעהויבן פֿאָרשן די פֿאַרשטיינערטע רעשטלעך פֿון די אַמאָליקע בעלי-חיים, כּדי צו פֿאַרשטיין די אַנטוויקלונג און דעם אַנטשטאַנד פֿונעם לעבן.

אַ סך וויכטיקע געאָלאָגישע אַנטדעקונגען און היפּאָטעזן זענען פֿאַרבונדן מיט דער מיטל־עלטערלעכער איסלאַמישער וועלט. דער אַראַביש־אַפֿריקאַנער וויסנשאַפֿטלער אַל־דזשאַהיז האָט נאָך מיט 1200 יאָר צוריק משער געווען, אַז די לעבעדיקע באַשעפֿענישן אַנטוויקלען זיך צוליב דעם נאַטירלעכן אויסקלײַב. מיט אַ פּאָר דורות שפּעטער, האָט דער פּערסישער חכם איבן־מיסקאַווייך געשריבן, אַז דאָס לעבן איז צוערשט באַשאַפֿן געוואָרן אין אַ פּרימיטיווער "מינעראַלער" פֿאָרעם, און האָט שפּעטער עוואָלוציאָנירט ביז געוויקסן, חיות און מענטשן.

אין יענער תּקופֿה, איז דער מוסולמענישער מיזרח געווען אַ וועלט־צענטער פֿון וויסנשאַפֿטלעכן פּראָגרעס. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דאַרווין איז געווען באַקאַנט מיט איבן־מיסקאַווייכס ווערק. ס׳קאָן זײַן, אַז די שרשים פֿון דער הײַנטצײַטיקער עוואָלוציאָנערער ביאָלאָגיע שטאַמען פֿון אומגעריכטע ערטער — דער שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַן און איראַק.

די ערשטע עכט־סיסטעמאַטישע געאָלאָגישע און פּאַלעאָנטאָלאָגישע פֿאָרשונגען זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער מינערײַ־אינדוסטריע.

אין דער אַנטוויקלונג פֿון געאָלאָגיע, ווי אַ באַזונדערע וויסנשאַפֿט, וואָס פֿאָרשט די אינערלעכע סטרוקטור און געשיכטע פֿון אונדזער פּלאַנעט, האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע דער דײַטשישער נאַטוראַליסט אַבראַהאַם גאָטלאָב ווערנער, וועלכער האָט געלעבט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען אין אייראָפּע האָט זיך צעבליט די ראָמאַנטישע באַוועגונג, ווי אַ רעאַקציע אויפֿן "קאַלטן" ראַציאָנאַליזם פֿונעם פֿריִערדיקן דור. בײַם אָנהייב, פֿלעגט מען אָנרופֿן געאָלאָגיע "געאָגנאָזיע", און די געאָלאָגן — "געאָגנאָסטיקער".

די ראָמאַנטיקער האָבן קריטיקירט די אייראָפּעיִשע דענקער פֿון דער "אויפֿקלערונג"־תּקופֿה פֿאַרן פֿאַרוואַנדלען דעם ראַציאָנעלן שׂכל אין אַ מין "אַריסטאָקראַטישן קולט", און געשטעלט דעם אַקצענט אויף אינטויִציע, לײַדנשאַפֿטן, פֿאָלקס־חכמה און נאַטירלעכקייט. די דענקער פֿון יענער תּקופֿה האָבן זיך אָפֿט באַצויגן מיט חשד צו פֿילאָסאָפֿיע, און האָבן זיך מער אינטערעסירט מיט געשיכטע, עטנאָגראַפֿיע און נאַטור־וויסנשאַפֿט.

אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די געאָלאָגישע פֿאָרשונגען אַרויסגערופֿן אַ ריי דעבאַטן אין אייראָפּע. דער פֿראַנצויזישער נאַטוראַליסט דע בופֿאָן האָט משער געווען, אַז די געאָלאָגישע סטרוקטור פֿון דער ערד האָט זיך פֿאָרמירט במשך פֿון 75,000 יאָר, און אויך פֿאָרגעלייגט אַ פֿריִיִקע עוואָלוציע־טעאָריע. די קאַטוילישע קירך האָט געהייסן צו פֿאַרברענען בופֿאָנס "אַפּיקורסישע" ביכער.

הרבֿ נתן סליפֿקינס בוך, וווּ ער ווײַזט אָן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין ערנסטע סתּירות צווישן דער תּורה און עוואָלוציע־טעאָריע
הרבֿ נתן סליפֿקינס בוך, וווּ ער ווײַזט אָן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין ערנסטע סתּירות צווישן דער תּורה און עוואָלוציע־טעאָריע

אַזאַ באַציִונג האָט זיך אויך אָפּגעשפּיגלט אין דער קלאַסישער ליטעראַטור. אין זײַן באַרימטער טראַגעדיע "פֿאַוסט", האָט געטע צוגעשריבן "פּלוטאָניזם" — אַן אַנדער פֿריִיִקע געאָלאָגישע דעה, וואָס אַ טייל קריסטן האָבן פֿאַרדאַמט — צו מעפֿיסטאָפֿעל, דעם טײַוול אַליין.

הגם די געאָלאָגישע און פּאַלעאָנטאָלאָגישע אַנטדעקונגען האָבן אויפֿגערעגט אַ טייל קאָנסערוואַטיווע קריסטן, האָבן זיי אויך צוגעצויגן אַ ריי פּאָעטן און מיסטיקער, ליבהאָבער פֿון דער נאַטור. דער שוועדישער וויזיאָנער עמאַנועל סוועדענבאָרג האָט אָנגעשריבן אַ דרײַ־בענדיק ווערק וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן פֿילאָסאָפֿיע און מינעראַלאָגיע. נאָוואַליס, אַ פּראָמינענטער דענקער פֿונעם דײַטשישן ראָמאַנטיזם, האָט שטודירט געאָלאָגיע מיט אַבראַהאַם ווערנער; אין זײַן פֿילאָסאָפֿיע פֿון "מאַגישן רעאַליזם", ווערט געאָלאָגיע, און נאַטור-וויסנשאַפֿט בכלל, אויסגעמישט מיט פֿאַרשיידענע מיסטישע אידעען.

אין אַזאַ אַטמאָספֿער פֿון סיכסוכים צווישן טרוקענע ראַציאָנאַליסטן און ראָמאַנטיקער, נײַע גילגולים פֿון מיטל־עלטערישע אידעען און מפּלות פֿון קירך־דאָגמעס, האָט דאַרווין געפֿירט זײַנע פֿאָרשונגען. הגם די יסודות פֿון עוואָלוציאָנערן געדאַנק זענען פֿאַרלייגט געוואָרן מיט איבער 1000 יאָר פֿאַר דאַרווינען, און האָבן זיך אין זײַנע יוגנט־יאָרן שוין "געטראָגן אין דער לופֿטן", האָבן זיי במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט נישט געבראַכט צו קיין פּראַקטישע רעזולטאַטן. דאַרווינס געניאַלקייט איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט צונויפֿגעזאַמלט אַלע "ברעקלעך פֿון דער מאָזאַיִק" — די ידיעות פֿון געאָלאָגיע, פּאַלעאָנטאָלאָגיע און ביאָלאָגיע — און צונויפֿגעשטעלט אַן איבערצײַגנדיקע און דײַטלעכע טעאָריע, וועלכע ליגט אינעם יסוד פֿון גענעטיק און אַנדערע וויכטיקע געביטן פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט.

הײַנט ווערט דער "דאַרוויניסטישער" צוגאַנג אויך ברייט באַנוצט אין אַזעלכע געביטן, ווי אינזשענירײַ און קאָמפּיוטערײַ. די "עוואָלוציאָנערע אַלגאָריטמען" דערמעגלעכן צו שאַפֿן און פֿאַרבעסערן, אויף אַן אויטאָמאַטישן אופֿן, נאָוואַטאָרישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען און פֿאַרשיידענע מכשירים.

הגם אין דער וויסנשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה איז די עוואָלוציע־טעאָריע שוין לאַנג אָנגענומען געוואָרן ווי אַ קלאָרער פֿאַקט, רופֿט זי נאָך אַלץ אַרויס שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט צווישן אַ טייל שטרענג־רעליגיעזע מענטשן. אויף דער ייִדישער גאַס — בפֿרט אין די קרײַזן, וווּ מע רעדט טאַקע אויף ייִדיש — ווערט זי צומאָל אַ סיבה פֿון שאַרפֿע סיכסוכים.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָבן אַ צאָל רבנים פֿאַרווערט די ווערק פֿון הרבֿ נתן סליפֿקין — אַן ענגלישער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, וועלכער האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכער וועגן עוואָלוציע, וווּ ער ווײַזט אָן, אַז צווישן דער הײַנטצײַטיקער דאַרוויניסטישער ביאָלאָגיע און טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט זענען, אין דער אמתן, נישטאָ קיין ערנסטע סתּירות. אויף סליפֿקינס וועבזײַט, "zootorah.com", איז פֿאַרענפֿטלעכט אַ לאַנגע "מגילה" פֿון דאָקומענטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דעם דאָזיקן סיכסוך.

סליפֿקינס אָפּאָנענטן האָבן פֿאַרשפּרייט אין די חרדישע שילן "קול־קוראס", וואָס באַשולדיקן דעם מחבר אין "אַפּיקורסות"; אַ ריי רבנים האָבן דערקלערט, אַז מע טאָר נישט אַרײַנקוקן אין סליפֿקינס ביכער, און אַפֿילו אַרײַנברענגען זיי אין אַ ייִדישער שטוב. זײַנע שטיצער האָבן אָבער באַמערקט, אַז סליפֿקין ברענגט אין זײַנע ביכער נישט קיין פּרינציפּיעלע חידושים. אַ ריי אַנדערע, גאַנץ בכּבֿודיקע רבנים, האָבן נאָך אין דאַרווינס צײַטן פֿאַרטיידיקט די עוואָלוציע־טעאָריע. דער "אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד", איינע פֿון די גרעסטע כּשרות־אָרגאַניזאַציעס אין דער וועלט, האָט נישט איינמאָל בפֿירוש געשטיצט דאַרוויניזם אין זײַנע פּובליקאַציעס.

הגם די פּאַמפֿלעטן קעגן סליפֿקינען האָבן אָפּגעשראָקן אַ טייל מענטשן, האָבן זיי אויך געדינט ווי אַן "אַנטי־רעקלאַמע". נישט ווייניק חסידישע משפּחות האָבן געקויפֿט די "פֿאַרבאָטענע ביכער" פֿאַר נײַגער; ווי אַ רעזולטאַט, האָבן אַ טייל חרדים זיך באַקענט מיט דער מאָדערנער עוואָלוציאָנערער ביאָלאָגיע דווקא צוליב די רדיפֿות קעגן אירע שטיצער.

אַנאַקסימאַנדר — דער גריכישער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט באַטראַכט די עוואָלוציע פֿונעם לעבן מיט איבער 2,500 יאָר צוריק
אַנאַקסימאַנדר — דער גריכישער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט באַטראַכט די עוואָלוציע פֿונעם לעבן מיט איבער 2,500 יאָר צוריק

אין דער געשיכטע פון וויסנשאַפֿט זענען אין די לעצטע 200 יאָר פֿאָרגעקומען נישט ווייניק גרויסע איבערקערענישן. אַ טייל פֿון זיי, בײַם אָנהייב אויך גאַנץ רעוואָלוציאָנערע, זענען שוין לאַנג אָנגענומען געוואָרן אין אַלע קרײַזן ווי אַ געוויינטלעכער לעבנס־פֿאַקט. למשל, קאָפּערניקס אַנטדעקונג, אַז די ערד דרייט זיך אַרום דער זון, האָט אַרויסגערופֿן אַמאָל גאָר שאַרפֿע דעבאַטן צווישן די קריסטן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט — הגם אין אַ ווייכער פֿאָרעם — אויך אין די ייִדישע קהילות. דאָס דאָזיקע אַלט־מאָדישע מחלוקת איז אָבער שוין לאַנג בטל געוואָרן. פֿאַרוואָס האָט דווקא דאַרווינס טעאָריע אַרויסגערופֿן אַזאַ רעאַקציע, וואָס ווערט נישט אײַנגעשטילט ביזן הײַנטיקן טאָג?

ס׳קאָן זײַן, אַז אַזאַ קעגנערשאַפֿט איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די עוואָלוציע־טעאָריע מעקט אָפּ, אין אַ געוויסער מאָס, די גרענעץ צווישן רוחניות און גשמיות. דאַרווינס טעאָריע האָט אויפֿגעוויזן, אַז דער כּוח פֿון לעבן־באַשאַפֿונג שטעקט אין די יסודות פֿונעם גשמיותדיקן אוניווערס. די געזעצן פֿון נאַטור, וואָס זעען צומאָל אויס אינגאַנצן כאַאָטיש און אומבאַשטימלעך, זענען בכּוח צו שאַפֿן לעבן.

פֿאַר אַ טייל קריסטן, וואָס זענען צוגעוווינט "צו צייכענען אַ קלאָרע ליניע" צווישן דעם ג־טלעכן הימל און דער מענטשלעכער ערד, האָט די עוואָלוציע־טעאָריע אונטערגעריסן די יסודות פֿון זייער גלויבן. דאַרוויניזם האָט אַרויסגערופֿן אין אייראָפּע אַ כוואַליע אַטעיִסטישע שטימונגען; דערפֿאַר, מיינען אַ טייל גלייביקע מענטשן, אַז ס׳איז בעצם אַן אַנטי־רעליגיעזע טעאָריע. די פֿריִיִקע געשיכטע פֿונעם עוואָלוציאָנערן געדאַנק איז אָבער פֿאַרבונדן דווקא מיט די גײַסטיקע זוכענישן. די גריכישע און אַראַבישע פֿילאָסאָפֿן, וועלכע האָבן געפֿאָרשט די דאָזיקע טעמע, זענען געווען מיסטיקער; אַדרבה, האָבן די פֿאָרשונגען פֿון אונדזער פּלאַנעט געהאָלפֿן זיי צו דערפֿילן, ווי דער ג-טלעכער באַשאַף־כּוח ווערט אַנטפּלעקט אין דער נאַטור.

פֿון דער עוואָלוציאָנערער פּערספּעקטיוו, איז די וועלט־באַשאַפֿונג אַן אייביק־אָנגייענדיקער פּראָצעס. נישט יעדער איז, אָבער, גרייט אָנצונעמען אַזאַ רעוואָלוציאָנערן געדאַנק; ס׳איז גרינגער אויפֿצונעמען די וועלט ווי אַ סטאַבילן "מעכאַניזם", און איבערצולאָזן די מעשׂה־בראשית "צו רו".

הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש, מהר"ץ חיות, דער נצי״בֿ, הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, רבי אַריה קאַפּלאַן, און אַנדערע גרויסע רבנים האָבן פּאָזיטיוו אויפֿגענומען דאַרווינס טעאָריע, און באַטאָנט, אַז די עוואָלוציע קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ גרעסערער נס, ווי דער פֿאַרשפּרייטער "זעקס־טאָגיקער" בוכשטעבלעכער אָפּטײַטש פֿון דער תּורה. די דאָזיקע רבנים האָבן אויך באַמערקט, אַז דער עצם־עוואָלוציאָנערער געדאַנק שטימט מיט קבלה. ס׳איז כּדאַי אויך צו דערמאָנען, אַז אַ סך גרויסע תּורה־גדולים, אַרײַנגערעכנט דעם רמב״ם, האָבן געהאַלטן, אַז מע מוז נישט גלייבן, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בוכשטעבלעך מיט אַרום 6 טויזנט יאָר צוריק.

למשל, אינעם קבלה־ספֿר "ארץ־טובֿ", וואָס גיט איבער די טראַדיציע פֿונעם "בראָדער קלויז" — אַ באַרימטער קרײַז פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע מקובלים — שטייט געשריבן, אַז צוליב דעם אייביקן בײַט פֿון די נאַטור־יסודות, ווערן די חיות צומאָל פֿאַרוואַנדלט איינע אין דער צווייטער. די ייִדישע מיסטיקער האָבן תּמיד באַטאָנט, אַז די גרענעץ צווישן רוחניות און גשמיות איז בלויז אַן אילוזיע. די געזעצן פֿון דער פֿיזישער נאַטור זענען אויך אַנטפּלעקונגען פֿון דער שטענדיקער ג-טלעכער שפֿע. די וועלט, מיט אַלע אירע אומצאָליקע לעבעדיקע בריות, ווערט כּסדר געביטן און איבערגעשאַפֿן פֿון ס׳נײַ.

פֿון אַזאַ פּערספּעקטיוו, העלפֿט דאַרווינס טעאָריע דווקא צו דערזען דאָס ג־טלעכע ליכט דאָ, אין דער נאַטירלעכער גשמיותדיקער וועלט. אויב מע טראַכט זיך טיפֿער אַרײַן, ווערט דער ג־טלעכער שעפֿערישער כּוח אַנטפּלעקט נישט בלויז אין די ביאָלאָגישע פּראָצעסן צווישן פֿלאַנצן און חיות, נאָר אויך דורך דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט.

אין דער ביאָלאָגישער עוואָלוציע שפּילט אַ גרויסע ראָלע נישט בלויז דער נאַטירלעכער אויסקלײַב פֿון די "שטאַרקסטע קאָנקורענטן". אַדרבה, ווי עס האָבן אויפֿגעוויזן די וויסנשאַפֿטלער, איז די מענטשלעכע ציוויליזאַציע אויפֿגעקומען, דער עיקר, צוליב דער קאָאָפּעראַציע און געמיינזאַמער הילף. די "מעשׂה־בראשית", די אַנטפּלעקונג פֿון דער שעפֿערישער גײַסטיקער שפֿע, איז נישט בלויז אַ געשעעניש פֿונעם ווײַטן אַמאָל, נאָר אויך אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער שטרעבונג צו שאַפֿן אַ בעסערע וועלט.