די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער".
פֿריִער האָט מען נאָר געקענט באַשטעלן די ביכער, און דער "צענטער" האָט זיי אַליין אָפּגעדרוקט און אײַנגעבונדן, און גערעכנט אַן ערך $40 אַ באַנד. אַצינד קען מען די זעלביקע ביכער אַליין באַקומען פֿונעם קאָמפּיוטער, אָן אַ גראָשן, און אין פֿאַרשיידענע קאָמפּיוטער־ פֿאָרמאַטן.
"דאָס איז אַ היסטאָרישער מאָמענט פֿאַר דער ייִדישער קולטור" דערציילט אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער" אַ נישט־פֿאַר־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציע — "די וווּנדערלעכע דאָקומענטאַציע פֿון אַ ציוויליזאַציע, וואָס די נאַציס האָבן געוואָלט חרובֿ מאַכן, וועט איצט פֿאַרהיט ווערן אינעם 21סטן יאָרהונדערט". דער "צענטער", פֿאַרלייגט אינעם יאָר 1980, האָט "געראַטעוועט" אַ מיליאָן ייִדישע ביכער, וואָס זענען געשטעלט געוואָרן אין סכּנה און זיי פֿאַרשפּרייט צו מער ווי 600 ביבליאָטעקן און אוניווערסיטעטן במשך פֿונעם צענטערס געשיכטע. מע רעכנט, אַז די זאַמלונג בײַם "צענטער", וועלכע נעמט אויך אַרײַן טויזנטער דופּליקאַטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר, דאָס רובֿ געדרוקטע ייִדישער ביכער פֿונעם סוף 19טן און 20סטן יאָרהונדערט.
|
|
|
דער אוניקאַלער נײַער אינטערנעץ־רעסורס, בסך־הכּל דרײַ מיליאָן זײַטן, איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ שותּפֿותדיקער אַרבעט צווישן דעם "ייִדישן ביכער־צענטער" און אַ נײַער אָרגאַניזאַציע "דער אינטערנעט־אַרכיוו" אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. דער פּראָיעקט האָט זיך אַנטוויקלט, ווען ביידע גרופּעס האָבן אײַנגעזען, אַז זיי האָבן די זעלביקע וויזיע פֿון דערמעגלעכן אַ פֿרײַען צוטריט פֿאַר אַלע, אָן שום מניעה, צו דער אינטעלעקטואַלער און ליטעראַרישער ירושה פֿון דער ייִדישער וועלט.
ברוסטער קאַל, דער גרינדער פֿונעם "אינטערנעט־אַרכיוו", האָט באַמערקט, אַז "דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די גאַנצע ליטעראַטור פֿון אַ פֿאָלק קען מען לייענען אויף דער אינטערנעץ. מיר האָפֿן, אַז אויך אַנדערע וועלן נאָכגיין דעם פּיאָנערישן בײַשפּיל פֿונעם ‘ייִדישן ביכער־צענטער’". אַ דאַנק דעם "אינטערנעט־אַרכיוו", געשאַפֿן אין 1996, קען מען לייענען מיליאָנען ביכער, הערן רעקאָרדירונגען און זען פֿילמען, ווי אויך קוקן אויף ביליאָנען זײַטן פֿון אַמאָליקע וועבזײַטלעך. "מיר סקאַנירן אַן ערך טויזנט ביכער אַ טאָג אין 18 ערטער אין פֿינף לענדער, פֿון הונדערט ביבליאָטעקן, וואָס העלפֿן אונדז צו מיט דער אַרבעט", זאָגט קאַל. "עס איז אַ פֿאַרגעניגן צו זען גאַנצע ביבליאָטעק־זאַמלונגען אויף דער אינטערנעץ".
דאָס צוגרייטן די ייִדישע ביכער האָט פֿאַרשאַפֿט ספּעציעלע טעכנישע פּראָבלעמען, צווישן זיי, דעם ייִדישן אלף־בית, וואָס לייענט זיך פֿון רעכטס אויף לינקס. אַ קליינע מאַנשאַפֿט פֿון קאָמפּיוטער־מבֿינים פֿון אַמהערסט, סאַן־פֿראַנציסקאָ, "סיליקאָן־וואַלי", וווּ די גרויסע טעכנאָלאָגיע־פֿירמעס געפֿינען זיך אין קאַליפֿאָרניע, און פֿון באָפֿאָלאָ, ניו־יאָרק, האָט זיך דערטראַכט צו געפֿינען די לייזונגען פֿון די פּראָבלעמען.
דער "ביכער־צענטער" איז געווען אין אַן אייגנאַרטיקער פּאָזיציע לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור און דער פֿראַגע, צי מע מעג די ליטעראַטור אַרויפֿברענגען אויף דער אינטערנעץ אָן שום געזעצלעכע פּראָבלעמען, ווײַל ס'רובֿ ייִדישע ביכער זענען שוין אינעם "קהלישן רשות" און ווערן נישט באַשיצט דורך דרוקרעכט. "במשך פֿון די צען יאָר, זינט מיר האָבן אָנגעהויבן צו דיגיטאַליזירן די ייִדישע ביכער, האָט מען זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן אַ דרוקרעכט־ענין פֿיר מאָל. דרײַ פֿון די וואָס האָבן זיך נאָכגעפֿרעגט, האָבן לסוף באַשלאָסן בײַצושטײַערן צום פּראָיעקט כּדי צו העלפֿן פֿאַרשפּרייטן דאָס ווערק פֿון זייערע עלטערן".
|
|
|
וויסנשאַפֿטלער, סטודענטן און לייענער וועלן איצט קענען לייענען און אָפּדרוקן ס'רובֿ אָריגינעלע ראָמאַנען, דערציילונגען, לידער, דראַמע און אַנדערע נישט־בעלעטריסטישע ביכער אין ייִדיש, געדרוקט במשך פֿון די לעצטע 150 יאָר. "דער אינטערעס צו ייִדיש, ספּעציעל צווישן דער יוגנט, האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט זינט מיר האָבן געראַטעוועט די ערשטע ביכער מיט 30 יאָר צוריק", זאָגט לאַנסקי. "די אינטערנעץ איז דער בעסטער אופֿן — אפֿשר דער איינציקער אופֿן — אויפֿצוהאַלטן די פֿאָדערונגען פֿון דעם דאָזיקן נײַעם דור, אַזוי ווי דאָס אָריגינעלע ווערק ווערט שווערער צו געפֿינען און צעפֿאַלט זיך".
דער אַנאָנס וועגן דעם גרויסן פּראָיעקט קומט גלײַכצײַטיק מיט אַ צווייטער גרויסער אונטערנעמונג בײַם "צענטער" — די עפֿענונג דעם פֿרילינג פֿון אַ גרויסן נײַעם בנין — דער "משפּחה־קאַפּלאַן־בנין" — אין וועלכן עס וועלן זיך געפֿינען קלאַס־צימערן, סטודיאָס, אַ זאַל פֿאַר קאָנצערטן, אַ כּשרע קיך, אַ ביבליאָטעק און אויסשטעלונגען. לאַנסקי האַלט, אַז דאָס פֿעלד פֿון לערנען ייִדיש און וועגן דער ייִדישער קולטור וועט זיך אין גאַנצן בײַטן, אַ דאַנק די ייִדישע ביכער אויף דער אינטערנעץ. "די איצטיקע מעגלעכקייטן האָבן מיר פֿריִער זיך נישט געקענט אַפֿילו פֿאָרשטעלן".
די באַוועגונג אַרויפֿצושטעלן גאַנצע ליטעראַטורן אויף דער אינטערנעץ האָט באַקאַנט געמאַכט די פֿירמע "גוגל" (Google), וועלכע האָט שוין געמאַכט צוטריטלעך מיליאָנען ביכער. וואָס שייך דרוקרעכט האָט מען לעצטנס אין געריכט געמאַכט אַ פּשרה מיט אַ גרופּע מחברים. ווי אַ טייל פֿון דער פּשרה, וועט מען נאָר אויף באַשטימטע קאָמפּיוטערס אין די עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן אין אַמעריקע קענען קוקן אויף די גאַנצע טעקסטן פֿון די ביכער.
מיר האָבן אַ "בלעטער" געטאָן די זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער פֿונעם "ביכער־צענטער" און געפֿונען אַ סך געזוכטע ווערק, אָבער נישט אַלע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מער זעלטענע ביכער וועט מען נישט אַלע מאָל געפֿינען. עס וועט אַוודאי זײַן טשיקאַווע צו וויסן, וואָסערע ייִדישע ווערק מע וועט אויסזוכן; דער "ביכער־צענטער" וועט האַלטן אַ חשבון אויף דעם אויך.
דעם קאַטאַלאָג פֿון די דיגיטאַליזירטע ביכער קען מען געפֿינען בײַם וועב־אַדרעס: