באַרי טראַכטנבערג איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין דעם אוניווערסיטעט פֿון שטאַט ניו־יאָרק אין אָלבאַני. זײַן בוך The Revolutionary Roots of Modern Yiddish, 1903—1917, (רעוואָלוציאָנערע וואָרצלען פֿון מאָדערנעם ייִדיש, 1903—1917) איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקוזער אוניווערסיטעט אין 2008. |
דער ערשטער און עד־היום דער איינציקער (חוץ דער ייִדישער "וויקיפּעדיע") פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבע אויף ייִדיש איז געווען "די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" (בערלין, פּאַריז און ניו־יאָרק, 1932—1966). דער ציל פֿונעם דאָזיקן ווערק איז געווען צו באַקענען די ייִדיש־רעדנדיקע לייענערשאַפֿט מיט די לעצטע דערפֿינדונגען און דערגרייכונגען פֿון וויסנשאַפֿט און טעכניק, כּדי מען זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט.
"די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" איז לכתּחילה פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ סעריע פֿון צען בענד פֿון אַלגעמיינע קענטענישן מיט איין צוגאָב־באַנד, געווידמעט דער ייִדישער קולטור. אָבער די אַנטוויקלונג פֿונעם פּראָיעקט איז געגאַנגען אין אַ ריכטונג, וואָס איז געווען ניט מעגלעך זיך אויסצומאָלן פֿון פֿריִער. די פּלאַנירונג האָט זיך אָנגעהויבן אין בערלין אין 1930, און די "פּראָבע־העפֿט" איז אַרויס אין 1932. די ערשטע זעקס בענד זײַנען דערשינען אין פּאַריז, און דאָס רעשט — אין ניו־יאָרק. בסך־הכּל זײַנען אַרויס צוועלף בענד, אָבער בלויז פֿינף פֿון זיי זײַנען געווען אין הסכּם מיטן אָנהייב־פּלאַן. די דאָזיקע בענד האָבן כּולל געווען אַרטיקלען וועגן אַלגעמיינע ענינים, אָרגאַניזרט לויטן אַלפֿאַבעטישן סדר. די דאָזיקע אַזוי־גערופֿענע "נאָרמאַלע סעריע" האָט דערגרייכט נאָר ביזן אות ב׳. די איבעריקע זיבן בענד האָבן באַהאַנדלט דעם ענין "ייִדן" און זײַנען אַרויס צווישן 1939 און 1966. פֿאַרפּלאַנירט ווי אַ צוגאָב צו דער "נאָרמאַלער" סעריע, איז די סעריע "ייִדן" שפּעטער געוואָרן דער פֿאָקוס פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט. די סיבה פֿונעם דאָזיקן איבערקער האָט צו טאָן מיט דער ראַדיקאַלאַר ענדערונג פֿון דער פּאָליטישער סיטואַציע אין אייראָפּע.
די כּוונה פֿון דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע" איז געווען צו העלפֿן די ייִדן אין זייער אינטעגראַציע אין דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט, אָבער יעדע שטופֿע פֿונעם פּראָיעקט איז צײַטלעך צונויפֿגעפֿאַלן מיט אַ נײַעם עטאַפּ פֿון באַזײַטיקן די ייִדן פֿונעם אייראָפּעיִשן לעבן. אַנשטאָט דעם לכתּחילהדיקן פּלאַן צו באַזאָרגן דעם לייענער מיט אַלגעמיינע "אָביעקטיווע" קענטענישן, כּדי צו דערציִען אַ מאָדערנעם געבילדעטן ייִדישן עולם, איז געקומען אַ נײַע באַדערפֿעניש אָפּצוהיטן דעם זכר פֿון דער אומגעקומענער וועלט פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. אַנשטאָט אָפּצושטעלן די פּובליקאַציע ווען עס איז געוואָרן קלאָר, אַז מען איז מער ניט בכּוח מקיים צו זײַן דעם ערשטן פּלאַן, ווען דער גרויסער ייִדישער עולם איז מער ניטאָ צווישן די לעבעדיקע, האָבן די רעדאַקטאָרן פֿון דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע" באַשלאָסן צו בײַטן דעם פֿאָקוס פֿון זייער פּראָיעקט. זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט באַשרײַבן די חרובֿ־געוואָרענע וועלט, דעם חורבן, און די וועגן צום אויפֿקום אין נײַע ייִדישע צענטערס.
דער אָנהייב פֿון דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע", אין 1930, איז געווען פֿאַרבונדן מיטן 70סטן געבוירנטאָג פֿון שמעון דובנאָוו (1860—1941). בראָש פֿון דער רעדאַקציע פֿון די ערשטע צען בענד איז געשטאַנען דער אַמאָליקער בונדיסט און אַן אָנפֿירער פֿון דער מענשעוויסטישער פֿראַקציע פֿון דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין עמיגראַציע, רפֿאל אַבראַמאָוויטש (פּסעוודאָנים פֿון רפֿאל ריין, 1880—1963). ס‘רובֿ פֿון זײַנע מיטאַרבעטער האָט געהערט צו דעם דור, וואָס איז ארײַן אינעם אַקטיוון לעבן אַרום דער צײַט פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, 1905, און איז געשטאַנען אין די 1930ער יאָרן שוין בײַ דער שקיעה פֿון דער קאַריערע. "די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" האָט געדאַרפֿט דינען ווי אַ דענקמאָל פֿאַר אָט דעם דור, וואָס האָט אַנטוויקלט די ייִדישע שפּראַך צו דער מדרגה פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט און קולטור.
די סאַמע ערשטע פּובליקאַציע פֿונעם דובנאָוו־פֿאָנד איז געווען די "פּראָבע־העפֿט", וואָס מען האָט צעשיקט צו די פּאָטענציעלע אַבאָנענטן פֿון בערלין אין 1932. ניט ווילנדיק פֿאַרלירן דאָס פּנים, האָט דער קאָמיטעט פֿאָרגעלייגט אַ גאַנצע ריי אופֿנים, ווי אַזוי דער לייענער קאָן אויסנוצן די ענציקלאָפּעדיע פֿאַר פּעדאַגאָגישע און פּראַקטישע צוועקן. די רעדאַקציע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן עולם ווי אַ קיבוץ פֿון אַקטיווע און נײַגעריקע ייִדן, וואָס זוכן אינפֿאָרמאַציע, כּדי צו באַטייליקן זיך אין די פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע וויכּוחים פֿון זייער צײַט.
אָבער אין גיכן האָט זיך דער פּראָיעקט אָנגעשטויסן אויף אַ ריי שוועריקייטן. די גרעסטע פֿון זיי איז געווען די "היטלער־קאַטאַסטראָפֿע", וואָס איז באַפֿאַלן דעם דײַטשישן ייִדנטום און האָט גורם געווען אַז דער דובנאָוו־פֿאָנד, די רעדאַקטאָרן, און אַ סך פֿון די מיטאַרבעטער פֿון דער ענציקלאָפּעדיע האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד. ווען די רעדאַקציע איז אַריבער קיין פּאַריז, האָט מען דאָרט אָרגאַניזירט די אַרבעט פֿון דאָס נײַ, ווײַל אַ סך פֿון די מיטאַרבעטער זײַנען געוואָרן צעזייט און צעשפּרייט איבער אייראָפּע, און אַ גרויסער טייל פֿון דער פֿינאַנציעלער שטיצע איז פֿאַרלוירן געגאַנגען.
דער ערשטער באַנד, וואָס איז אַרויס אין דעצעמבער 1934, עפֿנט זיך מיטן אות א׳ און ענדיקט זיך מיטן אַרטיקל וועגן אַטלאַנטיק־סיטי. צווישן אַנדערע אַרטיקעלן זײַנען דאָ פֿאַראַן "אַבאַקוס", "אַווטאָמאַט", "אַזיע", "אויער", "אומאָפּהענגיקע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿון דײַטשלאַנד", "אונטערוואַסערשיף", און "אורוגווײַ". דער באַנד האָט כּולל געווען קאָלירטע מאַפּעס, שוואַרץ־און־ווײַסע פֿאָטאָס, צייכענונגען, גראַפֿישע דיאַגראַמעס, טאַבעלעס און ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן וויכטיקע פּערזענלעכקייטן. ניט געקוקט אויף דער אַלגעמיינער אָריענטאַציע פֿונעם באַנד, ווערט באַהאַנדלט אַ היפּשע צאָל אַרטיקלען אויף ספּעציפֿיש ייִדישע טעמעס, ווי למשל, די ביאָגראַפֿישע אַרטיקלען וועגן אּבֿן־עזרא, אבֿן־תּיבֿון, אַחד־העם, ווי אויך די אַרטיקלען וועגן אגדה און פּרקי־אָבֿות.
אַ צאָל אַרטיקלען האָבן צו טאָן מיט דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע און פּאָליטיק׃ ייִדישע אויטאָנאָמיע, ייִדן אין אוקראַינע, דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים. די ווײַטערדיקע פֿיר בענד זײַנען אַרויס יערלעך פֿון 1935 ביז 1937. דער לעצטער, פֿינפֿטער באַנד פֿון דער "נאָרמאַלער" סעריע איז דערשינען ערשט מיט זיבן יאָר שפּעטער, אין 1944, אין ניו־יאָרק. דער טיראַזש פֿון דער ענציקלאָפּעדיע איז געוואַקסן פֿון 3,000 עקזעמפּלאַרן אין 1934 ביז 6,000 אין 1939. די פֿאַר־מלחמיקע תּקופֿה פֿון דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע" האָט זיך געענדיקט מיטן אַרויסגיין פֿונעם צוגאָּב־באַנד "ייִדן" אין 1939.
דער אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט געבראַכט צו דראַמאַטישע ענדערונגען אין דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע". דער אַמעריקאַנער "ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט" האָט געהאָלפֿן אַ היפּשע צאָל רעדאַקטאָרן און מיטאַרבעטער צו קומען פֿון פֿראַנקרײַך קיין ניו־יאָרק אין פֿרילינג פֿון 1940, בעת דער צווייטער באַנד "ייִדן" איז געשיקט געוואָרן צו די אַבאָנענטן. כּמעט דער גאַנצער טיראַזש איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויפֿן וועג, אַ סבֿרה, אַז די שיף איז פֿאַרזונקען געוואָרן דורך אַ דײַטשישער סובמאַרינע. דער צענטראַלער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס האָט איבערגעדרוקט דעם גאַנצן באַנד און אים אַרויסגעלאָזט פֿון דאָס נײַ אין דעצעמבער 1940.
אין דער הקדמה צו דעם דאָזיקן באַנד, וואָס איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אין מערץ 1940, רעדן די רעדאַקטאָרן וועגן דער "שווערער אַטמאָספֿער פֿון די מינכענער געשעענישן" אין אייראָפּע אין דער צײַט, ווען דער ערשטער באַנד "ייִדן"איז אַרויס; זיי זאָגן ווײַטער׃ "דער איצטיקער באַנד דערשײַנט שוין אין פֿלאַקער פֿון דער וועלט־שׂריפֿה". די רעדאַקציע האָט געהאַט אַ צאָל טעכנישע מניעות און פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. דאָס פּוילישע ייִדנטום, דער עיקרדיקער לייענערישער כּלל פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, איז געווען צעטיילט צווישן דער דײַטשישער און סאָוועטישער מאַכט, און דער מצבֿ פֿון ייִדן אונטער דער נאַציסטישער שליטה איז געוואָרן אַלץ ערגער מיט יעדן טאָג. די סכּנה האָט געדראָט ניט בלויז די לעבנס פֿון פּוילישע ייִדן, נאָר אויך זייערע קולטורעלע אַנשטאַלטן, וואָס זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן׃ "ס׳איז אין גאַנצן אָפּגעווישט געוואָרן דער גרעסטער ייִדישער צענטער אין אייראָפּע — פּוילן — מיט כּמעט אַלע זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע און ליטעראַרישע כּוחות און רעסורסן." ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, איז די רעדאַקציע געווען באַשלאָסן ממשיך צו זײַן דעם פּראָיעקט. זיי האָבן געדאַרפֿט צעטיילן דעם באַנד "ייִדן" ב׳ אויף צוויי ביכער; עס איז געווען ניט קלאָר, אויּב דער דריטער באַנד, "ייִדן" ג׳, וועט בכלל ווען־ניט־איז אַרויסגיין.
דער דריטער באַנד פֿון דער סעריע "ייִדן" איז אַרויס אין פֿרילינג 1942. אין דער צײַט צווישן דעם באַנד ב׳ און באַנד ג׳ איז דאָס ייִדישע לעבן אין אייראָפּע איבערגעקערט געוואָרן, הגם מען האָט נאָך ניט געוווּסט וועגן דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע. יחידים און אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרטאָן אינעם ענציקלאָפּעדיע־פּראָיעקט, זײַנען שוין געווען אומגעבראַכט. שמעון דובנאָוו איז אומגעקומען אין ריגע אין איינעם מיט די 25,000 ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט. מען דערציילט, אַז זײַנע לעצטע ווערטער זײַנען געווען "ייִדן! שרײַבט און פֿאַרשרײַבט!" נוח פּרילוצקי איז דערהרגעט געוואָרן דורך "געסטאַפּאָ", זעליק קלמנאָוויטש איז געווען אינעם ווילנער געטאָ, און מען האָט געמיינט, אַז אַלע זאַמלונגען פֿון ייִוואָ זײַנען צעראַבעוועט און פֿאַרניכטעט געוואָרן דורך די דײַטשן.
מען האָט געהאַלטן, אַז די פּובליקאַציע פֿונעם דריטן באַנד האָט געענדיקט די סעריע "ייִדן", און די רעדאַקציע האָט בדעה געהאַט ממשיך צו זײַן די "נאָרמאַלע" סעריע. דער פֿינפֿטער (און דער לעצטער) באַנד פֿון דער דאָזיקער סעריע איז אַרויס אין 1944. דערנאָך האָט די רעדאַקציע מודיע געווען, אַז זי וועט ממשיך זײַן די סעריע "ייִדן". דער פֿערטער באַנד האָט געדאַרפֿט באַהאַנדלען די אינעווייניקסטע אָרגאַניזאַציע פֿון דעם ייִדישן לעבן און דער ייִדישער פֿאָלקסקולטור; אָבער דער דאָזיקער באַנד איז אַרויס ערשט אין 1950, צוואַנציק יאָר נאָכן אָנהייב פֿונעם פּראָיעקט. מיט דעם דאָזיקן באַנד האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע ריי פֿון דרײַ בענד, געווידמעט דעם חורבן און דעם אויפֿקום פֿון נײַע ייִדישע צענטערס.
די רעדאַקציע האָט באַצייכנט די צײַט צווישן 1938 און 1941, ווען די ערשטע דרײַ בענד פֿון דער סעריע "ייִדן" זײַנען דערשינען, ווי אַ "גרויסע און טראַגישע מחיצה" צווישן דער תּקופֿה פֿון עמאַנציפּאַציע און דעם חורבן. אויף איין זײַט פֿון דער מחיצה איז פֿאַרבליבן די אומגעבראַכטע אַלטע ייִדישע וועלט, אויף דער אַנדערער זײַט, איז געשטאַנען אַן אומבאַקאַנטע צוקונפֿט פֿונעם וועלט־ייִדנטום. אַזוי אַרום איז די פֿונקציע פֿון דער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע" ווידער אַנדערש געוואָרן. דער פּראָיעקט, וואָס איז געווען באַצוועקט אויסצובילדן מיליאָנען פֿון פּאָטענציעלע לייענער אין די הילכות פֿון דער מאָדערנער קולטור און וויסנשאַפֿט, האָט זיך איצט גענומען באַדינען די שארית־הפּליטה אין זייערע נײַע היימען און העלפֿן זיי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק נאָך די אומגעקומענע קרבנות פֿונעם חורבן.
בסך־הכּל זײַנען אַרויס ניט צוויי, נאָר דרײַ נײַע בענד. דער באַנד "ייִדן" ה׳ (1957) איז געווען געווידמעט דעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע, די בענד "ייִדן" ו׳ (1964) און "ייִדן" ז׳ האָבן באַהאַנדלט דעם חורבן אין פֿאַרשידענע טיילן אייראָפּע. ווען דער לעצטער באַנד איז אַרויס, זײַנען דאָס רובֿ פֿון די אַלטע רעדאַקטאָרן שוין ניט געווען צווישן די לעבעדיקע. אַבראַמאָוויטש איז געשטאָרבן אין 1963, בן־אַדיר אין 1942 און קלמנאָוויטש איז אומגעקועמן אין 1944; יעקבֿ לעשצינסקי און שמואל ניגער האָבן אויך ניט דערלעבט ביזן לעצטן באַנד.
"די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" איז פֿאַרטראַכט געוואָרן אין דער צײַט פֿון גרויסע האָפֿענונעגן פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. זי האָט געהאַט מיליאָנען פּאָטענציעלע לייענער, וואָס זי האָט געדאַרפֿט אויסבילדן ווי מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט. דאָס האָט געדאַרפֿט ווערן איינע פֿון די גרעסטע דערגרייכונגען פֿון מיטאַרבעט צווישן דעם דור ייִדישע געלערנטע, וועלכע האָבן געווידמעט זייער לעבן דער פֿאָרמירונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער נאַציע. דער חורבן האָט חרובֿ געמאַכט אויך די דאָזיקע האָפֿענונג, און יעדע סטאַדיע פֿונעם ענציקלאָפּעדיע־פּראָיעקט איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט אַ נײַער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רדיפֿות און הריגה פֿון דער לייענערשאַפֿט און פֿון זייער וועלט. מיטן גאַנג פֿון דער מלחמה איז די באַציִונג צווישן דעם אַלגעמיינעם און דעם ייִדישן קאָמפּאָנענט געוואָרן אַ פֿאַרקערטער. די אויפֿגאַבע פֿון ייִדישע געלערנטע איז מער נישט געווען צו דערציִען און לערנען זייערע לייענער וועגן דער גרויסער וועלט, נאָר צו פֿאַרשרײַבן דעם אָנדענק וועגן דער וועלט, וואָס איז אָקערשט חרובֿ געוואָרן.
פֿון דער הקדמה צו דער "פּראָבעהעפֿט" (בערלין, 1932)
מיר לייענען אין אַ צײַטונג וועגן אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן, וואָס די וועלט קאָכט מיט זיי, וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן כינע און יאַפּאַן, וועגן קאַמף אין אינדיע, וועגן וואַלן אין דײַטשלאַנד אָדער פֿראַנקרײַך... און מיר ווילן באַקומען גענויערע אינפֿאָרמאַציעס וועגן די דאָזיקע לענדער, וועגן זייער אַלגעמיינעם מצבֿ און פּאָליטישער אָרדענונג; מיר הערן אין ראַדיאָ אַ פֿאָרטראָג וועגן רעפּאַראַציעס, אינטערנאַציאָנאַלע חובֿות אָדער אַנטוואַפֿענונגס־קאָנפֿערענץ, און אונדז פֿעלן די נייטיקע ידיעות וועגן די פֿראַגעס; מיר האָבן אויסגעהערט אַ לעקציע וועגן קריזיס, אַרבעטלאָזיקייט אָדער וועגן סאָוועט־רוסלאַנד — און מיר ווילן דערגיין גענויערע ציפֿערן און פֿאַקטן. מיר זײַנען געווען אויף אַ דיסקוסיע וועגן ציוניזם און אונדז ווילט זיך באַקומען אויספֿירלעכע ידיעות וועגן פּאַלעסטינע און דער ייִדישער עמיגראַציע.
מיר באַזוכן אַ טעאַטער, אַ בילדער־גאַלעריע, מיר לייענען אַ נײַעם ראָמאַן און מיר ווילן זיך אינפֿאָרמירן וועגן די קינסטלער און דיכטער, וועמעס ווערק האָבן אויף אונדז געמאַכט אַ רושם, וועגן די פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין דיכטונג און קונסט; דאָס קינד קומט פֿון שול און שטעלט אונדז אַ פֿראַגע פֿון געשיכטע אָדער געאָגראַפֿיע — און מיר קענען ניט געבן קיין גענויעם ענטפֿער; אונדז האָט פֿאַראינטערעסירט אַ מעדיצינישע אַנטדעקונג אָדער אַ טעכנישע דערפֿינדונג, וואָס מיר האָבן וועגן דעם אַ קנאַפּן באַגריף; מיר געפֿינען אין אַ בוך אַ פֿרעמדוואָרט אָדער אַ העברעיִש וואָרט, אָדער אַ נאָמען, וואָס איז אונדז ניט באַקאַנט; מיר ווילן שרײַבן אַן אַרטיקל, האַלטן אַ פֿאָרטראָג, געבן אַ וואָרט אין אַ דעבאַטע — און אונדז פֿעלן אויס די נויטיקע פֿאַקטן אָדער סטאַטיסטישע דאַטן.
וווּ קענען מיר געפֿינען די נויטיקע אינפֿאָרמאַציעס, די שטרענג־קאָנטראָלירטע ידיעות, דערקלערונגען, פֿאַרטײַטשונגען, פֿאַקטן, ציפֿערן?
אויב אַפֿילו מיר באַהערשן איינע פֿון די רײַכע פֿרעמדע שפּראַכן, וואָס פֿאַרמאָגן אַ גרויסע ליטעראַטור אויף אַלע געביטן פֿון וויסן, און אין אונדזער שטאָט איז דאָ אַ גוטע ביבליאָטעק — איז נאָך דערמיט אַליין די פֿראַגע ניט געלייזט. וויפֿל מענטשן האָבן עס בײַם רעשנדיקן טעמפּ פֿון אונדזער לעבן, בײַם שווערן קאַמף פֿאַר עקזיסטענץ די פֿרײַע צײַט, די מעגלעכקייט און דעם חשק אַוועקצוזעצן זיך אויף שעהנלאַנג אין ביבליאָטעק און פֿאַרטיפֿן זיך אין ספּעציעלע ביכער וועגן די פֿראַגעס, וואָס פֿאַרנעמען אונדז? און ווען אַפֿילו מיר האָבן אין דער היים בײַ זיך אַן אַלמער מיט ספּעציעלער ליטעראַטור — זײַנען מיר אויך ניט שטענדיק ביכולת אָפּצוזוכן אין נויטיקן מאָמענט די ריכטיקע אויפֿקלערונג.
אַנדערש איז, ווען מיר האָבן אַ גוטע וויסנשאַפֿטלעכע ענציקלאָפּעדיע אַן ענציקלאָפּעדיע קאָן יעדער דורכשניטלעכער מענטש האָבן בײַ זיך אין שטוב, אין אַן ענציקלאָפּעדיע קענען מיר גלײַך געפֿינען אַ קורצן, אָבער אויסשעפּיקן ענטפֿער אויף יעדער פֿראַגע, פֿון פֿאַרצײַטיקער געשיכטע ביז צו דעם לעצטן וואָרט פֿון מאָדערנער טעכניק, פֿון אַסטראָנאָמיע און מאַטעמאַטיק ביז צו דער נײַסטער פּאָליטיק און ליטעראַטור. אַן ענציקלאָפּעדיע, אויב זי איז וויסנשאַפֿטלעך ערנסט, גיט אין אַ קאָנצענטרירטער פֿאָרם אַלזײַטיקע און אָביעקטיווע אינפֿאָרמאַציע אַזוי, אַז מען באַקומט אַן איבערבליק איבער אַלע מיינונגען, טעאָריעס און ריכטונגען, וואָס זײַנען פֿאַראַן אין דער וויסנשאַפֿט וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע. אַ גוטע ענציקלאָפּעדיע האָט אָבער נאָך אַ וויכטיקע מעלה׃ פֿאַר דעם לייענער, וואָס וויל זיך פֿאַרטיפֿן מער אין אַ געוויסן ענין, ווײַזט זי אָן די ליטעראַטור פֿון דעם געביט, די גענויע נעמען פֿון יענע ספּעציעלע הויפּטווערק, וואָס באַהאַנדלען די פֿראַגע אויספֿירלעך.
דער ווערט פֿון אַן אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע ווערט נאָך פֿיל גרעסער פֿאַר יענעם ייִדישן לייענער, וואָס באַהערשט ניט קיין פֿרעמדע שפּראַכן, וואָס לעבט זיך אויס קולטורעל בלויז אין ייִדיש. אים קענען ווייניק העלפֿן די גרויסע ביבליאָטעקן, אויב ער זאָל אַפֿילו וועלן זיי באַנוצן; פֿאַר אים עקזיסטירט ניט יענע ספּעציעלע ליטעראַטור, וואָס פֿאַרזאָרגט דעם לייענער פֿון די אומות העולם מיט צענדליקער און הונדערטער ווערק אויף יעדן געביט פֿון וויסן. פֿאַר אָט דעם ייִדישן לייענער, וואָס נעמט אַרום אין אייראָפּע און אַמעריקע גאַנץ ברייטע שיכטן, איז אַן אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע אין ייִדיש ניט נאָר דער בעסטער און קירצסטער, נאָר פּשוט דער איינציקער וועג צו פֿאַרגרעסערן זײַן סכום וויסן, צו פֿאַרפֿולקומען די בילדונג, צו באַקומען וויסנשאַפֿטלעכע אינפֿאָרמאַציע.
אַזאַ ענציקלאָפּעדיע האָט ביז איצט געפֿעלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, הגם עס פֿילט זיך שוין אַ לענגערע צײַט ווי ווײַט מיר נויטיקן זיך אין איר. אונדזער געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אַנטוויקלונג פֿאַר דער לעצטער תּקופֿה האָט ניט נאָר אויפֿגעאַקערט דעם באָדן און צײַטיק געמאַכט די באַדערפֿעניש, נאָר אויך צוגעגרייט די מעגלעכקייט פֿאַר דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון אַזאַ גרויסער קולטור־אונטערנעמונג׃ ס׳איז אויסגעוואַקסן אַ מחנה ייִדישע שרײַבער און געלערנטע, וואָס אַרבעטן אויף די פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ליטעראַטור, קונסט, וויסנשאַפֿט און פּובליציסטיק, וואָס בויען דעם גרויסן בנין פֿון דער מאָדערנער קולטור אויף ייִדיש. עס ווערט איצט דעריבער געמאַכט דער ערנסטער פּרוּוו דעם דאָזיקן בלויז אויסצופֿילן — אַרויסצוגעבן "אַן אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע אין ייִדיש" — די ערשטע ענציקלאָפּעדיע פֿון דעם מין.
די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט ניט פֿון אַ פּריוואַטן פֿאַרלאַג, ניט פֿון אַ פּריוואַטער גרופּע מענטשן, נאָר פֿון אַ ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער אינסטיטוציע — דעם קאָמיטעט פֿון "דובנאָוו־פֿאָנד" (פֿאָרזיצער — ד״ר ל. בראַמסאָן, סעקרעטאַר — אַ. קיהן). דער דאָזיקער קאָמיטעט האָט זיך געבילדעט העכער אַ יאָר צוריק אין בערלין צו ערן דעם 70־יאָריקן יובֿל פֿון דעם גרויסן ייִדישן געלערנטן שמעון דובנאָוו, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן אָפּגעגעבן דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. דעם קאָמיטעט, וואָס באַשטייט פֿון שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער פֿון פֿאַרשידענע דעמאָקראַטישע און פּראָגרעסיווע ריכטונגען, האָט זיך פֿאַר דער צײַט אײַנגעגעבן צוציִען צו דער מיטאַרבעט ווי אויטאָרן און רעדאַקטאָרן בײַ 100 ייִדישע וויסנשאַפֿטלער און שרײַבער, וועמעס פֿאָרלויפֿיקע רשימה ווערט דאָ געגעבן.
אַ דאַנק דער מסירת־נפֿשדיקער מיטאַרבעט פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם ד״ר נ. גערגעל האָט זיך דעם קאָמיטעט אײַנגעגעבן דורכצופֿירן אַ וויכטיקן טייל פֿון דער צוגרייט־אַרבעט פֿאַר דער ענציקלאָפּעדיע.
אויף צוויי באַראַטונגען, וואָס אין זיי האָבן זיך באַטייליקט פֿאַרטרעטער פֿון "דובנאָוו־פֿאָנד", פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ) און אַנדערע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, איז אויסגעאַרבעט געוואָרן אַ גענויער פּלאַן פֿון דער ענציקלאָפּעדיע און פֿון דער צוגרייט־אַרבעט. לויט דעם פּלאַן דאַרף די ענציקלאָפּעדיע אַרײַננעמען "אַלע צווײַגן פֿון וויסנשאַפֿט", דערבײַ ווערט אָפּגעגעבן אַ באַדײַטנדיקער פּלאַץ פֿאַרן "ייִדישן לעבן און שאַפֿן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט און אין דער קעגנוואַרט".
אויך אַלגעמיינע פּראָבלעמען פֿון דער נײַער צײַט, סאָציאַלע, ווירטשאַפֿטלעכע און קולטורעלע, וועלן פֿאַרנעמען גאָר אַ גרויס אָרט. די באַאַרבעטונג פֿון מאַטעריאַל וועט זיך געפֿינען אויף אַ געהעריקער הייך און זײַן אין דער זעלבער צײַט צוגעפּאַסט פֿאַרן ברייטן לייענער־עולם.
די גאַנצע ענציקלאָפּעדיע וועט פֿאַרנעמען 10 בענד גרויסן פֿאָרמאַט, אין איינעם אַן ערך 5000 טאָפּלט־שפּאַלטיקע זײַטן, 25 מיליאָן אותיות, עטלעכע טויזנט צייכענונגען, דיאַגראַמעס, אילוסטראַציעס, געאָגראַפֿישע קאַרטעס, קינסטלערישע בילדער, שוואַרצע און פֿאַרביקע. בײַ 40,000 זוכווערטער — אַרטיקלען, גרעסערע און קלענערע ביאָגראַפֿישע נאָטיצן, קורצע אינפֿאָרמאַציעס, פֿאַרטײַטשונגען — וועלן פֿאַרבײַטן דעם ייִדישן לייענער אַ ביבליאָטעק.
מאַטעמעטיק און אַסטראָנאָמיע; פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע; פֿיזיק, כעמיע און טעכניק; נאַטורוויסנשאַפֿט און מעדיצין; היגיענע און ספּאָרט; סאָציאָלאָגיע און אַנטראָפּאָלאָגיע; עטנאָגראַפֿיע און געאָגראַפֿיע; פּאָליטישע עקאָנאָמיע און סטאַטיסטיק; געשיכטע און ליטעראַטור; יורידישע און מלוכה־וויסנשאַפֿט; קולטור־באַוועגונגען און פּעדאַגאָגיק; קונסט׃ מוזיק, טעאַטער, מאָלעריי און סקולפּטור; פּאָליטיק, סאָציאַלע, נאַציאָנאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע באַוועגונגען — אַלע געביטן פֿון מאָדערנעם מענטשלעכן שאַפֿן וועלן זײַן פֿאַרטראָטן אין אונדזער ענציקלאָפּעדיע. אויף אַלע זײַנע פֿראַגעס וועט דער לייענער געפֿינען אַן ענטפֿער. יעדע נויטיקע אינפֿאָרמאַציע וועט ער דאָרט געפֿינען.
אויּב אָבער אין די אַלגעמיינע וויסנשאַפֿטן וועט זיך די ענציקלאָפּעדיע מוזן באַשרענקען מיט אַ קאָנצענטרירטער צוזאַמענפֿאַסונג פֿון די דערגרייכטע רעזולטאַטן, וואָס זײַנען אין די אַנדערע שפּראַכן שוין פֿאַרעפֿנטלעכט, וועט זי אויף דעם געביט פֿון ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט און באַזונדערס קעגנוואַרט שטרעבן צו ברענגען נײַע מאַטעריאַלן, אונטערצופֿירן אַ סך־הכּל פֿון די נײַסטע פֿאָרשונגען און דערגרייכונגען. אין דער ענציקלאָפּעדיע, ספּעציעל אין אַ באַזונדערן באַנד "ייִדן", וועט דער ייִדישער לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער מאָדערנער אויפֿפֿאַסונג פֿון דער ייִדשער געשיכטע, מיט דער סאָציאַל־עקאָנאָמישער לאַגע פֿון ייִדן אין פֿאַרשידענע לענדער, מיט די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע באַוועגונגען, מיט די ליטעראַרישע און קולטורעלע שאַפֿונגען פֿון די ייִדישע מאַסן, צום ערשטן מאָל געפֿינען אַ סיסטעמאַטישן מאַטעריאַל און אַ וויסנשאַפֿטלעכע באַלויכטונג פֿון די אַלע פֿראַגעס. פֿון די נבֿיאים ביז די תּנאים און גאונים; פֿון רמב״ם און בעש״ט ביז הערצל און מעדעם; פֿון אליה בחור ביז פּרץ, אַש און אַנדערע; פֿון דעם קאַמף צווישן די בעלי־מלאכות און די פּרנסים אין דעם אַמאָליקן קהל ביז דעם אויפֿקום פֿון מאָדערנע קלאַסן און מאָדערנעם קלאַסנקאַמף — דאָס איז דער פֿאַרנעם פֿון דער ענציקלאָפּעדיע אינעם ייִדישן אָפּטייל.
מיר האָבן דעם קלאָרן באַוווּסטזײַן וועגן דער אויסשליסלעכער וויכטיקייט פֿון דער אויפֿגאַבע, וואָס מיר האָבן צו פֿאַרווירקלעכן, און וועגן דער שווערער אַחריות, וואָס דאָס לייגט אויף אונדז אַרויף. מיר וועלן אַלע כּוחות אָנווענדן, כּדי אַוועקצושטעלן אונדזער ענציקלאָפּעדיע אויף אַזאַ הייך, ווי די בעסטע אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנישע ענציקלאָפּעדיעס פֿון דעם זעלביקן פֿאָרמאַט, און מיר ווענדן זיך צו דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, צו אַלע יענע קרײַזן, וועמען די אינטערעסן פֿון ייִדישער מאַסן־קולטור זײַנען נאָענט און טײַער, זיי זאָלן זיך אַקטיוו באַטייליקן אין אָט דעם גרויסן און וויכטיקן קולטור־אויפֿטו. קיינער זאָל זיך ניט אָפּזאָגן צו העלפֿן אונדז אין דער שווערער אויפֿגאַבע; יעדער נאָך זײַנע כּוחות און מעגלעכקייטן זאָל טראָגן ציגל פֿאַר דעם גרויסן בנין.
בערלין, אַפּריל 1932
צענטראַל־קאָמיטעט פֿון "דובנאָוו־פֿאָנד"
די פּראָבעהעפֿט דאַרף געבן די צוקונפֿטיקע אַבאָנענטן און לייענער אַ קאָנקרעטע פֿאָרשטעלונג וועגן דער ענציקלאָפּעדיע. לויט דעם מוסטער וועט באַאַרבעט ווערן דער מאַטעריאַל אויף די סאַמע פֿאַרשיידענע געביטן פֿון אַלגעמיינעם און ייִדישן וויסן. אַזאַ פֿאָרמאַט וועט האָבן די ענציקלאָפּעדיע און אַזוי וועלן אויסזען די דיאַגראַמעס, צייכענונגען און בילדער.
מער ווי 30 מחברים, וועמעס נעמען זײַנען גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער, האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָבעהעפֿט; עס איז רעדאַגירט געוואָרן פֿון דער "קאָמיסיע פֿאַר רעדאַקציע־ענינים", וואָס איז באַשטימט געוואָרן פֿונעם "דובנאָוו־פֿאָנד" אויף אָנצופֿירן מיט דער גאַנצער צוגרייט־אַרבעט און באַשטייט פֿון ר. אַבראַמאָוויטש, בן־אדיר, ד״ר מ. ווישניצער, אַ. טשעריקאָווער און יעקבֿ לעשצינסקי.
רעצענזיע אין דער וואַרשעווער צײַטונג "הײַנט" אויף דער פּובליקאַציע פֿון דער "פּראָבעהעפֿט" (6 מײַ, 1932)
פֿון י. קלינאָוו
די פּראָבעהעפֿט פֿון דער אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע אין ייִדיש פֿון דעם דובנאָוו־פֿאָנד
די פֿירנדיקע גרופּע פֿון דער אײַנגעוואַנדערטער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין בערלין — די גרופּע, וואָס איז אויפֿן ענגסטן אופֿן פֿאַרבונדן מיט וויסנשאַפֿטלעכער און קולטורעלער אַרבעט אין ייִדיש — האָט געהאַט דאָ די טעג אַ שטילע האַרציקע שׂמחה׃
עס איז אין אַן אינטימען קרײַז — אין בערלינער "שלום־עליכם קלוב" — געפֿײַערט געוואָרן די ערשטע העפֿט, די פּראָבעהעפֿט, פֿון דער ברייט־פֿאַרטראַכטער אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע אין ייִדיש.
וואָס איז שוין, ווען עס דערשײַנט אַ העפֿט פֿון אַ פֿיר־דרוקבויגן, אין אַ שיינער זעלטענער אויסשטאַטונג, און פֿון אַן אינטערעסאַנטן צוגעקליבענעם אינהאַלט?
געוויינטלעך — נישט פֿיל. אין אונדזערע טעג אָבער, ווען אַלץ איז דעפּרימירט, ווען מען גייט אַרום אין אַ שטימונג פֿון פּליטים, ווען עס הערשט פֿון איין זײַט דער מאַטעריעלער דלות, און פֿון דער אַנדערער זײַט — דראָט דער חלף פֿון דעם שוואַרצן "נאַציס"־תּלין — אין אַזעלכע טעג איז אַ באַזונדערער גרונד פֿאַר אַ יום־טובֿ, ווען מען קאָן זיך זאָגן׃
שהחינו
— און — דוקא איצט! און — גראָד אין די שלעכטסטע צײַטן קאָנען מיר זיך פֿאַרעקשענען אויף גײַסטיקן שאַפֿן, און — אָט איז דער באַווײַז — אָט איז דער ערשטער שריט צו אַ גוואַלדיקער קולטורעלער אונטערנעמונג — דער ערשטער שריט צו אַ פֿאָלקסווערק.
...מיר זענען בײַ אַן אַנדערער געלעגנהייט, כּמעט אין דעם זעלביקן באַשטאַנד ווי אויפֿן אָוונט לכּבוד דער ענציקלאָפּעדיע, געזעסן נישט לאַנג, און געפּרוּווט מאַכן אַן עפֿנטלעכן חשבון־הנפֿש. אָט איז געקומען מיט אַ יאָר צען־צוועלף קיין בערלין פֿון רוסלאַנד אַ קרײַז פֿון ייִדישע מענטשן. נישט קיין אויסגעשפּראָכן פּאָליטישע עמיגראַציע, אָבער פֿאָרט — אַן עמיגראַציע. מען האָט זיך דאָ באַזעצט און אָנגעהויבן אַרבעטן. וואָס איז דערפֿון געוואָרן? האָט די דאָזיקע גרופּע אינטעליגענץ באַוויזן איבערצולאָזן, צו שלאָגן, וועלכע עס איז וואָרצלען אין דעם ייִדישן לעבן פֿון דײַטשלאַנד? וואָס איז די סומע פֿון אַ צוגעהעריקער אַרבעט? עס זענען געווען צווישן אונדז גרויסע פּעסימיסטן. עס זענען געווען אַנדערע, וואָס האָבן די זאַך נישט געזען אזוי שוואַרץ, און פֿאַרזוכט פֿעסטצושטעלן די גרעסערע און קלענערע זאַכן, וואָס זענען פֿאָרט אָפּגעטאָן געוואָרן, און וואָס ווערן נאָך ווײַטער געטאָן. און — אָט האָבן מיר זיך איצט ווידער פֿאַרזאַמלט, און פֿאַר יעדן איז געלעגן די פּראָבעהעפֿט פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, און נישט־ווילנדיק האָט מען ווידער געמוזט קומען צו דער זעלבער טעמע׃
ר. אַבראַמאָוויטש, 1937 |
איז טאַקע פֿאַראַן אַזאַ יסוד פֿאַר פּעסימיזם?
אויב עס זאָל בלײַבן נישט בײַ דער פּראָבע־העפֿט אַליין, און עס זאָל פֿון בערלין אַרויסקומען טאַקע די גאַנצע ענציקלאָפּעדיע, וואָלט מיט דעם שוין אַליין פֿילײַכט באַרעכטיקט געוואָרן אונזער גאַנצער אָסט־ייִדישער גלות־בערלין. [...]
"עס איז ביז איצט נישט קיין דערליידיקטע פֿראַגע, וווּ זאָל דערשײַנען די ענציקלאָפּעדיע אין ייִדיש׃ אין ווילנע אָדער אין בערלין. די ענגערע גרופּע, וואָס האָט אַרויסגעבראַכט די פּראָבעהעפֿט — אַבראַמאָוויטש, קיהן, בן־אַדיר — האָט די פֿראַגע דערנענטערט צו איר לייזונג. כּמעט אָן מיטלען, אין אַן אַטמאָספֿער פֿון ספֿקות, אָנגעוויזן אויף זיך אַליין — האָט די דאָזיקע האַרטנעקיקע גרופּע באַוויזן אַ בריהשאַפֿט אַרויסצוברענגען די פּראָבעהעפֿט, אויסערלעך אַ קונסט־ווערק. אַזעלכע טעכנישע מעגלעכקייטן, און אַזעלכע מאַטעריאַלן פֿאַרן אינהאַלט, איז וואַרשײַנלעך זייער שווער צו קריגן ערגעץ־וווּ אַנדערש. [...]
אויסערלעך — אַלזאָ — אַ קונסטווערק, און — דער אינהאַלט?
עס איז זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז יעדער איינער פֿון אונדז האָט קודם־כּל זיך אינטערעסירט מיט אָט דער פֿראַגע. אין דער פּראָבעהעפֿט זענען פֿאָרגעשטעלט דורך אַרבעטן פֿאַרשידענע פּערזענלעכקייטן׃ פֿון פּראָפֿ. דובנאָוו ביז דניאל טשאַרני, פֿון אַבראַמאָוויטש ביז אַ. טשעריקאָווער, פֿון יעקבֿ לעשטשינסקי ביז יוליִוס ברוצקוס, פֿון אַ. שטיינבערג ביז מ. ווישניצער. אַ פּאָליטיש און געזעלשאַפֿטלעך בילד — פֿון פֿאַרשידענע ניואַנסן און פֿאַרבן. דאָס איז זיכער קלאָר. אָבער — דער באַשטאַנד פֿון דער רעדאַקציע פֿון דער ענציקלאָפּעדיע איז פֿאָרט אין זײַן מערהייט פֿון אַזאַ כאַראַקטער, אַז די פֿראַגע וועגן דער פֿאַקטישער ריכטונג און טענדענץ פֿון דעם ווערק איז אַ באַרעכטיקטע. זאָל עס ווירקלעך ווערן אַ פֿאָלקסווערק, אָדער זאָל אין דער ענציקלאָפּעדיע אין דער ערשטער ליניע גענומען ווערן אין אַכט נאָר די ריכטונג, וואָס צו אים געהערן על־פּי־רובֿ די איניציאַטאָרן און די מיטאַרבעטער פֿון דער ענציקלאָפּעדיע?
נאַטירלעך, קאָן קיינער פֿון זײַן היים נישט אַרויסקריכן. און נאַטירלעך האָבן די רעדאַקטאָרן גאָרנישט בדעה צו פֿאַרווישן דעם קולטור־וועלטלעכן, דעם פּאָזיטיוון, ייִדיש־מאָדערנעם גלות־טראָפּ, און דעם ייִדיש־פֿאָרגעשריטענעם פּנים פֿון דעם ווערק. קורץ — קיין ציוניסטישע ענציקלאָפּעדיע וועט עס נישט זײַן. אַ ציוניסטישע ענציקלאָפּעדיע דאַרף דאָס ווערק אָבער גאָרנישט ווערן. וואָס עס איז נויטיק, איז אַ מעגלעכע אָביעקטיוויטעט בײַם צוגאַנג צום ייִדישן לעבן. ווי ווײַט מען קאָן אורטיילן לויט דער ערשטער פּראָבעהעפֿט איז די דאָזיקע אָביעקטיוויטעט אָפּגעהיט.[...]
בײַם געזעגענען זיך אויפֿן אָוונט האָט ה׳ גילישענסקי, דער באַקאַנטער קולטור־טוער פֿון טשערנאָוויץ, וואָס פֿאָרט אַרויס איצט אין שליחות קיין אויסלאַנד, אויך קיין אַמעריקע, אין די ווײַטערע ענינים פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, געזאָגט׃
"עס וואָלט געווען אַ ווייטיק, ווען די זאַך ווערט איצט נישט פֿאַרווירקלעכט. עס איז נעמלעך אויסגעשטעלט אַ מאָראַלישער וועקסל אויף איינעם פֿון אונדזערע שענסטע ייִדן׃ אויף פּראָפֿ׳ דובנאָוו. מיט זײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן די אויסגאַבע. די ענציקלאָפּעדיע זאָל דערשײַנען דורך דעם דובנאָוו־פֿאָנד; ווי וואָלט עס אויסגעזען, ווען מען צאָלט נישט אָט דעם וועקסל, און די ייִדישע קולטור־קרײַזן און מאַסן רופֿן זיך נישט אָפּ, און שטיצן נישט די דאָזיקע איינציקאַרטיקע אונטערנעמונג?"